חזקו ותחזקה! - חיזוק אין שווערע צייטן

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

chazak.JPG
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

שטארק!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

.
אטעטשמענטס
גליון שלום וברכה
גליון שלום וברכה
נר הפטורה
נר הפטורה
הייליגע חיזוק ווערטער פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק בשם אחיו די הייליגע רבי ר' זושא אויפן פסוק וכי תאמרו מה נאכל..
הייליגע חיזוק ווערטער פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק בשם אחיו די הייליגע רבי ר' זושא אויפן פסוק וכי תאמרו מה נאכל..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א טייערע ווארט פון רבין רבי זושא ז"ל
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

וואס א איד קען טוען מיט זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אין מיין שכינות האט א איד א סערוויס געשעפטעל לפי ראות זעט ער ניט אויס צו זיין א ספעציעלער בעל מדריגה
אויזער איין מעלה זיין סבר פנים יפות
ער און און זיינע קונדען ליידען אבער פון א חסרון זיינס ער איז בטבע א כילי
זעט אויס אז ער האט פארפאסט מתקן דעם ענין בשנתו הי"ח וואס דער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט און צעטיל קטן
האדם לא נברא בעולם רק לשבר את הטבע לכן יזרז א"ע לתקן מדותיו בשנת י"חדוקא כמו שאבאר כגון מי שנולד
בטבע של עקשנות ישבר את טבעו מ' יום רצופים לעשות דוקא להיפך ממה שיעלה במחשבתו

טוט וואס עס שטייט און פלא יועץ
וכבר כתבו המפרשים שאף על פי שאמרו אמצעי שלם, שלא ילך אחר המותרות והאסורין, וגם לא יהא פרוש מן העולם ולא יהא צדיק
הרבה ולכל דבר יש גבול לפי מה שהוא אדם, זהו למי שלא הרגל בדרך רעה, אבל מי שהרגל בדרך רעה צריך להרחיק עצמו מן הכעור
והדומה לו עד הקצה האחרון, עד שברב הימים יוכל לעמד בדרך אמצעי ולא יסור ממנו.

און מאכט פון זיין חסרון א מעלה און ניצט דאס אויס צי זיין א נדיב
ער קען צימאכען דאס געשעפט אויף 5 מינוט (אזוי שרייבט ער אויף די טור) און גייט און די שכינותדיגע פירות וירקות געשפטען
נישטערען אין די מיסט קאנעס זוכען וואס מען קען מציל זיין
מען קען זיין און זיין געשעפט 2-3 באקסעס וואס ער האט מציל געווען
איך האב אים אמאל געפרעגט וויפיל קאמפאט קען שוין דיין אידענע אפקאכען?
זאגט ער זי האט א גאנצע רשימה פון קאסטימערס וואס קענען זיך ניט ערלויבען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

געוואלדיג!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

א איד האט אַמאָהל געזעהן די פארקערטע זייט פון א גאָבּליין (נידלפּוינט). וואס ער האט דארט
געזעהן איז געוועהן אומפאַרשטענדליך, א געמישעכטס פון קאָלירטע פעדעמער, פארקניפּט
און פארוויקלט אָהן קיין שום סדר. ער פארשטייט נישט ווי אזוי א מענטש איז געזעצן הונדערטער
שעה צאַמצושטעלן אַזאַ איבערקערעניש. מ'האט אים פּרובירט מסביר צו זיין, אז ווען ער וואָלט
געוואוסט ווי אזוי די אַנדערע זייט זעהט אויס, וואָלט ער אַלעס פארשטאנען. וויפיל מ'איז אים אבער
מסביר, פארשטייט ער נישט, ווייל פאר זיינע אויגען זעהט ער א חורבן נורא!

פּלוצלונג געט איינער א דריי ארום די גאָבּליין, און פאר זיינע אויגען ווערט אַנטפּלעקט א
מייסטערהאַפטיגע אַרבייט, א אויגען פאַרכאַפּענדע סצענע פון א גאָרטן מיט שיינע שמעקעדיגע
פרוכטביימער ארומגענומען מיט הערליכע בלומען פון אלע סאָרטן. אויפ'ן הונטערגרונד זעהט ער
מעכטיגע בערג ארומגענומען מיט שניי ווייסע וואָלקענעס, א שיינע בלויע הימל נעמט אַרום דאס
גאנצע בילד מיט איהר נאָבעלע אויסזעהן. ער געבט א קוק און ער ווערט מלא התפעלות,
זיינע אויגען זעהן די שיינע עפּעלעך אויפ'ן בוים און ער פרעגט דער וואס האט עס גענייט, ווי אזוי האט
ער געמאכט אַזעלכע שיינע פירות? האט דער מייסטער אים געוויזן איינס פון די מיאוס'טע חלקים
פונ'ם צווייטן זייט... יעצט פארשטייט ער זעהר גוט, אז צו מאכן אזא הערליכע סצענע האט אויסגעפעלט
די 'אומפאַרשטענדליכע מיאוס'ע איבערקערעניש'.

וּפִתְאםֹ (פּלוצלינג) יָבוֹא אֶל הֵיכָלוֹ הָאָדוֹן אֲשֶׁר אַתֶּם מְבַקְשִׁים (מלאכי ג, א), און מיר וועלן זעהן
קלאָהר אז אונזערע שווערסטע מצבים און טונקלסטע נעכט זענען די וואס וועלן דאס שענסטע
באַלייכטן דעם הערליכן בילד וואס הייסט גלות!

היינט אין גלות ווען הנהגת ה' איז אַביסל באַהאַלטן, פּרובירן מיר מנחם צו זיין יתומים,
אלמנות און אידן וואס גייען דורך שווערע מצבים, אז "עס וועלן נאך קומען גוטע צייטן", וכדומה. ווען
משיח וועט קומען במהרה בימינו וועט יעדער זעהן למפרע אז ס'איז געוועהן גוט, און מ'וועט מודה זיין
אז עס האט נישט געקענט זיין בעסער! א טאפּעלטע נחמה, נישט נאר עס וועט זיין גוט, נאר עס איז גוט.

די ווערטער קען מען פארשטיין נאר ווען משיח וועט דא זיין. מיר נעמען פון די ווערטער חיזוק פאר'ן גאנצן לעבן,
מיטן גלייבן אז מיר וועלן אט אט איינזעהן די "ברכה פון אונזערע יסורים".
-
שוין טויזענטער יאָהרן וואס עס פעהלט נישט קיין איין שטערן וואס איז באַשאַפן געווארן ביי
בריאת העולם, ווייל יעדעס פּינטל אין די בריאה האט זיין תפקיד וואס קיין שום אַנדערע נברא קען
ערפילן, אפילו עס מאכן זיך צייטן וואס מיר פארשטייען דאס נישט אינגאַנצן, גלייבן מיר
באמונה שלימה אז דער וואס האט באַשאַפן הימל און ערד מיט אן אויסטערלישע פּונקטליכקייט,
אלעס ווייל 'רצונו להיטיב לברואיו', דער זעלבער טוב ומטיב האט אויסגערעכנט יעדעס ברעקל
יסורים מיט א פּונקטליכן חשבון. ביז ביאת משיח צדקנו במהרה בימינו ווען עס וועט זיין די ריכטיגע
נחמה און מיר וועלן דאס זעהן קלאָהר וועלן מיר כסדר געדענקען אז נחמו נחמו עמי, עס איז שוין יעצט גוט!!

---

קוקט די לשון פונעם הייליגן קדושת ציון... ותמצא נחת ונחמה..

זה לשון ספה"ק קדושת ציון (ליום כיפור): במערבית לליל יוהכ"פ כִּי הִנֵּה כַּיְרִיעָה בְּיַד
הָרוֹקֵם, בִּרְצוֹתוֹ מְיַשֵּׁר וּבִרְצוֹתוֹ מְעַקֵּם, כֵּן אֲנַחְנוּ בְּיָדְךָ אֵ-ל קַנֹּא וְנוֹקֵם. ויש לדקדק בזה,
ראשית, באיזה ענין הוי הדמיון של מעשה הרוקם עם היריעה, להקב״ה שהוא א-ל קנא
ונוקם. והשנית, מדוע מזכיר כאן את הקב״ה בבחי׳ א-ל קנא ונוקם, הלא ביוה״כ אנו
מקווים ומבקשים על חסד ורחמים, ומדת קנא ונוקם הוא לכאורה היפך מדת הרחמים.
וגם מהו הכוונה של ברצותו מיישר ברצותו מעקם.

