דאכט זיך מיר אז מיר האבן נאכנישט קיין אשכול מיוחד אויף הפטורות.
איך וועל אנהייבן מיט די הפטרה פון פרשת וישלח, ווייל דאס איז מיר יעצט נוגע, האלטנדיג איין טאג נאך ש"ק וישלח תשע"ד.
איך האב נאכגעקוקט אין עטליכע חומשים וועלכע הפטרה מיר פירן זיך צו זאגן, און איך האב פארשטאנען אז מנהג ספרד איז צו זאגן ספר עובדיה (וואס די גאנצע ספר באשטייט פון דיזע 21 פסוקים), און מנהג אשכנז איז צו זאגן אין ספר הושע "ועמי תלואים למשובתי" [וואס די ספרדים הייבן מיט דעם אן די הפטרה פון ויצא, בשעת די אשכנזים הייבן אן אביסל שפעטער אין די פרשה "ויברח יעקב"].
כידוע איז אונזער מנהג ביים דאווענען ווי נוסח ספרד, אבער די הפטרות זאגן מיר כמנהג אשכנז.
איז מיר געווען א וואונדער צו הערן פון מענטשן אז אין זייערע שוהלן האט מען געזאגט די הפטרה פון "חזון עובדיה" און נישט "ועמי תלואים למשובתי".
וישלח - הפטרה חזון עבדי', כן הוא ברמב"ם ובאבודרהם, ועיין במג"א (סוף סימן תכ"ח) בשם הלבוש דמה שנרשם בהחומשים ויברח יעקב לפ' וישלח ט"ס הוא ושייכה לפ' ויצא ע"ש.
--- איך בין נאכנישט אינגאנצן צופרידן, ווייל ויברח יעקב באלאנגט טאקע פאר ויצא, אבער ועמי תלואים למשובתי, וואס דארט שטייט וישר אל מלאך, באלאנגט יא צו וישלח.
ווינקל האט געשריבן:
עפעס א מיעשניש איז דא אין די חמשים וועלכע ס'איז ספרד און וועלכע ס'איז אשכנז.
אין חק האט מען געלערנט חזון וואס דארף לכאורה אנדייטן אז דאס איז דער נוסח ספרד. #חיד"א
גערעכט, חק לישראל לערנט מען געווענליך מנהג ספרד, דערפאר פרשת ויצא הייבט מען אן ועמי תלואים למשובתי אנשטאט ויברח יעקב שדה ארם, און פרשת וישלח לערנט מען חזון עובדיה (און מען בייסט אריין אין מפטיר יונה אביסל, צוליב מאנגל אין פסוקים).
לכאורה האט געשריבן:
.......... כידוע איז אונזער מנהג ביים דאווענען ווי נוסח ספרד, אבער די הפטרות זאגן מיר כמנהג אשכנז. ..........
דאס איז לכאורה ביי אלעמען אזוי חוץ בייןם דאווענען, ווייל מיר זענען דאס אשכנזים. חוץ ביים דאווענען, ווי די הייליגער חת"ס זי"ע זאגט, אז אויף דעם האט די אר"י הקדוש מגלה געווען די כוונת.
צוריק צום ענין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
לכאורה האט געשריבן:
.......... כידוע איז אונזער מנהג ביים דאווענען ווי נוסח ספרד, אבער די הפטרות זאגן מיר כמנהג אשכנז. ..........
דאס איז לכאורה ביי אלעמען אזוי חוץ בייןם דאווענען, ווייל מיר זענען דאס אשכנזים. חוץ ביים דאווענען, ווי די הייליגער חת"ס זי"ע זאגט, אז אויף דעם האט די אר"י הקדוש מגלה געווען די כוונת.
צוריק צום ענין.
ביים דאוונען אויך נישט.
מיר דאוונען נישט מנהג ספרד-ספרד, אונזער נוסח אר"י הייסט נוסח ספרד, האט גארנישט מיט אחב"י הספרדים, זיי דאוונען נוסח ספרד-ספרד וואס איז אנאנדער נוסח.
לכאורה האט געשריבן:
.......... כידוע איז אונזער מנהג ביים דאווענען ווי נוסח ספרד, אבער די הפטרות זאגן מיר כמנהג אשכנז. ..........
