למנצח בצורת המנורה
די מזמור האט גרויסע זאכען אין זיך, די בעלי מקובלים ווי די אריז"ל און נאך, רימען מוראדיג אויס דער וואס זאגט די מזמור יעדן טאג בצורת המנורה. איך האב יעצט געטראפן א ספר וואס ברענגט פון קראנטע מקורות אסאך ענינים און סגולות וואס זענען באהאלטן אין דעם מזמור, בעזה"י וועל איך עס ארויפלייגען דא, לתועלת הציבור.
איך בין נאר אייביג מסופק, צי די מנורה דארף זיין פון רעכטס אויף לינקס (דאס מיינט ווי די ווערטער 'אלקים יחננו' זאל זיך אנפאנגען), אדער פארקערט.
אין די סידור פונעם בעל הרוקח זצ"ל איז עס פון רעכטס אויף לינקס. אין די סידורים פון די היימישע דריקערס איז עס פון לינקס אויף רעכטס. האט איינער מער אנונג דערין?