אמנם יש לומר בזה, דהנה הרוקם כשרוצה לעשות איזה ציור מעשה רוקם על
היריעה, רושם בתחילה על היריעה קוים קוים, מהם ישרים ומהם עקומים, אחת הנה
ואחת הנה, והרואה את היריעה אז בתחלה, ישפוט למראה עיניו שהרוקם קלקל את
היריעה, וגיבב את הקוים והנקודות הללו בלי שום הוראה ובלי תכנית כלל, רק לבסוף
הוא רואה שנתרקם מזה ציור נפלא מעשה חושב, והקוים הללו שנראו מתחלה שהם
מעורבבים ובלי הוראה, הם חלק מהציור הנפלא הזה. אבל הבקי במעשה הרקימה,
כשרואה את היריעה, תיכף בתחלתו הוא מבין את האומנות אשר חשב האומן הזה,
והקוים והנקודות הם חלקי הרים וגבעות, ציצים ופרחים, נהרות המושכין עם כל פליאות
הטבע אשר רקם האומן ביריעתו הנפלאה.

וכדמיון הזה נוהג הקב״ה עם עמו ישראל בגלות המר הזה, שבאים עלינו גזירות
רעות וצרות רבות מחבלי משיח, עד שנדמה בעינינו שאין להם סוף ותכלית, ויפלא
בעינינו מה זה ועל מה זה שאנחנו סובלים בכל עת כל כך צרות רבות ומרורות בזה אחר
זה, אבל המשכיל יבין כי מפי עליון לא תצא הרעות, וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד,
והגם שאנו רואים כי רבה רעת האדם בארץ, אך טוב וחסד טמיר וגנוז בהצרות הללו, ולא
סגי בלאו הכי, כי בלעדם לא נוכל לזכות לגאולה העתידה, כידוע מספרי קודש כי לעתיד
יתגלה שהכל היה חסד ורחמים עבורינו רק שהיא בדרך טמיר ונעלם, ומחשכת הגלות
יזרח ויאיר אור הגנוז הצפון ליראי ד'.

וזה יש להעמיס בכוונת הפייטן, כִּי הִנֵּה כיְרִיעָה בְּיַד הָרוֹקֵם בִּרְצוֹתוֹ מְיַשֵּׁר וּבִרְצוֹתוֹ
מְעַקֵּם, היינו כי כל הקוים בין הישרים בין העקומים הכל עשה יפה בעתו בכוונה וברצון,
כדי שיצא אל הפועל הציור הנפלא אשר חשב לעשות, כֵּן אֲנַחְנוּ בְּיָדְךָ אֵ -ל קַנֹּא וְנוֹקֵם, כי
אף ענינים הנראים בעינינו כאלו הם ח"ו נקמה ודינים, באמת הם רק טובות וחסדים,
והחסרון הוא רק מאתנו, שאין אתנו יודע עד מה, ולראות את המתרקם מזה, אבל לעתיד
יתגלה לעיני הכל ויראו כל בשר כי הכל הי׳ רק לטובתינו, וכל הצרות והתלאות הכל הם
חלק מהגאולה והישועה.

די נר הפטורה ענדיגט צו מיט נאך איין נארהפטיגע שטיקל..

הגה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, כשנפטר עליו בנו "האדם הגדול בענקים" (מנוסח
המצבה שכתב הד"ח) רבי מאיר נתן זצ"ל (יארצייט ט"ו באב - אבי שושלת באבוב) [כידוע שקיבל
על עצמו להגן ולכפר על תושבי עיר צאנז בעת שהשתוללה מחלת החאלעריע (חולי -רע)
ר"ל], צוה הדברי חיים ז"ל באותו שבת שיביאו לו משקה " ביר" (שֵׁכָר) מַר, ואמר " א נאַר
מיינט אז עס איז ביטער, איינער וואס איז נישט קיין נאַר פארשטייט אז ס'איז נישט
ביטער, א קלוגער פארשטייט אז עס איז זיס, דאס זעלבע איז ביי יסורים, א חכם
פארשטייט אז אויב דער אויבערשטער שיקט אויף אים יסורים איז עס זיס"
. (קונ'
אספקלריא המאירה, עמ' ח')
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
וואטיצעך
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 06, 2013 10:13 pm
לאקאציע:איבעראל ווי ס'טיצעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואטיצעך »

געוואלדיג פריילאך
זאלסט שטענדיג זיין נאר פריילאך
ווען עס טיצעך נישט וויזוי מען וויל, וויל מען וויזוי ס'טיצעך.....
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יישר כח אייך פריילאך.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

טייערע זיסע חיזוק ווערטער געשריבן פאר עלטערע בחורים, אבער קען זייער צוניץ קומען אויך פאר עלטערע טאטעס און אויך פאר יונגערע וכו'...

פעקס מאשין האט געשריבן: טייערער אנפין,

איך בין נישט קיין שרייבער, רעדנער, אדער בעל מחזק. אבער ווי איך זעה קומסטו בעטן חיזוק דא אויפן וועלטל, וואס טוט באדייטן אז די ביסט גרייט צי הערן פון סיי וועם וואס איז גרייט אביסל צי שרייבן.

ווי די קענסט זעהן האב איך נאך קיינמאל קיין ארטיקל נישט געשריבן, אבער אזוי ווי די האסט געפענט מיין הארץ וועל איך שרייבן פאר דיר אפאר שורות.

איך וועל זיין אן אומר דבר בשם רבו, איך האב דאס געהערט פון מיין רבי הרה"ג רבי בערל טויבער שליט"א (אגב בין איך זיין תלמיד פון בלויז אפאר דרשות וואס איך האב גענימען אלץ יסוד און לעבן).

רבי בערל לייגט דאס אראפ מיט א משל כדרכו וואס איז כדי די זאלסט דאס הערן פון אים אויפן טעיפ עס וועט דיר פיל שטערקער אריין אין די ביינער ווען די וועסט דאס הערן מפי רבי.

- - -

אין די אמעריקאנער ארמיי שרייבן זיך איין טעגליך טויזענטער סאלדאטן. און זיי ווערן ציטיילט און צענדליגע אפטיילונגען לויט זייערע פעאיגקייטן. טייל קומען אן צי שמירן פיטער ברויט פאר די סאלדאטן, טייל וואשן וועש, אין די בעסערע טייל שיקט מען אויף די פראנטן זיך צי שלאגן פנים אל פנים מיטן שונא אין לייבן גריב.

איז ווער פון זיי דארף צי זיין דאס מערסטע גליקלעך? לכאורה די פיטער שמירערס? קיין שום איינשטעל, באקוועם אין קאך מיט לעקטער, הייצונג, איר קאנדישאן, און וואס נישט. וואס שייך בעסער.. פון די אנדערע זייט די קאמאנדאס זענען נעבעך אויפו פראנט הייס, קאלט, זיך שלאגן אין קעמפן פאר די לעבן און גאר שווערע מצבים.

אבער במציאות וועסטו זעען פארקערט!

די פיטער שמירער ווייסט גוט וווי ער שטייט, אז מען קען אים נישט טראסטן מיט קיין שווערע אויפגאבעס, ער איז גוט צי טוהן די מינדערוויכטיגע ארבעט, יעצט שטעל דיר פאר ווען זיין אויפזעער גיט אים א קאמפלימענט, WOW אזוי שנעל געשמירט די ברויט... די ביסט די בעסטע סאלדאט... וואס טראכט ער צי זיך? האלא איך ווייס פינקטלעך ווי איך ארבעט, און פארוואס איך טוה דעם ארבעט און נישט עפעס אנדערש.

לעומת זה ווען די קאמאנדא באקומט א קלאפ אין רוקן, קלערט ער, דאס ווי גוט איך בין דארפסטו מיר נישט פארציילן, איך בין אויסגעקליבן צי א שווערע פליכט נישט אומזיסט!

יעצט לאמיר גייו א שטאפל ווייטער, ווען עס קומט צי אדורך פירן א העכסט ריזיקאלישער מיסיע ווי צי גיין אין לענדן א העליקאפטער אין הויף פונעם טייוול אליין. און פאקיסטאן. וויט פונעם היימלאנד. און כאפן בין לאדין און טינקעלקייט פון נאכט. אפגעזעען אז ער האט וועכטער מיט געווער. באפאנצערט און באוואפנט. האט מען דערפאר אויסגעקליבן פין אפאר מיליאן סאלדאטן די סאמע בעסטע 20 וואס די געלערנטע אמיריקאנער ארמיי פארמאגט. און מען זאגט זיי גייטס אריין אין לייבן גריב! אין פירט אויס דעם ריזיקאלישער מיסיע!

