רעוועלוציע אין אוקריינא

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס איז »

שלום אויש האט געשריבן: באריכטן געבן אהן אז די אוקראינע טרופן האבן צוריק פארכאפט די פולע קאנטראל פון א ריזיגע לופטפעלד אין מזרח אוקראינע נאך בלוטיגע שלאכטן.
מען וועט דאס אבער נישט קענען נוצן פאר עטליכע יאר צוליב די פולע רענאוואציעס וואס זי דארף דורכגיין.

יא, די סארט 'באריכטן' איבער דעם 'לופטפעלד' גייען נאך אנגיין א שיינע פאר מאל אין די קומענדיגע שטיק צייט. ביידע זייטן פארלייגן גרויסע כוחות אויף דעם סימבאלישן שטיק ערד, טראץ וואס ווי דו ווייזט אן, איז עס העכסט ווארשיינליך שוין לאנג נישט קיין 'פעלד', אפשר נאך 'לופט'.
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

אמעריקע קלערט צו שיקן וואפן קיין אוקריינע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס איז »

נאך וואס רוסלאנד האט שוין אריינגעשיקט א ריזיגע צאל טרופן און וואפן קיין אוקריינע צו העלפן די רעבעלן אין מזרח אוקריינע, און נאך וואס די פרא-מערב אוקריינער רעגירונג הייבט שוין אן ווייזן סימנים פון יאוש, האט אמעריקע אנגעהויבן 'הויך' באטראכטן דעם פלאן צו שענקען פארטיידיגונג'ס וואפן פאר אוקריינע וואס זאל איר העלפן זיך שטארקן איבער רוסלאנד'ס פארבינדעטע קרעפטן.

אבאמא האט ביז יעצט נישט געוואלט הערן דערפון, טראץ די עפנטליכע רופן פון א צאל איינפלוסרייכע רעפובליקאנער סענאטארן. אמעריקע האט שוין געשיקט ביז היינט אסאך הילף, אבער בעיקר שוץ-מאטעריאל, ווי צב"ש פאנצערס, גאז מאסקעס, נאכט-ברילן, מעדיצינישע הילף, אד"ג. יעצט באטראכט די אבאמא אדמיניסטראציע א טויש אין איר פאליסי.

אמעריקע וועט נאך אלץ נישט שיקן קיין קאמפס וואפן, בלויז וואפן וואס ווערט גענוצט זיך צו פארטיידיגן פון אן אנגריף, ווי צב"ש אנטי-טאנק און אנטי-עירקרעפט מיסילס. אבער דאס קען אויך דראמאטיש ענדערן דעם ריכטונג פון די מלחמה, ווייל אוקריינע'ס מיליטער איז דערווייל נישט קיין פארמעסט קעגן רוסלאנד'ס מאכטפולע וואפן סיסטעמען.

דאס קומט אין א צייט וואס די שלאכטן האבן זיך פארשטארקט אין מזרח אוקריינע. די אוקריינער רעגירונג האט פארשפראכן צו הייבן זייער ארמיי צו 200,000 סאלדאטן, אויף וואס די רעבעלן האבן געענטפערט מיט א פארשפרעכונג צו הייבן ביז 100,000.




אין אנדערע נייעס, האט דער הויפט רעבעלן פירער אין דאנעצק זיך אויסגעדרוקט מיט שרעקליך מיאוס'ע אנטיסעמיטישע לאזונגען קעגן אידן, און באשולדיגט אז די אוקריינער רעגירונג ווערט געפירט דורך 'פארשטינקענע אידן'. "ווען אונזערע קאזאקן זיידעס וואלטן געזען ווער עס פירט היינט אוקריינע וואלטן זיי זיך איבערגעדרייט אין קבר".

מ'דארף געדענקען אז אוקריינע איז דורך און דורך אנטיסעמיטיש געשטימט שוין הונדערטער יארן. און אז די אוקריינער רעגירונג אנטהאלט אויך די אנטיסעמיטישע "סוועבאדע" פארטיי.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

הרב אט אזוי, אזוי קלאר אין שיין צולייגט די נייעס, אזוי אייביג א פלעזשער. יישר כח!
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע:אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

מיינסט אודאי "וואס איז".
רצונינו לעשות רצוניך.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

יא, דאס האב איך געמיינט הרב "וואס איז",
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

די וואך האט געדארפט צו זיין א מיטיניג צווישן פוטין,נדייטשער קאנצלער מארקעל און דעם פראנצויזישען פרעזידענט,
די זעצטע צוויי זענענן געפראען קיין מאסקאווע צו פארהאנדלען איבער אוקריינע אויסהאמערן א שלום, און אראפ נעמען די סאנקציעעס, עני אפדעיט דערוועגן?
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7088
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

היינט איז א סיספייער אריין אין עפעקט, כווייס נישט אויב ס'האט א שייכות מיט די צוויי
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

פרעזידענט אבאמא און רפובליקאנער פאליטשענס שפקאלירען עפענטליך צו שיקען וואפן פאר אוקריינע.

קאנצלער מארקעל האט זיך איבער שבת זייער שטארק אויסגעדריקט דערקעגן זאגענדיג אז זי איז טאקע סקעפטיש צו א שלום וועט ארבייטען, אבער שיקען וואפן פאר אוקריינע וועט זיכער נישט ארבייטען, אוקריינע מצב וועט זיך נישט פארבעסערן מיט נאך וואפן.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

לדעתי האט מערקעל רעכט.

