היפאקריט האט געשריבן: און ווער שטייט מאחורי
אור פניך
מראה כהן
?
אור פניך איז פון ר' ירמי' דאמען, פערפאסט לכבוד ביקורו פונ'ם בעלזא'ער רב שליט"א באנטווערפן שבת שקלים תשנ"ב לפ"ק.
מראה כהן פון ר' פנחס פרידמאן
כ'ווייס נישט ווער ס'האט מחבר געווען די ניגונים, אבער כ'וואלט מיך ערלויבט צו זאגן אז דאס איז די שענסטע אלבום וואס בעלז האט אמאל ארויסגעגעבן, עכ"פ אין מיינע אויגן.
קודם די צוויי ניגונים אור פניך און מראה כהן זענען אויסנאם אויסנאם הערליכע רייכע שטיקלעך! סיי די עצם ניגונים און סיי די ארעינדזשמענטס וואס מונה לייגט דארט אראפ, אויף מראה כהן האט ער דארט שטיקלעך אז מ'קען צושפרינגען ווערן, און די הארמאניס וואס ער ווארפט צאם ביי אור פניך איז עפעס נישט נארמאל! און בכלל, די אנדערע ניגונים זענען אויך גאר פיינע סחורה, מונה לייגט אראפ אן אויסטערלישן דזשאב אויפן גאנצן סידי, אויפן אלטן סטייל מיטן אמאליגן טעם. איך קען דעם סידי הערן און הערן און הערן און נישט זאט ווערן.
אמת! נכון הדבר!
לכבוד חתונת בנו יחידו פון די בעלזא'ער רב שליט"א איז ארויסגעקומען א דאפלטע אלבום "מזל טוב ב' - ששון ושמחה". מונה האט דענסמאהל אראפגעלייגט א שיין שטיקל ארבעט, וממש יצא מגדרו כראוי וכיאות פאר אזא היסטארישער מעמד, ואכן יגע ומצא! ווער עס האט געהערט דעם טעיפ ווייסט וואס כ'מיין...