וואס וואלטן זיי געדארפט טראכטן??

וואס? אזא שווערע אויפגאבע? ס'יז שרעקעדיג.. פארוואס פינקט אינז? ס'יז דאך דא אנדרע מיליאנען סאלדאטן? פליז.. איך קען דאס נישט מאכן...

ביים זיך הייבן צום מיסיע וואלטן זיי לכאורה געדארפט זיין פארלוירן און נידערגעשלאגן, אן קיין מוט און קוראדזש, הלמאי ס'יז דאך פון די שווערסטע אקציעס וואס אמעריקא האט נאר אמאל אדורך געפירט.

מיט אזא גיסטע וואלטן זיי דארט אנגעקומען, קוים ארויסגעקראכן פון העליקאפטער און פליצלינג אוי!! משיסט!!! ס'פליט קוילן.. לאמיר אנטלויפן...

אבער ניין!!

די קענסט זיין זיכער אז עס נישט אזוי ציגעגאנגען. (ווען יא וואלסטו קיינמאל פון די אקציע נישט געהערט.. עס וואלט געווען די גרעסטע דורכפאל אין היסטאריע...)

ווען זיי האבן באקומען די שווערע באפעל האבן זיי גאנץ גוט געוויסט אז דאס איז ווי די בעסטע קאמפלימענט וואס זיי קענען באקומען. דאס באדייט אז נאך שווערע טרענינונגען האט מען זיי געקליבן 20 פון אפאר מיליאן! אלץ די בעסטע קאמאנדאס און דער וועלט! מען קען זיי טראסטן אויף די שווערסטע אויפגאבעס. דאס אליין האט זיי געגעבן די מוט אדורכציפירן סוקסעספול די שווערסטע מצבים.



טייערער אנפין.

מיין הארץ גייט אויס אויף די שווערע אויפגאבע וואס די רבוש"ע האט דיר באשערט.!!!

עס איז טאקע שווער, ס'זעט אויס ביטער, און דערפאר האט די באשעפער נישט געטראסט אנדערע מיט אזא שווערע דורכגאנג!!

מיליאנען נשמות קומען אראפ אויף דעם עולם צי דינען א טערמין פון 80-90 יאר. טייל דערפון קען מען נישט טראסטן מיט קיין שווערע דורכגענג. און באקומען פארדעם א גרינגער לעבן.

אין אנדערע קען מען טראסטן מיט שווערעקייטן נאר פון צייט צו צייט, כל אחד לפי מדרגתו!

דיר האט דער באשעפער אויסגעוועלט און זאגט מיין טייערער אנפין איך ווייס די ביסט מיר א געטרייער סאלדאט, דיר קען איך טראסטן מיט א שווערע דורכגאנג! גיי אריין און טיפן לייבן גריב און טוה פאר מיר מיין שלוחות מיט שטארקייט! גיב נישט אויף! איך קען דיר מיין קינד, די קענסט און וועסט דאס אויספירן!

די באשעפער זיצט יעצט מיט די פמליא של מעלה און סיטואציע צימער און קוקט זיך צי.. לאמיר זעען ווי אנפין פירט דורך די אקציע מיט סוקסעס.

ער האט הנאה פון יעדע מצווה וואס די שיסט, און שעפט נחת פון דיין שטארקייט. ער פרייט זיך מיט דיין סוקסעס און וויינט אויף דיינע דורכפעלער!

האלט פאר דיין אויגן!

דיר האט מען געוועלט איינס פון זיבן ביליאן נפשות!! גיי אן האלט דיר שטארק!!

האב נישט מורה, מען האט דיר נישט געגעבן מער ווי די קענסט!!

אז די ווערסט שוין אפגעשוואכט, זיי זיכער מען וועט דיר נישט געבן נאך, דיין ישועה איז נאנט!!!



ידידך המצפה לישועתך ולישועת כל בית ישראל:

פעקס מאשין



לאדיךארויס האט געשריבן:
זאלץ וואסער אויף אמ"ג האט געשריבן:

עס איז א מיליטער אמאל געגאנגען אויף א מיסיע, און זיי האבן געמוזט גיין א גאר ווייטן וועג, אנצוקומען דערצו. אבער ווי דער סדר פון סאלדאטן זענען זיי געגאנגען שיין אויסגעשורה'ט און געשטעלט טריט נאך טריט צונאזאם אנצוקומען צום ציהל.

ויהי ערב ויהי בוקר, און דאס מיליטער האט זיך געטראפן אויסגעשורה'ט פארנט פון א הויכן בארג וואס מ'האט געדארפט אנקומען צום שפיץ צו קענען גיין ווייטער.

דער גענעראל האט אויסגערופן יעדער זאל זיך שטעלן נאענט צום בארג איינער נעבן צווייטן, און ווען מ'וועט הערן דעם פייף זאל מען אנהייבן מארשירן פאראויס.

א בארג ווי אלע בערג, האט עס געהאט אויסגעטרעטענע וועגן, און פארשטיינערטע זייטן, עס האט געהאט פלעצער ווי עס גייט גראד ווי א וואנט, און פלעצער וואו עס גייט שיין און גראד.

די סאלדאטן האבן אבער נישט קיין אפציעס, יעדער ביי זיין פלאץ דארף אנהייבן קריכן, און דערגרייכן דעם שפיץ.

דער לאנגער פייף איז געקומען, און די סאלדאטן הייבן אן קריכן. די וואס זענען ביי די מער אויסגעפלאסטערטע וועגן, לויפן שנעלער, און די וואס זענען ביי די קרומע שטיינערדיגע וועגן, קריכן און דראפענען זיך מיט שוועריגקייטן, אבער אלעס מיטן זעלבן ציהל, אנצוקומען צום שפיץ.

די סאלדאטן וואס האבן זוכה געווען צום גרינגערן טייל פון בארג, זענען שוין אויבן, און די אנדערע קריכן און שוויצן מיט שוועריגקייטן, אבער מאכן פארשריט צעביסלעך.

ביז אלע סאלדאטן זענען אנגעקומען אויבן, און פאר זייערע אויגן אנטפלעקט זיך...

א פיהל גרעסערער בארג! א שווערערער בארג!

יעדער אויף זיין פלאץ דארף זיך יעצט גרייטן אנצוקומען ביים קומענדיגן שפיץ. די וואס האבן אזוי לייכט דורכגעשפרייזט דעם ערשטן בארג, שטייען יעצט ביי שווערע חלקים פונעם צווייטן בארג, און אזוי אויך פארקערט, עס טוישן זיך די קארטן, יעדער דארף ווייטער קריכן, פאר איינעם שווערער ווי פארן צווייטן.

די וואס זענען שוין דורך דעם קריכעריי ביים ערשטן, זענען רגילים במלאכתן, עס נעמט זיי שוין שנעלער, און געוויסע פון זיי זענען פשוט ביים לייכטערן וועג פונעם צווייטן בארג. די וואס זענען אזוי שנעל ארויף דעם ערשטן בארג ווייסן נישט וויאזוי זיך אן עצה געבן אויב פאלט אויף זיי דער גורל צו זיין ביים שווערן טייל פון צווייטן, און זיי קענען זיך קוים דערשנאפן צום שפיץ.

***

מיין טייערער חבר:

דאס לעבן איז א בארג, וואס מיר אלע דארפן קריכן, יעדער קוקט מיט אנגסט צום שפיץ און וויל דארט אנקומען. עס זענען דא בחורים וואס זענען ביים אויסגעפלאסטערטן וועג, און זיי קומען אן שנעל, ווידעראום אזוינע טרייע סאלדאטן וואס מ'האט זיי געהייסן קריכן ביי די שטיינערדיגע וועגן, נעמט עס לענגער און שווערער.

אבער ווען מ'גרייכט דעם שפיץ און מ'מיינט מ;איז שוין אנגעקומען, זעהט מען פאר זיך א פיהל שווערערן בארג, און די וואס זענען געוואוינט צו זיין באקוועם קענען זיך פיהל שווערער ספראווענען מיט די שוועריגקייטן.

יא, מ'זעהט קלאר, די סאלדאטן וואס דארפן קלעטערן און קריכן, און ס'נעמט זיי לענגער, איז נישט ווייל זיי זענען פוילער, אדער אומטויגליך, נאר ווייל דארט האט זיי דער גרויסער גענעראל אראפגעשטעלט צו קריכן.

