בלאט 1פון 3

קורות ותולדות העיר דוקלא בגאליציע

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:17 pm
דורך שתוקא בתרין
צו ווייסט אפשר איינער ווער עס איז געווען דער שוחט אין די שטאט דוקלא, פאר די צווייטע וועלט מלחמה, אדער א ידיעה ווער עס קען וויסן.
יש"כ
[למנהלים, אחראים, סעקרעטארן, ביטע מיר מודיע זיין ווען עפנט מען א נייער אשכול? און אויב לייגט מען דאס צו צו אן אלטן פארווארפענעם אשכול, ווי אזוי וועט מען דאס טרעפן?]

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:32 pm
דורך שתוקא בתרין
סיי ווער עס ווייסט א תשובה אויף די איינגערינגעלטע שאלה, איז אויך איינגעלאדנט צו ענטפערן. יש"כ

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:51 pm
דורך SPUSMN
עס זענען נאך דא דוקלא אידען (געדענק נישט אויף דער מינוט ווער) און מען קען זיי פרעגען.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:53 pm
דורך שתוקא בתרין
פון דעם רעדט מען, ווער עס קען א יוד פון דוקלא, אדער אפילו קינדער פון א דוקלער יוד, ווערט געבעטן מיט צו טיילן זיין אינפארמאציע. יש"כ

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:57 pm
דורך SPUSMN
כ'הויב זיך אן צו דערמאנען, עס איז דא איינער ראזנער אין פלעטבוש וואס זיין טאטע איז פון דוקלא (אזוי דאכט זיך מיר), ער הייסט ר' נפתלי ראזנער. אפשר לעבט נאך זיין טאטע, און אויב נישט קען ער דיר מודיע זיין ווער די דוקלא לאנדסלייט זענען.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:01 pm
דורך זארג נישט
(געווענדליך ווערט עס געלייגט אויפן פלאץ וואו די ידענים דערויף ווייסן דארט צו קוקן)

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:01 pm
דורך שתוקא בתרין
יש"כ. ר' ספעשלמאן.
צו זוכן ר' נפתלי ראזנער אין פלעטבוש איז מים שאין להם סוף, אפשר מעג איך האבן די חוצפא צו איר קענט אפשר מברר זיין אביסל מער, א טל. נאמבער, אדער וואו ער דאווענט, א קרוב משפחה? יש"כ

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:03 pm
דורך זארג נישט
שתוקא בתרין האט געשריבן: יש"כ. ר' ספעשלמאן.

;l;p-

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:05 pm
דורך SPUSMN
נישט קיין חוצפה, זייער גערען.

ער האט אמאל געוואוינט אויף בעדפארד עוועניו אין פלעטבוש בערך 3000 פלעטבוש עוועניו. ער האט גע'ארבעט אין דער אמאליגע ווינדזער פלאמינג בילדינג אויף מעקדאנעלד און זעכצען. ער ארבעט מיט פענסטערס.

אויב איר קענט אים נישט טרעפען וועל איך בל"נ מאכען א פאר פאון קאלס.

זארג נישט האקט. א דאנק.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:08 pm
דורך שתוקא בתרין
באמת א יש"כ, עס איז מיר נוגע ווייל איך מאך א באשרייבנוג אויף איינעם'ס א זיידע, און עס קומט דארט אריין אין די מעשה דער דוקלער שוחט, אבער דער בעל מספר אליינס ווייסט נישט דער נאמען פונעם שוחט. מסתמא איז ער אומגעקומען אין קריג, און פון יעדן קדוש וואס בלייבט א זכר איז א זכות.
ישלם ה' שכרך מן השמים.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:10 pm
דורך SPUSMN
אמן. המברך יתברך.

אויך איז דא אן אלטער איד אין שיקאגא ר' וואלף שיפמאן פון דוקלא (אזוי דאכט זיך מיר).

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:14 pm
דורך שתוקא בתרין
אויב מעגליך איבער דעם יוד אויך א טל. נומבער. יש"כ
איך זעה איך האב אנטדעקט א יוד מיט אן אוצר פון אינפארמאציע, און מיט אן אוצר פון א גוט הארץ. יש"כ

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:19 pm
דורך להגדיל שמו
עס איז דא א יוד אין מאנסי ר' שמואל חיים וואגשאהל, ער איז א נעפיא פין די דוקלא רב ער האט געלערנט אין דוקלא פאר די מלחמה

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:21 pm
דורך שתוקא בתרין
יש"כ. ווי חשוב איז כלל ישראל מען איז גרייט צו העלפן איינער דעם צווייטן, להגדיל שמו יתבר"ך.
ביטע אויב מעגליך א טל. נומבער. יש"כ.
אגב, אז מער רעדט שוין יא, ווער איז דעמאלט געווען רב אין דוקלא, איז דאס ר' טעבלע דוקלער?

