למעשה צו דיין שאלה, קוק נישט נאר אויף דעם ווייל מען קען על פי רוב אפגרעידן די הארד דרייוו נאכן קויפן, איז אויב טרעפטו א גוטע לעפטאפ אן א SSD זאלסטו טשעקן צו מ׳קען עס אפגרעידן און דאן קענסטו ריפלעיסן די הארד דרייוו נאכן קויפן, עס קען אויסקומען ביליגער און עס וועט מאכן די קאמפיוטער שנעלער
סעמסאנג מאכט איינע פון די בעסטע SSD דרייווס היינט צו טאגס. סענדיסק האלט שוין אויך כמעט דארטן. עס איז כדאי צו ליינען די רעוויואס אויף עמעזאן וואס די ריעל קאסטומערס האבן צו זאגן פון הענדס אן עקספיריענס, און דעסיידן לויט דעם.
יעצט שטעקט צוריק אריין די SATA ווייערס אין די די סידי דרייוו, נעמט ארויס די צוויי קעיבלס פון די אלטע הארד דרייוו און לייגט זיי אריין אין די נייע סאליד סטעיט דרייוו. פארמאכט די קעיס (מאכט זיכער אז אלע ווייערס שטייען ווייט אוועק פון די פענס, נוצט tie wraps אויב מעגליך) און צינדט אן די קאמפיוטער.
איז ssd א נאכנישט געהעריג דעוועלעפט, אז עס זאל אויסשטיין צו מאכן מער פראבלעמען ווי די געהעריגע? (אזויווי די ערשטע וועריזשען פון א ווינדאוס וכדומ')
די שאלה איז צו עס לוינט זיך נישט צו ווארטן אביסל, ווען דעמאלט וועט עס זיין ביליגער און בעסער, אדער יא יעצט קויפן צוליב די אויסטערלישע מעלות(למשל פאר א גראפיקער וואס נוצט העווי פראגראמען)
-- אגב, איך מיין די אשכול קומט אין הארדווער אפטיילונג
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
איך האב דא א SSD אריבערצולייגן מייט OS אהין. איך נוץ ACRONIS צו CLONE דע אלטע דרייוו HHD צו דע נייע. די פראבלעם איז אז ביים סעלעקטן די סאורס דיסק איז די אלטע גרעיעד-אוט, ער לאזט מיך עס נישט סעלעקטן נאר די נייע קען איך סעלעקטן.
עני העלפ??
פאקטן: - די אלטע איז 1 TB גרויס בעת די נייע SSD איז נאר 128 GB. אבער ווי געזאגט גיי איך עס נוצן נאר פאר די OS און איך דארף נישט מער. - די אלטע האט דריי עקסטערע פארטישאנס, די נייע האט נישט קיין פארטישאנס. - ביידע דיסקס ליגן יעצט אינסטולד אין די מאשין, איך וואלט ארויסגענומען די נייע און פרובירט פונדרויסן אבער פונקט טרעף איך נישט מיין SATA טו USB קעיבל... - די נייע איז בעסיק טייפ, די אלטע איז דיינעמיק.