יא. עס נעמט זיי לענגער, און ס'איז זיי שווערער, אבער ווען זיי גרייכן דעם שווערערן בארג, זענען זיי באזעסן, און אויסגעארבייט, און ווייסן וויאזוי צו נעמען דאם לעבן ערנסט מיט א שכל הישר, און זיי קומען אן צום תכלית גרינגער און שנעלער.

טייערער אנפין. דו ביזט א סאלדאט! א טרייער סאלדאט! דו קריכסט אויף א שווערן בארג! די שפיץ איז אבער נאענט. וויסן זאלסטו אז דער בארג גראד נאך די חתונה איז צומאל שווערער ווי דו מיינסט, און מיט יעדן טאג וואס דו קריכסט דעם ערשטן בארג, וועט דיר דער גענעראל לאזן ביים צווייטן בארג גיין אויפן גרינגן אויסגעפלאסטערטן וועג.

דו וועסט האבן א גרינג און גוט לעבן, וואס וועט דיך פארענטפערן אסאך פון די אומפארענטפערטע פראגן! דו וועסט אנהייבן פארשטיין וואספארא נוצן די שוועריגקייטן ברענגען פאר דיין גליקליכן עתיד בעזהשי"ת.

א איד ווערט נישט פארלוירן, ווייל דער גענעראל איז א אייביגער, און איינציגער, וואס קען דיך יעדע ליאדע מינוט אויפהייבן על כנפי נשרים און ארויף שטעלן ברום המעלה, וואס פון דארט וועסטו בעסער און קלארער זעהן אז יעדע טריט אין לעבן איז לטובתך.

איך בין מתפלל פאר דיין שנעלע ישועה, און איך וואונטש דיר אז דו זאלסט משיג זיין רוב טובו וחסדו הגדול בקרוב ממש.

האב מיר א גוטע נאכט, און האב מיך אינזין נאר א טייל פון וויפיל איך האב דיך אינזין, וועל איך שוין אויך זיין א געהאלפענער.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

נו רבותי לאמיר זיך אראפזעצן א מינוט בשבת אחים גם יחד און זיך אביסל מחזק זיין...

[זאגט הרב קרישעווסקי:] א איד דרייט זיך ארום מיט די אמונה אז 'אין עוד מלבדו', נישט נאר אז עס איז נישטא נאך א גאט, נאר אז עס איז נישטא נאך עפעס אויסער רבוש"ע, זאגט ר' חיים וואלאזשינער אין נפש החיים, אזא איינעם וועט קיין שלעכטס נישט געשעהן! אסאך אידן האבן שוין געזעהן ישועות מיט דעם..

איך האב אליינס געהערט אלץ בחור פון רבי מענדל פוטערפאס ז"ל, א פארצייטישע ליובאוויטשער חסיד, א בעל מסירת נפש'דיגע איד געווען..

האט רבי מענדל געזאגט: וואס איז דאס פשט אז די רבוש"ע איז א כל יכול? מען זאגט אז די באשעפער קען נעמען א גרויסע עלעפאנט און עס אדורפירן אין די לאך פונעם שפילקע (נודל), די אייבערשטער האט צוויי ברירות - האט ר' מענדל געזאגט, אדער קען ער קליין מאכן דעם עלעפאנט, אדער גרויס מאכן די לאך פונעם שפילקע...

אבער דאס איז ניט כל יכול, זאגט ר' מענדל, א כל יכול דארף קענען נעמען א גרויסע עלעפענאט און אדורכפירן דעם קליינעם לאך. איי וויאזוי? דאס איז טייטש כל יכול, וואס איך קען ניט, קען ער יא! דאס איז פשט ריינע אמונה..



איך האב אמאל געזעהן אין באר משה, פון ר' משה'לי קאזשניצער, ווען א מלך בשר ודם קומט אריין צו איינעם אינדערהיים, און יענער דרייט זיך מיטן נאז אראפ, וועט אויף איין רגע נישט בלייבן די מלך דארט, די זעלבע ווען מען וויל די אייבערשטער זאל וואונען מיט אונז, דארפן מיר זיין בשמחה.


----

נאך א שיינע עובדא פון ר' מענדל'ן - שטארקע חיזוק
ווער וויל קומען מיט מיר אויפן שטריק
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

א דאנק אייך
מיר קענען עס נוצען
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

די סוד פון אמאל - דורך לכתחלה אריבער

יא.... ניין, אפשר.... זיכער,
גיין.... קומען, שטייטער.... גיכער,
ארויף.... אראפ, לינקס.... רעכטס,
אהער.... אהין, זינג.... קרעכטס.

צומישט.... צוקראכען,
צוקלאפט.... צובראכען,
פונקטליך.... מסודר,
קיינמאל.... ווידער.

האט עס פשט, די ווירטשאפט פון די וועלט?
צו איז עס מיט א סדר, אדער ווי עס איינעם געפעלט?
צו האט ריכטיקייט נישט מער קיין פלאץ, און גראדקייט מער קיין ווערט?
צו איז גוט'ס פארמיסט, און שלעכטס פאהערט?

וואס איז די סוד, פון די אמאליגע קלארקייט?
ווען פראגעס און ווינדער, האבן נישט געטשעפעט די ווארהייט?
וואס האבן זיי געוויסט, וואס פון אונז איז באהאלטן?
וואס האט זיי דערווארימט, אין פינסטערנישט דעם קאלטן?

זאג מיר אלטער, זאג מיר ביטע גענוי,
וואס האבן ענק מער פון אונז, געוויסט אזוי גענוי?
עס איז ביי מיר אויף דעם די הונגער זייער גרויס,
כ'זעה עס פאר מיין לייטער, פון דעם פארצווייפעלטקייט ארויס!

הער מיין טייערער, לייג גוט צו א אויער,
ביי אונז אליין, איז אויך נישט געווען אן אפענע טויער!
ביי אונז אליין, איז אויך געווען די גרויסער מויער,
אבער דאס אליין, דאס איז געווען אונזער בויער!

א ג-ט וואס איך קען "פארשטיין", האט געזאגט א גוטער איד,
וויל איך נישט פאר מיין ג-ט, אזוי גייט דאס ליד!
דאס אז נאר ער קען אלעס פארשטיין, יעדע גרעזעלע, יעדע שטיין,
דאס איז זיין גרויסקייט, זיין גאנצקייט זיין שיין!

יעדע זאך מיט א חשבון א ריינער,
א חשבון, וואס פארשטיין קען קיינער,
נאר דער באשעפער, ער איינער,
און וואס ער טוט, איז גוט, ווייל ער איז די מקור פיינער.

אלזא, איז עס אונזער זארג קיינמאל געווען,
זאגט ווייטער דער אלטער מיט פלייס,
מיר האבן נישט געטראכט וואס גייט זיין, אדער וואס איז געשען,
די וואס זענען פארנימען העלפן ג-ט פירן, איז ביי אונז געווען א שפייס.

געדענק אלעמאל, זאגט ער, וועט עס דיר זיס און גוט זיין,
בעסער ווי אים קענסטו סיי ווי נישט, און ער קען דאך גאר פיין,
פארלאז זיך אויף אים, לאז אים פירן זיין געשעפט,
דו טו נאר וואס דו דארפסט, און זעה צו זיין באשריבן אין גוטן העפט.



טייערע ווערטער פון אונזער קאלעגע ש. פרידמאן - גליון שלום וברכה
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture1.JPG
Capture2.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