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:23 pm
דורך SPUSMN
רבי טעבלע דוקלער (זעהמאן) איז אוועק א סאך יארען פארען קריג. לייג אריין "דוקלא" אין דער זוכעניש קאסטען אויף אייוועלט וועסטו אים (און נאך זאכען) טרעפען.

וועגען טעלעפאן נומערען, בין איך נישט דא ביז מאנטיג, בל"נ דענמאלץ עס מיט צו ברענגען.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:25 pm
דורך להגדיל שמו
איך ווייס נישט אויף די מניט אבער איך קען דיר עס אויסגעפינען נאך שבת

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:30 pm
דורך שתוקא בתרין
להגדיל שמו האט געשריבן: איך ווייס נישט אויף די מניט אבער איך קען דיר עס אויסגעפינען נאך שבת

יש"כ און א גוט שבת

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:32 pm
דורך שתוקא בתרין
SPUSMN האט געשריבן: לייג אריין "דוקלא" אין דער זוכעניש קאסטען אויף אייוועלט וועסטו אים (און נאך זאכען) טרעפען.

געוואלדיג! אזוי געטוהן איך זעה מען רעדט טאקע פון רבי טעבעלע דוקלא
יש"כ און גוט שבת

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 1:36 pm
דורך SPUSMN
אויב אזוי לייג אריין "דוקלא" אין דער זוכעניש קאסטען אויף גוגל (ענגלישע און העברעאישע) און וועסט טרעפען אינפארמאציע.

אויך זיך דוקלא אויף היברו בוקס דאט ארג, און אויף אוצר החכמה.
http://www.hebrewbooks.org/

געטראפען איבער 1000 ספרים.

ערשטע דוגמא
http://www.hebrewbooks.org/39643

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 2:03 pm
דורך fiena nieas
ווען גייט שוין ארויסקימען א אוצר החכמה .כאם

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 8:01 pm
דורך שתוקא בתרין
[quote="SPUSMN"]אויב אזוי לייג אריין "דוקלא" אין דער זוכעניש קאסטען אויף גוגל (ענגלישע און העברעאישע) און וועסט טרעפען אינפארמאציע.

אויך זיך דוקלא אויף היברו בוקס דאט ארג, און אויף אוצר החכמה.
http://www.hebrewbooks.org/

דאס האב איך פארשטייט זיך שוין געטון, געזוכט "השוחט מדוקלא", גארניטש געטראפן. דוקלא אליינס ברענגט ארויף א גאנצע אוצר הספרים וואס וועט נעמען עטליכע וואכן דורכצוקוקן...
עכ"פ יש"כ פאר די אינפארמאציע, און מיר ווארטן אויף די טל. נומבערס, און אז איך וועל האבן מער אינפארמאציע וועל איך דאס אי"ה מיטטיילן.

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 8:16 pm
דורך להגדיל שמו
די רב איז געווען הרב יחזקאל האלבערשטאם זצ"ל, א ברידער פין קאלאשיץ רב, אין די שוחט פראביר איך נאך אויסגעפינען, איך האף אז אויף מארגען וועל איך האבען א תשובה

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 8:39 pm
דורך שתוקא בתרין
SPUSMN האט געשריבן: רבי טעבלע דוקלער (זעהמאן) איז אוועק א סאך יארען פארען קריג. לייג אריין "דוקלא" אין דער זוכעניש קאסטען אויף אייוועלט וועסטו אים (און נאך זאכען) טרעפען.

ר' טעבלי איז לכ' אוועק ביים קריג, אבער ער איז דאכט זיך נישט געווען דארט רב, און רוב פלעצער ווערט ער געברענגט אלס דיין אין דוקלא, און אין טייל ערטער אלס אבד"ק. איז צ"ע צו ער איז געווען דארט רב.

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 8:49 pm
דורך שתוקא בתרין
להגדיל שמו האט געשריבן: די רב איז געווען הרב יחזקאל האלבערשטאם זצ"ל, א ברידער פין קאלאשיץ רב, אין די שוחט פראביר איך נאך אויסגעפינען, איך האף אז אויף מארגען וועל איך האבען א תשובה

די וואגשאהל משפחה זענען נעפיוס פון קאלאשיצער רב? אין ספר דברי חנה פון קאלאשיצער רב זעהט נישט אויס אזוי. אפשר נישט אלע וואגשאהלס? אפשר ווייסט איר ווי אזוי ר' שמואל חיים פון מאנסי איז א נעפיו? יש"כ

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:03 pm
דורך למעלה משבעים
קען זיין די שוחט איז אפשר געווען זיין פאטער? http://www.izkor.gov.il/HalalKorot.aspx?id=91292 ר' חיים לוינברוין?

בנוגע די רב האט מען דיר שוין געענטפערט, אבער ליתר שאת קענסטו זען מער דא viewtopic.php?p=267127#p267127

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: