מעג מען האבן שטוב באשעפענישן? און אלעס ארום
זייט די הכתרה, האב איך גענומען דאס רעביסטעווע זייער ערנסט, ממש ווי א "עול" הרבנות, ריכטיגע יסורים של אהבה,
און אזוי ווי די פארצייטישע צדיקים האבען מיר זיך אויף געזעצט אויפען פיאקע, ווען מיינע פערדלעך זענען איינגעשפאנט, און ממש ווי אין די מחניים ביכלעך, זיך ארויסגעלזאט און געפארען ארום דערפלעך און שטעטלעך מקרב זיין די דארפסלייט לאביהם שבשמים, אה, איז דאס געווען זייער א לאנגע וועג, אבער דאך זייער אינטערסאנט, זיך צו באגעגענען מיט די פריצים, און להבדיל מיט די פארצייטישע תמימותדיגע מושב'נישעקס, און נעכטיגען אין קרעטשמעס, אך, גאנץ גוט,
שווער אבער אינטערסאנט, און צו אלע שוועריקייטען איז געווען די שווערסטע חלק געווען אז עס איז נישט געווען קיין סערוויס אין די ווייטער אוקריינישע רוסישע ראמעינישע און אונגארישע שטעטלעך און דערפלעך, פשוט נישט געווען קיין מעגליכקייט זיך צו פארבינדען מיט די טייערע חסידים דא אין שטעטל, די אמת, מיר האבען זיך זייער געבענקט צום עוילעם,
גלייבט מיר אויפען ווארט! (אז קיין איין ווארט איז נישט אמת!)
עכ"פ זייענדיג אזוי אויף די וועגען ווען די פערדלעך פליען אדורען דערפלעך, האבען מיר באמערקט א גאר ווינדערליכע זאך, אז רוב פויערען און דארפסלייט האבען אין שטוב פולע "שטוב באשעפענישען", אנגעהויבען פון דער הונט, דער שומר הפתח, דערנאך באגלייט מיט דער קעצעל (פון די שומרים, געשטעלט צו נאכלויפען די גנבים-מויזען), און צוגאב צו פולע חיות וועלכע זענען געווען א טייל פון די שיינע פאנאראמע אין די דערפלעך, ווי פיש, פויגלעך וועלכע האבען געזינגען זמירות, און אזוי אויך הוזלעך און די זיסע פעראַט (Ferret), אד"ג
איך וועל אייך זאגען די אמת, צום ערשט האב איך מיר נישט געקענט צוגעוואוינען צו דעם אז ווען אימער מען קומט צו א מושב'ניק אין שטוב אריין שפרינגען זיי צווישען די פוס, מען פילט זיך ממש ווי אין א קליינע סאפארי, עס איז געווען זייער אומאנגענעם און אויך גאר שרעקעוודיג,
אבער מיט די צייט האב איך מיר צוגעוואוינט צו די שטוב באשעפענישן, און אנגעהויבען צו פארשטיין די ליבשאפט פון די פויערען און דארפסלייט צו די באשעפענישען, און איך וועל אייך מגלה זיין אז איך האב אפילו באקומען א שטיקל חשק אויך צו האבען פון די סארט באשעפענישען ביי מיר אין שטוב, (אויב נישט חסידים... כאטש זיי זאלען מיר מקבל פנים זיין יעדען טאג בשירה וזימרה, ווי עס פאסט פאר בית המלכות),
אבער היות ווי איך האב דאס נישט געזען ביי אבותי ורבותי הקדושים, דעריבער איידער און באטראכט צו ערנסט די נושא, וויל איך ערשט הערען פון אייך דיינים מומחים, וואס האלט איר איבער די געדאנק פון ארייננעמען שטוב באשעפענישען?
איז דאס אסור, אדער מותר?
איז דאס צער בעלי חיים? אדער גאר מיט די גוטע עסען פון מיין בעל'בוסטע וועלען זיי האבען א בעסערע לעבען?
ברענגט דאס מיט זיך קללות (אזוי ווי מיין באבע פלעגט זאגען אז די פויגל ברענעגען נישט גוטס) אדער נישט?
ביטע לייגט אוועק מיין כבוד אין די זייט און באציעט זיך צום דעם פראגע, און ברענגט ביטע קראנטע מקורות, וועלכע זאל קענען דינען אלץ הלכה למעשה.
יישר כחכם,
הק' אישטע רעבעניו
אבדק"ק דפה והגלילות
ור"מ דישיבה הרמה