דאנציגער ווארעמט אונז אן מיט אביסל ווארעמע ווארע..
דאנציגער האט געשריבן: ב''ה
ס'בלאזן ווינטן פון אלע זייטן און בושעוועט אין פנים אריין, עס רייסט שטיקער - פונעם זיכערקייט וואס דער מענטש האט אין זיך איינגעפלאנצן, און צעווארפט עהם אלע מעגליכקייטן, צו שטעלן א טריט פאראויס.
ס'געווען רואיגע צייטן, טאקע נישט צו לאנג צוריק, טאקע נישט פאר צו לאנג..
ווער האט זיך געגלייבט אז ס'וועט איבערפאלן דעם האריזאנט אזא נעפל, און ס'וועט זיך נישט ארויסזען דאס שיינהייט פונעם וועלט.
טייל לייטן טוהען צומאל טרייסטן, אז ס'טאקע א זאווערוכע, טאקע א שווערע סיטואציע, אבער בלויז א סיטואציע.. און עס קומט באלד אויף דער שיינער גאלדענער זין, און וועט פארטרייבן אלע כמארעס.
ווען מ'זאל ווען קענען זייערע רייד אויפשטוישן אויפן באלדיגן ווירקליכקייט, וואלט באשטימט גוט געווען, נאך וואו גוט געווען..
אבער עס זעט זיך שווער א האפענונג, נישט באלד נישט מארגן, ווער ווייסט ווען יא..
אינעווייניג אינעם שטיבעלע, ברענט א ליכטעלע, וואס צאפלט און דאך געבט נישט אויף איר פלעמעלע, עס טרערט און צושמעלצט די טיקע שיכט אייז וואס לייגן זיך אן אויף די ווענט פונעם שטיבעלע, פאקט פון מעט מן האור, וואס איז דוחה הרבה מן החושך, טאקע הרבה אבער דווקא נישט אלעס מן החושך.
ס'הערשט א שווערע וואלקן כמארע, קען זיין א ווייס גרויע – נישט דווקא טאפענדע פינסטער אין שטוב, טאקע דאנקן גאט אז ס'איז עפעס א שיין פארהאנען אינעם סביבה, אבער דאך, ווייט גאר ווייט פונעם גלארייכע וואונטש פונעם אור כי טוב.
איינזאם און אליין זיצט זיך דאס לעכטעלע, און ווארט און האפט אז ס'זאל אויפשיינען די ווירקליכע שיינהייט פון אור, און אזוי ארום וועט אלעס ווערן פארגיטיגט אטאמאטיש.
דאס עסן וועט זיך בעסער פארדייען, און דאס לערנען וועט זיך בעסער פארשטיין, די קאפ בעסער האלטן, און די פוס פלינקער שפאנען.
אבער ווען זעט מען שוין דאס הארצן וואונטש, וואו זעט מען שוין דאס האפענונג במציאות ממש.
ווילאנג וועט נאך דאס פלעמעלע פונעם עקשנות'דיגע לעכטעלע עספיען אנצוהאלטן איר חיות, חלילה עס זאל נישט אויסהויכן אומ'ערווארטעט, פון אזא לאנגע אויסגעווארטעטע הילף.
און מ'זעט נישט קיין צייכן פון א שטראל, בלויז דאס שוואכע שיין פונעם איינגע'עקשנ'טע לעכטל קנויט, וואס לאזט זיך בייגן פון יעדע ווינטל, שפילט א פנים ווי עס וועט זיך שוין פארלעשן, אבער שטעלט זיך באלד צוריק צו איר פאזיציע אינעם צענטער פון איר רוה, און פארשיינט ווידער די שווער פארהארעוועטע איינוואוינער ארום, וואס די אויגן גייט זיי אויס, פון וויסטע אומ'וויסענדע קלערן איבערן צוקונפט.
ווען ס'זאל כאטש זיין עפעס א וועג, געוואויר צו ווערן עפעס פאקטישע נייעס, וואס גייט פאר יעצט, פארוואס איז עס אזוי חושך, און וואס איז די פלאן, וועט זיין ווידער חושך אמאל, אדער וועט שוין זיין לעכטיג פאר א קיום..
זאל מען כאטש האבן א קלארע באווייז אין האנט, אז א טאג צייט, זאל זיין א וואך אפילו א חודש, וועט נאך זיין אומעטיג, און נאכער קומט מנוחה ווינטן וואס וועלן פארטרייבן די קאלמוטנע סצענע.
נישט קיין צייכן, נישט קיין מעטאד, ניטאמאל א גוט זאגער א באגלייבטער, איז מצליח צו דעקן דעם מצב, און אויפהייבן דעם שוואכן שיין פונעם לעכטעלע, אז עס זאל גורם זיין א ליכט'טורם, פארן האפענטליכע קומענדיגער אויסלייזער.
און דאך געבט זיך דאס פלעמעלע נישט איין פארן ווירקליכקייט, און פארוואס???
דאס איז נאך שווערער א קשיא אויפן מציאות – איבערן מציאות!
וויאזוי איז דאס מעגליך, אז דאס מענטשעלע ווייסט גארנישט פון קיין גוטן עתיד אויף א פאקט, און דאך טוהט זיין רוחניות'דיגע לעכטעלע איהם שטופן אויף פאראויס מיט אמונה וביטחון, מיט א העכערע קראפט, וואס מ'זעט גארנישט איר יניקה.
איז אמת אז זי ציט חיונה פון ערגעץ וואו, וואס געבט איר די קוראזש אנצוהאלטן אינעם שווערסטן סיטואציע און נישט פארלאשן ווערן..
אויב וואר, אז ער פארמאגט א נשמה, און ער געהער צום עם הנבחר – ישראל, וואס זאגט שירה אין די שווערסטע אומשטענדן און צייטן, 'אנו עמך ואתה אבינו'.
און דער נר השם איז בעצם נשמת אדם, און אז ער היט דעם נר ה', היט דער פון אויבן זיין לעכטעלע, און איז במציאות מחזיק מעמד, אין אזעלכע אומשטענדן וואס זענען קעגן די מציאות.
זאל ווען דער מענטש האבן די מעגליכקייט, אין א צייט פון ביטערניש און ליידן, צו אויפ'עפענען א רעטעניש, און ס'וועט עהם צייגן א טאוועל, 'בראווא' דו האסט געוואונען!!! דיינע פוינטס זענען ארויף אויפן הימל טאוועל פון זכיות, מיט ריזן טרעפ.
דיינע שטארקע כוונות נישט אויפצוגעבן, כאטש דיין קערפער האט שוין מער ווייניגער אויפגעגעבן, אבער פון נשמה אויס ביסטו א העלד! א פולקאמע געוואונער..
זאל נאר ער דאס מצליח זיין צו זען ביום עברה, וואלט עס שוין גארנישט געווען אין זיינע אויגן א כמארע א זאווערוכע, נאר א נסיון של אהבת השם, א גבורה פון איבערקומען די מכשולות אין וועג, אנצוקומען לאור כי טוב.
אבער וויבאלד ס'איז מן השמים נישט באפוילן אלעס צו צייגן דעם מענטשעלע, מיינט ער, אז ער איז אין גרוב.
און אז ווען ס'געווען לעכטיג איז געווען גוט. אזוי נעבעך מיינט ער, אזוי קלערט זיך עס אמאל.
אז ס'געווען לעכטיג ארום, זאכן זענען געשווימען ווי געוואלט, מ'האט גערייכט יעדן דעם האנט בעושר ואושר, געדעקט אלעס מיט איין מעשה, און ס'איז א נחת למעלה ולמטה..
אבער באמת, אינעם עולם פון אמת, וואלט ער ווען דאן געגיבן א עפן אויף דאס הימל רעטעניש טאוועל, וואלט זיך באוויזן טונקעלע מארקן.
ר' משה גרויס, איר זענט במחילת כבודכם, א טיפן ערד ליגער..
א בעל גאווה א בעל תאווה א ליגנער און א פעלערהאפטיגער געביין. 'איר זענט לעת עתה אדורכ'געפאלן'.. זייער פאטאליש פארגליטשט בבחינת האמת.
אבער ער זעט עס דאך נישט, ער זעט בלויז פעטע צייטן, גלאנציגע קעפעלעך, און עס דאכט עהם אז ס'איז א נחת רוח ליוצרו, ווען ליידער איז עס א היבש שטיקל ארבעט מיצרו.
אט דאס אור האמת, וואס ליגט באהאלטן אינעם תורת אמת, דער ריכטיגער מוטיגער אין א שווערן מאמענט, אט דאס איז די רעטעניש, וואס קען יא אויפדעקן די ווירקליכע פאקטן, און פארענטפערן די וועלטס פראגעס, וואס זענען באזירט אויף אנדערע פראגעס, ביידע אנע תירוצים.
אבער אינעם אור הגנוז בכלי חמדה הקדושה, איז עס בכלל קיין שאלה נישט, ווייל אז מ'איז דבוק בחי החיים, איז פארהאנען כח אין די טיפסטע מערות און גריבער, און יש תקוה ליום אחרון, אויפצולעבן די פארטרוקענטע ביינער, ווען זיין ווערן עטוואס באזאלבט מיט די שמן החכמה, פארזיסט מיט רוחניות'דיגע עבודה.
איי גאט ב''ה ונזכה ונחיה.. זאל שוין זיין געלעבט!!!
אטעטשמענטס
פון גליון הליכות חיים
פון גליון הליכות חיים
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעילוםשם »

מורא'דיגע חיזוק רייד דא אין דעם אשכול, יישר כח פאר אלע חשוב'ע מגידי שיעור כ'מיין שרייבער
אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע:Dreaming in code

מזה ומזה הם כתובים - צו עס גייט אזוי , צו עס גייט א שטרוי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aperlscript »

