איך האב דורך געקוקט די ספר, זייער אינטערעסאנט.
פלעכטער האט געשריבן: משה ניו יארקער איז א צדיק נסתר נישט געווען... סגעווען אזאלכע וואס האבו געוואלט ער זאל זיין...
איך האב דורך געקוקט די ספר, זייער אינטערעסאנט.
וועלכע ספר?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
וואס דער אשכול איז וועגן אים געפענט געווארן.שתוקא בתרין האט געשריבן:פלעכטער האט געשריבן: משה ניו יארקער איז א צדיק נסתר נישט געווען... סגעווען אזאלכע וואס האבו געוואלט ער זאל זיין...
איך האב דורך געקוקט די ספר, זייער אינטערעסאנט.
וועלכע ספר?
dovidal האט געשריבן: עליו אמרו הרבה צדיקים גדולות= ביניהם רבי שלמקע זווילער זי"ע כך שמעתי מנכדיו
אגב הוא לא היה ספרדי - הוא היה מפוילין
שמעלקא טויב האט געשריבן: שוועמל, שוין געזעהן דעם ספר א צייט צוריק, גאר אינטערסאנט, דאכט זיך אז איינער פון די צדיקים, א חייט גאר, האט ארויסגעגעבן א חיבור על פרשת השבוע, כ'דענק אויף די מינוט נישט די נאמען, אבער קיין נסתר איז ער נישט געווען, מ'זעהט דאס אפען!
טייבעלע האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן: איז דא א מקור צו די אלע זאכן? איך ווייס אז ס'דא א מקור צו ל"ו צדיקים (איך ווייס נישט וואו) אינ'ם דור אבער ווי זענען די מקורות צו
עיין מס סוכה דף מה ע"ב (סנהדרין צז ע"ב) והא אמר אביי לא פחות עלמא מתלתין ושיתא צדיקי דמקבלי אפי שכינה בכל יום, שנאמר אשרי כל חוכי לו, ל"ו בגימטריא תלתין ושיתא הוו, לא קשיא הא דעיילי בבר הא דעיילי בלא בר.
ובמס' חולין צ"ב אלו מ"ה צדיקים שהעולם מתקיים בהם, ואיני יודע אם שלשים כאן וט"ו בארץ ישראל, ואם שלשים בארץ ישראל וט"ו כאן, כשהוא אומר ואקחה שלשים הכסף ואשליך אותו בית ד' אל היוצר הוי אומר שלשים בארץ ישראל וט"ו כאן.
ובמד' איתא אמר רבי תנחום בשם רבי אחא אין העולם חסר שלשים צדיקים כאברהם שכן יהיה בגימטריא שלשים.
=======
למעלה האט שוין גברענגט.
fiena nieas האט געשריבן: ר' מענדל ווייס זאגט מען איז פון די ל"ו צדיקים
שמו האט געשריבן: כ'האב געוואלט אסאך רעדן וועגן די צדיקים נסתרים פון יענע בוק
אבער איך האב מורא אז ס'איז נישט לויט די תקנות הקרעטשמע, צו שרייבן מיין מיינונג
וועל איך דערווייל בלייבן בפלך השתיקה.
סידיראם האט געשריבן:שמו האט געשריבן: כ'האב געוואלט אסאך רעדן וועגן די צדיקים נסתרים פון יענע בוק
אבער איך האב מורא אז ס'איז נישט לויט די תקנות הקרעטשמע, צו שרייבן מיין מיינונג
וועל איך דערווייל בלייבן בפלך השתיקה.
איך בין השאר גראדע זייער נייגעריג.... ווער זאגט אז עס איז קעגן די תקנות?
שרייב איינגעהאלטן אבער לאמיר הערן
ידיעות שונות האט געשריבן: מורא'דיגע ווערטער.
ממש א פלא פון א בני יששכר, וואס קען לכאורה זיין א שטיקל מקור צו געוויסע מעשיות וואס מ'פארציילט.
אבער ס'נאך אלס נישט פונקט אזוי !!
דער בני יששכר שרייבט נישט אז זיי זענען פויערען, אדער אז זיי פירן זיך אויף ווי מגושמים און נידריגע יונגען, דער בני יששכר שרייבט אז זיי קענען זיין פשוט'ע ארבעטערס, וואס מאכן א רושם ווי "אנשים פשוטים", אבער נישט מגושמים. און ממילא אויף דעם חלק וואס אסאך פון די קינדער ביכלעך האבן אראפ געלייגט די ל"ו צדיקים ווי זיי האבן זיך אויפגעפירט גאהר פויעריש, אויף דעם איז נישטא (דערווייל) קיין שום מקור. ומשנה ראשונה וואס 'שמו' האט אויבן שיין מסביר געווען, לא זזה ממקומה.