דאס איז לכאורה ביי אלעמען אזוי חוץ בייןם דאווענען, ווייל מיר זענען דאס אשכנזים. חוץ ביים דאווענען, ווי די הייליגער חת"ס זי"ע זאגט, אז אויף דעם האט די אר"י הקדוש מגלה געווען די כוונת.
צוריק צום ענין.
ביים דאוונען אויך נישט.
מיר דאוונען נישט מנהג ספרד-ספרד, אונזער נוסח אר"י הייסט נוסח ספרד, האט גארנישט מיט אחב"י הספרדים, זיי דאוונען נוסח ספרד-ספרד וואס איז אנאנדער נוסח.
ווינקל האט געשריבן:
עפעס א מיעשניש איז דא אין די חמשים וועלכע ס'איז ספרד און וועלכע ס'איז אשכנז.
אין חק האט מען געלערנט חזון וואס דארף לכאורה אנדייטן אז דאס איז דער נוסח ספרד. #חיד"א
גערעכט, חק לישראל לערנט מען געווענליך מנהג ספרד, דערפאר פרשת ויצא הייבט מען אן ועמי תלואים למשובתי אנשטאט ויברח יעקב שדה ארם, און פרשת וישלח לערנט מען חזון עובדיה (און מען בייסט אריין אין מפטיר יונה אביסל, צוליב מאנגל אין פסוקים).
אינטערעסאנט אז די צוויי הפטורות האבען א שטיקעל שייכות וואס סיי חזון עובדי' און סיי מפטיר יונה זענען א גאנץ ספר
די וואך איז די הפטורה פון עמוס אינמיטן קאפיטל ב' פסוק ו'. כה אמר ה' על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו על מכרם בכסף צדיק ואביון בעבור נעלים. פשוט פשט אזוי ווי עס טייטשט רש"י מצודות רד"ק ועוד, אז די דיינים האבן פארקויפט ווער עס איז א צדיק און זכאי בדין פאר שוחד געלט, און אן אביון האבן זיי אויך גע'משפט פאלטש ווייל זיי האבן גענומען שוחד געלט אויף צו קויפן פאר זיך שיך פאר די פיס. רש"י ברענגט א פשט פון תרגום יונתן "בדיל דיחסנון" אז זיי האבן מטה געווען משפט אביון, ער זאל ארויסגיין חייב בדין, אין כדי צו קענען באצאלן זאל ער מוזן פארקויפן זיין פעלד, וואס דער אביון האט געהאט צווישן די פעלדער פונעם דיין, אין די דיין מוז אים דורכלאזן זיינע פעלדער ער זאל קענען צוקומען צו זיין פעלד, אין דער דיין מאכט אז ער זאל עס מוזן פארקויפן פאר ביליג, כדי צו קענען צושפארן אלע זיינע פעלדער קיינער זאל נישט דורכגיין, דאס איז דער לשון "ואביון בעבור נעלים" א לשון "נעילה". דער רד"ק איז מוסיף, אז ער איז מחייב דעם אביון וועט ער מוזן פארקויפן זיין פעלד צו קענען באצאלן, א קנין איז דאך מיט א נעל, שלף איש נעלו, "ואביון בעבור נעלים" א לשון נעל לשון קנין. די מסדרי הפטורות האבן דאס מסדר געווען אויף פ' וישב ווייל חכמינו ז"ל זאגן אז די פסוק גייט ארויף אויף מכירת יוסף, אזוי שטייט אין פרקי דר' אליעזר פרק ל"ח "ומכרו אותו לישמעאלים בעשרים כסף וכל אחד ואחד (מהשבטים) נטל שני כספים לקנות מנעלים ברגליהם שנאמר על מכרם בכסף צדיק ואביון בעבור נעלים" אין אזוי איז אויך משמע אין תרגום יונתן "וזבנו בהון סנדלין". אין ביאור הרד"ל איז ער מבאר "פשוטו נראה לפי שחשבוהו למתגאה ומבקש ממשלה עליהם, לכן מכרוהו לעבד שישפיל רוחו, ומדמיו קנו מנעלים תחת רגליהם לרמוז ע"ז שראוי להיות שכן לעפר בחייו כמ"ש בפ"ק דסוטה (ה.) שיהי' אדם כקופה הנדרסת".