זייענדיג אויף אפרו די וואך , האב איך געהערט אז עס איז דא א דיון וויאזוי די גביעים אינעם מנורה איז געווען, שיטת חב״ד איז אז עס איז געווען פארקערט.
ר׳ אלימלך פארציילט א מעשה בשם ר׳ יענקאלע גאלינסקי ז״ל , וואס איז פארלאפן ביי זיי אינדערהיים אין רוסלאנד (אדער אוקריינא געדענקעך שונישט).
די אידענעס אין יענע צייט האבן נישט געקענט ליינען די היגע שפראך , פלעגן זיי צוזאםקומען ביי זיי אינדערהיים, אין זיין מאמע פלעגט פארליינען די צייטונג נייעס.
איינמאל , זענען זיי זיך צוזאם געקומען אין זיין מאמע איז נאך געווען פארנומען אין קיך, אומגעדולדיג , זענען זיי אריין אין די צימער ווי די צייטונג איז געליגען, ווען מיטאמאל הייבן זיי אן צו וויינען.
ווען זיין מאמע האט דערהערט די געוויין פרעגט זי וואס גייט פאר , האבן זיי איר געוויזן א בילד אויפן פאדערשטען בלאט פון א שיף וואס איז איבערגעקערט, זאגט זיין מאמע ; שוטים וואס איר זענט , דא שטייט נישט אז די שיף האט זיך איבערגעקרט , פונקט פארקערט, דא שטייט אין נייעס אז מען בויט א גרויסע שיף , נארווואס דען , איר האט געהאלטן די צייטונג פארקערט!
פירט ר׳ יענקאלע אויס ; דאס איז געווען מיין לימוד . אמאל קוקט אויס זאכן גייען פונקט קאפויער מיטן פיטום אראפ זאל מען וויסן דאס ווענדט זיך וויאזוי מען קוקט דערויף!
נאך א געדאנק;
ווען אסתר האט געהערט פון מרדכי מיטן זאק , האט זי אים געזאגט מה זה ועל מה זה- חז״ל זענען מסביר זי האט אים מרמז געווען שמה עברו על הלחות שמזה ומזה הם כתובים.
פרעגט די הייליגער חתם סופר, צו וואס האט זי אנגעכאפט דווקא די עבירה אין נישט שמה עברו על שמע ישראל אדער סיי וואס?
נאר זי האט אים געוואלט זאגן , אז די יודן האבן נישט מקבל געווען די לוחות באהבה אזוי ווי די לוחות וואס איז געווען ״מזה ומזה ״ , ״ אזוי צו א שטרוי״ ממילא צוליב דעם איז נגזר געווארן די גזירה. עד כאן מהחתם סופר.

די מנורה איז געווען א מאדעל פאר די וועלט אז דער באשעפער וויל זיין צווישן די יודן אזוי ווי די חז״ל זאגן בשבת (כ"ב ע"ב): וכי לאורה הוא צריך, והלא כל ארבעים שנה שהלכו בני ישראל במדבר לא הלכו אלא לאורה של שכינה. אלא עדות היא לבאי עולם, שהשכינה שורה בישראל. מאי עדות, אמר רב, זו נר מערבי, שנותן בה שמן כמדת חברותיה וממנה היה מדליק ובה היה מסיים.
ממילא האט דער באשעפער באפוילען , אז די מנורה זאל האבען פארקערטע גביעים וואס זאל זיין א לימוד אז אזוי ווי די גביעים זענען פארקערט, דארף מען וויסן אין פארשטיין אז אין יעדע זאך וואס דער באשעפער מאכט , אז מען קוקט דערויף ריכטיג זעט מען אז נסתרים דרכי השם!
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

ווארעמע חיזוק פון ידידינו ש. פרידמאן
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture1.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

געהערט פון ר' לייבוש לאנגער אויף קול מבשר אחר האסון הנורא פון שב"ק ר"ח ניסן..

די הייליגע וויזניצע רבי זצ"ל האט געזאגט נאכן מלחמה אויפן מאמר, מאן לימא מתרצתא, דילמא משבשתא. מאן איז ר"ת א'ל מ'לך נ'אמן.. אויב מען ווייסט אויף יעדע זאך אז עס קומט פונעם קל מלך נאמן, דאן לימא מתרצתא קען מען זאגן אויף יעדע זאך א תירוץ און עס איז נישט דא קיין קשיות ח"ו, אויב אבער 'דלמא' מען הייבט אן מיט טאמער, אפשר איז דאס געווען די סיבה אפשר דאס, מען וואלט דאס געקענט טוהן וכו' דעמאלסט משבשתא ווערט מען אינגאנצן פארדרייט...

אוי!.. הקב"ה ירפא לבבות הנשברות ויחזקם.


אטעטשמענטס
פון ידידינו ש. פרידמאן
פון ידידינו ש. פרידמאן
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

פריילאך האט געשריבן: בילד

סאיז א גוטע לימוד פארן סדר ואס מזעהט פון יציאת מצרים
שכח פארן נאכברענגן
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

א ניגון וואס הרב וואקסמאן האט געזינגען ביי אן עי טיים חיזוק אווענט:

איך גלייב אין א גאט
וואס ער האט
כוחות כוחות אן א סוף
ווייל איך בין א יוד
ער האט מיך ליב
און דאס איז דער גאנצע סוד
און מיין גאט טוט
נאר נאר גוט
ווי איך גיי קומט ער מיט
הבוטח בה' הבוטח בה'
איז איהם אלעס וואויל און גוט

און ענדליך אין ענגליש

I Believe in Hashem
I trust in hashem
There never is a moment when
When I am alone
That I’m on my own
I believe and I trust in Hashem
And I understand
That he is holding my hand
And every step is perfectly planned
He is holding me tight
So I will be alright
I believe and trust in Hashem

אויך לייגט ער צו אסאך מטעמים צום פזמון.

כדאי אויסצוהערן. 718-298-2646
דערנאך 1 און 1 און 17

לאמיר הערן וואס די עולם זאגט דערצו..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע:אין קהל'ס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלס נאר »

עס האט עס געמאכט ביי עי טיים שבת אויב מיין זיכרון ארבעט גייט די ניגון ווייטער
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

דרשה פון הרב גאנצפריעד פון מאורות פאר די חדר קינדער נאך די ששון טראגעדיע (געווען אין בלאט)

וויאַזוי דער פּאפּא רבי זצ"ל האָט זיך מחזק געווען נאָכ'ן פאַרלירן ביי די קריג זיינע צען קינדער
דרשה פאַר תלמוד תורה קינדער פון קהלת יעקב דפּאפּא
געזאָגט דורך הרב מנחם שלמה גאנצפריעד שליט"א יו"ר "מאורות"
(נתפּרסם לע"נ בניו הילדים היקרים עמרם ויהושע ע"ה ב"ר מנחם שלמה נ"י)

פאָרוואָרט
אין שאָטן פון די טראַגישע שריפה אין פלעטבוש, ברענגען מיר די קורצע אבער אינהאַלטסרייכע דרשה פון הרה"ג ר' מנחם שלמה גאנצפריעד שליט"א משפּיע רוחני בק"ק ומוסדות פּאפּא, גרונדער פון "מאורות", וואָס ער האָט געזאָגט פאַר תלמידים פון פּאפּא תלמוד תורה אין וויליאַמסבורג פאַרגאַנגענעם זונטאג, וויאַזוי די קינדער זאָלן טראַכטן און זיך מחזק זיין.
הרב גאנצפריעד שליט"א פירט אָן די אָרגאַניזאַציע "מאורות" וואָס ער האָט געגרונדעט נאָך די טראַגישע און פריצייטיגע פּטירות פון זיינע קינדערלעך, הילד עמרם ע"ה און הילד יהושע ע"ה. די אָרגאַניזאַציע באַפאַסט זיך מחזק צו זיין עלטערן וועלכע האָבן ליידער פאַרלוירן קינדער ל"ע, דורך פאַרשידענע הילף ווי חיזוק-צוזאַמקונפטן, טעראפּי, שבתים, באַראַטונגען און פינאַנציעלע שטיצע.

טייערע קינדער,
יעדער איז זייער צעבראָכן פון די שרעקליכע טראַגעדיע וואס האט פּאסירט פארגאנגענעם שבת פּרשת ויקרא. עס איז ליידער אוועקגעריסן געווארן כמעט אַ גאנצע משפחה, 7 קינדער, פון איין טאַטן און מאַמען.
מיר קענען זיך נישט פאָרשטעלן דעם צער פון די עלטערן שיחי'. די מאַמע אַליין דאַרף נאָך אַ גרויסע ישועה, מרת צפּורה בת אביגיל, ווי אויך אַ שוועסטער, אביגיל בת צפּורה לרפואה שלימה.
איר קינדערלעך, וואס איר האָט אהבת ישראל, שפּירט איר זייער שטאַרק די געוואַלדיגע צער פון די געשעעניש און פאַר אַסאַך קינדער שטערט דאָס, זיי טראַכטן דערפון ביים לערנען און ביים דאווענען.
וויל איך ענק דערציילן וואס שטייט אין ספר "קובץ הקדמות" פון אונזער הייליגן רבי'ן דער ויחי יוסף זצוק"ל.
ביי די צווייטע וועלט מלחמה האָט דער רבי זכרונו לברכה פאַרלוירן זיין גאנצע משפחה, אַ רביצין מיט צען קינדער. מיר קענען זיך נישט פאָרשטעלן וואס דאס מיינט, און מיר קענען נישט פאַרשטייען דעם צער פון רבי'ן ז"ל.
נאָך די מלחמה האָט דער רבי גע'חלומ'ט ווי זיין טאַטע, דער הייליגער ויגד יעקב, כאַפּט אָן דעם רבינ'ס קינדער און לערנט מיט זיי תורה.
דער חלום האט געשטארקט דעם גייסט פונעם הייליגן רבי'ן, אַז כאָטשיג זיי זענען אוועק פון דער וועלט יונגערהייט, און זיי קענען מער נישט לערנען אין חדר אויף דער וועלט, איז אבער דאָ בעולם העליון אַ חדר פאר די אַלע קינדער און זיי זיצן און לערנען תורה מיט די הייליגע שכינה, און דאָרט שטייגן זיי מער און מער .
דאָס שטייט אין ספר קובץ הקדמות, אבער קינדער איך וויל ענק זאָגן נאָך אַ זאַך.
איר האָט שוין זיכער געהערט דעם אויסדרוק וואָס מען ווינטשט, "די נשמה זאָל האָבן אַן עליה". דאָס מיינט אַז די נשמה אויבן אין הימל קען אַלץ גיין העכער און העכער. איך בין זיכער אַז איר ווילט אַז די זיבן טייערע נשמות זאָלן האבן אַן עלי'. דאַרפט איר וויסן אַז די נשמות אין הימל ווילן אַז עטץ זאָלטס ווייטער לערנען און דאַווענען מיט חשק, נישט ח"ו פאַרקעט צו ווערן געשטערט פון לערנען. ווייל די בעסטע זאַך פאַר זייערע נשמות איז אַז איר זאָלט טון גוטע זאַכן לעילוי נשמתם, לערנען, דאַווענען, מצוות און מעשים טובים און נאָר אַזוי קענען זייערע נשמות האָבן אַן עלי'.

שאלה:
רבי, די קינדער זענען אוועק ל"ע דורך אַ פייער. איך האב מורא ביינאַכט צו גיין לייגן זיך שלאפן!
ענטפער:
טייערע קינדער!
איין זאַך דאַרפט איר וויסן, אַז אַ מענטש דאַרף כסדר טון וואס ער טוט אין אַ נאָרמאַלע טאָג, עסן, טרינקען, שלאָפן און דאָס גלייכן, און מען דארף נישט טראַכטן "אפשר קען עפּעס געשען".
למשל, ווען עס געשעט אַן עקסידענט ר"ל, וועט קיינער נישט טראַכטן "איך וויל מער נישט גיין אויף די גאַס ווייל אפשר קען עפּעס געשען". אוודאי דארף מען אכטונג געבן נישט צו טון סכנה'דיגע זאַכן, ווי למשל, אַליין אריבער גיין די גאַס אדער זיך שפּילן מיט פייער ח"ו ווייל עס קען געשען סכנה'דיגע זאַכן. אבער אויסער דעם דאַרף מען אנגיין מיט'ן נאָרמאַלן לעבנ'ס שטייגער.
די וועלט דערציילט אַ משל, אַז דער מלאך המות האָט זיך באַקלאָגט פאַר'ן אויבערשטן, אַז די גאַנצע וועלט גייט אים זייער פיינט האָבן ווייל ער איז דער מלאך וואָס נעמט יעדן אַוועק פון דער וועלט. האָט אים דער אויבערשטער באַרואיגט, אַז מען וועט קיינמאָל אים נישט באַשולדיגען. קיינער וועט נישט זאָגן אַז "דער מלאך המות האט אים אוועקגענומען", נאָר מען וועט דאָס אנלייגן אויף אַלע ערליי אורזאַכן, ווי צב"ש, אַ "האַרץ אַטאַקע", "שוין זייער אַלט געווען". קיינער וועט נישט געדענקען אַז עס איז געשען דורך אַ מלאך וואָס איז געשיקט געוואָרן דורכ'ן אויבערשטן.
אויך דאָ מיינט יעדער אַז עס איז געשען דורך אַ "האַט פּלעיט". מען כאַפּט זיך נישט אַז די "האַט פּלעיט" און די פייער ר"ל איז נאָר געווען אַ סיבה פון אויבערשטן. געשען איז דאָס ווייל דער אויבערשטער האָט אַזוי געוואָלט. מיר פאַרשטייען נישט פאַרוואָס און מיר פרעגן נישט קיין קשיות. אבער איין זאַך איז קלאָר, אַז דער זעלבער באַשעפער באַהיט זיינע אידישע קינדער פון אַלעם בייזן.
מען דאַרף וויסן אַז אויף אַלעם וואס געשעט אויף דער וועלט איז דא אַ פּונקטליכער חשבון פון הייליגן באַשעפער:
וואס עס דארף געשען!
ווען עס דארף געשען!
און פאַר וועמען דאָס דאַרף געשען!
אבער אַ מענטש טאָר ח"ו נישט אויפהערן צו טון נראַמאַלע זאַכן ווייל "עפּעס" קען געשען!
און אוודאי בעט מען פון הייליגן בורא די תפלה וואָס מען זאָגט יעדן טאָג, און איצט נאָך די ביטערע מעשה מעג מען דאָס זאָגן מיט מער כוונה: יהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹהַי וֵאלֹהֵי אֲבוֹתַי שֶׁתַּצִּילֵנִי הַיּוֹם וּבְכָל יוֹם מֵעַזֵּי פָנִים וּמֵעַזּוּת פָּנִים. מֵאָדָם רָע. מִיֵּצֶר רָע. וּמֵחָבֵר רָע. וּמִשָּׁכֵן רָע. וּמִפֶּגַע רָע. מֵעַיִן הָרָע. מִלָּשׁוֹן הָרָע. מִמַּלְשִׁינוּת. מֵעֵדוּת שֶׁקֶר. מִשִּנְאַת הַבְּרִיּוֹת. מֵעֲלִילָה. מִמִּיתָה מְשֻׁנָּה. מֵחֳלָיִם רָעִים. מִמִּקְרִים רָעִים וּמִשָּטָן הַמַּשְׁחִית. מִדִּין קָשֶׁה וּמִבַּעַל דִּין קָשֶׁה. בֵּין שֶׁהוּא בֶן בְּרִית וּבֵין שֶׁאֵינוֹ בֶן בְּרִית. וּמִדִּינָהּ שֶׁל גֵּיהִנֹּם:
דער אויבערשטער זאָל העלפן עס זאָלן מער נישט פאָרקומען אזעלכע פּאַסירונגען און מיר זאָלן שווין ווערן איסגעלייזט נאך פאר פסח היי יאר און זוכה זיין צו עסן דארט פון קרבן פסח בביאת משיח צדקינו.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

א בריוו געשריבן צו א יוד אין טורמע! מלא חיזוק (דורך פינטל, אין אנדערען אשכול)


בס"ד
גרינע פאכמורעטע ווענט... א פאראומעטע שטילקייט... און נערווירענדע פייפערייען..., דאס איז די אטמעספערע צו וואס ער שטייט אויף איעדע אינדערפרי, לייגט זיך שלאפען ביינאכט, און אזוי אויך פארברענגט ער דעם גאנצען לאנגן טאג אינדערמיט... די מרה שחורה זעהט זיך אן אין יעדן שטוב און יעדן ווינקל... די אומהיימליכע 'ארום' געט אים נישט קיין געלעגענהייט צו פארגעסן קיין מינוט אין טאג אז יא! ער געפונט זיך אנע ברירה צווישן שפיטאל ווענט...
די זכרונות פארפלייצען אים... די ליבליכע געשטאלטען פון זיינע נאנטע שטייען ווי לעבעדיג פאר זיינע אויגן... אמת זיין געטרייע ווייב מיט זיינע קינדער קומען אים באזוכען ווען מעגליך אבער נאך אלעם בלייבט אים נאך איבער גענוג לאנגע שעה'ן וואס ער מוז פארברענגען איינזאם אליין צווישן די טרויריגע שפיטאל ווענט...
א גאנצע וואך איז גענוג שווער, אבער ספעציעל שפירט ער די איינזאמקייט אום שבת קודש -ווען אנשטאט דעם וואס ער זאל זיצען ביים שפיץ פון זיין שבת טיש ארומגענומען מיט זיינע זיסע קינדערליך, און הנאה האבן פון די געשמאקע שבתדיגע מאכלים- איז ער געצווינגען צו פארברענגען אין די קאמפאניען פון די געיאגטע דאקטורים וואס זענען דא בלויז צו טוהן זייער זשאב, און זיין 'עסן מעניו' באשטייט פון האנטפול מיט אינטערווינעס שטעכערייען מיט אביסל קוים-אין-מויל-צונעמען שפיטאל עסן...
זיינע ביטערע געדאנקען לויפן ווייטער אין זיין מח... ווען פון זיינע בלאסע אויגן פליסן שוין יעצט די טרערן אן אויפהער... און מיט די ביסעל שוואכע כוחות וואס ער פארמאגט נאך טרייסעלט ער זיך פאר געוויין איבער זיין שווערן און ביטערע צושטאנד...
ניין! ער פרעגט טאקע נישט ביי די דאקטוירים -אין זיין פאמיליע- גענויע דיטאלען איבער זיין מצב, אבער די האפענונגסלאזע באוועגונג פון די דאקטוירים און ווי אויך די שטילע שעפשערייען פון זיין משפחה אינטערן פירהאנג, באשטעטיגן ביי אים אז עס איז אים נישט פארבליבען מער ווי בלויז געציילטע טעג אויף דעם עולם... יא ער איז א ערליכע איד און ער ווייסט און האפט אויף א ישיעה פון הימל, דאך שפירט ער אבער ווי זיינע כוחות פארלאזען אים מיט יעדע פארבייגייענדע טאג. און ווי עס שיינט איז די גזירה שוין אנגעשריבען געווארען פון הימל אן ער דארף זיך צוגרייטען צו זיין ענדע.
"זיין ציקונפט זעהט אויס צו זיין א טונקעלע און א שווארצע..."

***********
רויטע ציגעלנע ווענט... מאיאומדיגע קולות... און נערווירענדע געשרייען... דאס איז די אטמעספערע צו וואס ער שטייט אויף איעדע אינדערפרי, לייגט זיך שלאפען ביינאכט, און אזוי אויך פארברענגט ער דעם גאנצען לאנגן טאג אינדערמיט... די מרה שחורה זעהט זיך אן אין יעדן צעהל אין איעדן טויער... די אומהיימליכע 'ארום' געט אים נישט קיין געלעגענהייט צו פארגעסן קיין מינוט אין טאג אז יא! ער געפונט זיך אנע ברירה צווישן טורמע מויערן...
די זכרונות פארפלייצען אים, די 'ליבליכע געשטאלטען' פון זיינע נאנטע שטייען ווי לעבעדיג פאר זיינע אויגן... אמת זיין געטרייע ווייב מיט זיינע קינדער קומען אים באזוכען ווי אפט מען ערלויבט זיי, אבער נאך אלעם בלייבט אים נאך איבער גענוג לאנגע טעג און וואכען וואס ער מוז פארברענגען איינזאם אליין צווישן די טרויריגע תפיסה ווענט...
א גאנצע וואך איז גענוג שווער, אבער ספעציעל שפירט ער די איינזאמקייט אום שבת קודש- ווען אנשטאט דעם וואס ער זאל זיצען ביים שפיץ פון זיין שבת טיש ארומגענומען מיט זיינע זיסע קינדערליך, און הנאה האבן פון די געשמאקע שבתדיגע מאכלים- איז ער געצווינגען צו פארברענגען און די קאמפאניען פון די שטרענגע סי או גארדס וואס טוען טיילמאל אן מער צרות ווי זייער זשאב פארלאנגט... און זיין עסן מעניו באשטייט פון א קליינע פארציע פון אביסל קוים-אין-מויל-צונעמען טורמע עסן.
אבער מיט דעם אלעם געט ער נישט אויף, ער איז זיך מחזק, ער נעמט אן די גזירה מן שמים באהבה, און ער איז זוכה מקדש שם שמים זיין צווישן די טורמע ווענט מיטן זיך האלטען בשמחה ולב טוב, א ברייטע שמייכל נעמט עם ארום ווען ער טראכט צו זיך ווי סך בעסער איז מיין מצב פון א שטערבליך קראנקען פאציענט וואס ציילט זיינע טעג צו זיין סוף.
יא יא! מיינע טעג זענען טאקע לאנגע און איינזאמע, אבער מיט יעדע שווערע פארבייגייענדע מינוט געפון איך זיך מיט א מינוט נענטער צו מיין באפרייאונג, א מינוט נענטער צו האפענונג, א מינוט נענטער צו א פרישע אנהייב, א מינוט נענטער צו א נייע און אימפראווד טשעפטער אין מיין לעבן, א מינוט נענטער צו בעסערע טעג.
"זיין ציקונפט איז קלאר: א לעכטיגע אין פילפארביגע..."

***********
טייערע ברודער! אונז האבן א גרויסע טאטן אין הימל וואס זיין ווארימע ליבליכקייט שיינט אריין אפילו און די דיקסטע מויערן, און אפילו אין די שווערסטע זמנים, ער האט דיך ליב און פארגעסט נישט פון דיר -גענוי ווי די פארגעסט נישט פון דיינע קינדערלעך-, און ער שיקט אראפ צו דיר כוואליעס מיט ליבשאפט, און ער זאגט: מיין ליבער קינד שטארק דיך זיי דיך מחזק! עס ווארטען אויף דיר בעסערע און גליקליכערע טעג.
מען זאגט אויף א געוויסע ראש ישבה וואס אויף די עלטער האט שוין נישט געהאט קיין מעגליכקייט צו לערנען און צו דאווענען האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים אז מען זאל אים ארויסנעמען פון זיין בעט און אים אראפזעצן אויף זיין בענקעל ווייל: אויב קען נישט לערנען וויל ער כאטש זיצן פארן אייבישטער
מיט א פחד און כבוד.
טייערער........... יא ביסט טאקע נישט מיט אונז אין ביהמ"ד, אבער די האסט דאך די מעגליכקייט צו דינען דעם בוכ"ע דורך דעם וואס די זיצסט בשמחה אין מיט א גרויסע שמייכל וואס זאגט יא! איך בין מיך מחזק מיט אמינה ובטחון פארן אייבישטער, אין איך נעם אן די גזירה באהבה .
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע:און חתונה זאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיקער »

עס איז פארגאגענע שבת געווען א צוזאמקום פאר קאפעל'ס וואס זענען נאך נישט געהאלפן געווארן האט איינע פון רעדנערס געזאגט א גוט ווארט איך האב זייער הנאה געהאט פון עס האב איך געטראכט זאל א צווייטער אויך הנאה האבען וואס זאל עס בלייבען ביי מיר...

why is it that when were in the car we can be backseat drivers..we get nervous and try to control the driver...yet when were on a plane-which is much more dangerous than a car-we can fall asleep and not try to take over the controls. Why is this? It's because on the plane, we know that we know nothing about flying a plane, we are totally not in control so we can just close our eyes and rely on the pilot to take us to our destination. Where's in the car, we feel like we're in control and that we know what we're doing so we get stressed and try to take charge of the situation. She was saying that throughout his hard process we need to view Hashem as our pilot flying the plane and realize we know nothing and can just rely on Hashem...were on a plane, not in a car...
אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע:און חתונה זאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיקער »

נאך איינס

He spoke about the difference between a surgeon and a pilot. For a surgeon..pple research and want to find the top, yet for a pilot which a person is totally putting their lives in his/her hands-no one finds out who the pilot is or researches his credentials. Why is this? What's the difference between a surgeon and a pilot? A surgeon comes and goes. Of the surgery fails and the patient dies..he might be sad but at the end of the day he goes home and moves on. But if a pilot fails, he's going down too. This is someone you know you can trust. Hashem is like a pilot, not a surgeon. During our ups He goes up with us and when we go down He goes down with us, so to speak. Hashem feels our pain and really cares.
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”