באריכטן לייגן צו אז שטיוול וועט נישט זיין אינקלאדעד אין די שיפמענט, ווייל דער פרעזידענט וויל נישט אריינשיקן קיין 'באאטס אן די גראונד'...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8156
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מען שיקט נאך גארנישט. סכה"כ הייבט אן 'רעדן' דערפון.

5 סאלדאטן זענען שוין געשטארבן אין די לעצטע 2 טעג, פלאס צענדליגע פארוואונדעטע. פאר אוקראינא הייבט מער און מער אן אויסצוזעהן אז זיי גייען פארלירן די שטעט אויף וואס מען שלאגט זיך ארום.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס איז »

לענ"ד איז אן אומזין פון מערקעל צו זאגן אז שיקן וואפן פאר אוקריינא וועט זיכער נישט ארבעטן, נאר מ'דארף פרובירן צו "רעדן".

אין דער צייט וואס רוסלאנד גיסט עמטליך אריין גאנצע קאנוואיס מיט וואפן און סופלייען פאר די רעבעלן, און פרובירט עס שוין ניטאמאל צו באהאלטן. וואס וויל זי, אז אוקריינא זאל קענען באקעמפן רוסלאנד, אן קיין שום הילף?

סך הכל רעדט מען דא פון "פארטיידיגונג" וואפן. נישט פון קיין אפענסיווע מעגליכקייטן. האט שוין טאקע אוקריינא נישט די רעכט זיך צו באשיצן קעגן רוסישע טאנקען?! דארף אוקריינא 'רעדן' צו די טאנקען און אזוי זיי אומשעדליך מאכן?!

א געמיש פון פוסטע דייטשע עגא, און לעקן פוטינ'ס אויל.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8156
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

צולאזן דארף מען עס נישט. און אז פוטין זאל זיך צולאזן (אויב ער איז נישט...) דארף מען אויך נישט. ער איז סקערי!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס איז »

דאס אז ער איז 'סקערי' איז א תירוץ אים צו לאזן טון וואס ער וויל?
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

קענטעלאופ האט געשריבן: https://twitter.com/DerBlitzMag/status/563445584573771777
אטעטשמענטס
image.jpg
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נאכן אריינרוקען איינס און א גיטס אין מד"י מיטן פארקויפן מיסעלס פאר איראן, האט רוסלאנד געווארענט מד"י נישט צו פארקויפן וואפען פאר אוקריינא!

אויב וועט מד"י פארקויפן וואפען פאר אוקריינא - ווארענט רוסלאנד - וועלן מיר פארקויפן ערענסטע וואפען פאר סיריע!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

א אנטי רוסישע מיליצע האט ארויסגעלאזט א ווידיאו ווי זיי קרייצן מיט אכריות א פרא רוסישע סעפעראטיסט און פארברענען אים דערנאך לעבעדיגערהייט. די גרופע סטראשעט אז אלע איבעריגע סעפארעטיסטן וועלן האבן די זעלבע ענדע. די סעפארעטיסיטן האבן צוריקגעשאסן אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי זיכער מאכן מער נישט צו כאפן קיין איין אוקריינע פארבינדעטע זעלנער לעבעדיגערהייט.
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעסלעך »

שטארקע אנגעצויגענקייט הערשט צווישן רוסלאנד און אוקריינא, ווען אוקריינא האט מחליט געווען צו אויפהערן קויפן רוסישע נאטורליכע געז און זיי האבן אויך פארמאכט זייער עיר-ספעיס פאר רוסלאנד.
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעסלעך »

פוטין האט פארלאנגט פון זיין גאווערמענט צו סוען אוקריינא איבער אומבאצלטע 3 ביליאן דאלער חובות.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

תחיית המתים...

'Murdered' Russian journalist Arkady Babchenko turns up alive

A Russian journalist and critic of the Kremlin, reported to have been shot dead in Ukraine, showed up alive at a news conference on Wednesday to declare that his murder was faked by Ukrainian security services in an effort to foil an assassination plot against him.

https://www.cnn.com/2018/05/30/europe/r ... index.html
.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

וויאזוי האט ער נישט מורא יעצט ארויסצוקומען?

זיין לעבן איז אים שוין נמאס?!
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4148
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: רעוועלוציע אין אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

פרישע אוקריינע-רוסלאנד שטילשטאנד
קיעוו – נעכטן האלבער נאכט איז געווען געסקעדזשועלט אז אוקריינישע זעלנער און די רוסיש-געשטיצטע רעבעלן אין מזרח אוקריינע וועלן אריינגיין אין א שטילשטאנד, נאכ'ן דערגרייכן א פרישן אפּמאך. די אוקריינישע רעגירונג זאגט אז אויב דער שטילשטאנד האלט אן, וועט דאס פירן צו אימפלעמענטירן אלע טיילן פון די יאר 15' מינסק שלום אפּמאך, וועלכע וועט ארייננעמען דאס אז אוקריינע וועט אפיציעל אויפגעבן קאנטראל פון טיילן פון מזרח און ערלויבן די רעבעלן זיך צו דערקלערן זעלבסטשטענדיגע לענדער.

Der Yid
הצלחה
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5030
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מחותן האט געשריבן: "ביידען" איז דאך געווארען וויצע פרעזידענט וויבאלד בשעת אבאמא האט געזיכט איינעם האט פוטין דעמלאטס געווילדעוועט אין גרויזע.. ביידען דארף צו הייסען א עקספערט.. נא?

...
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: רעוועלוציע אין אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

וואס וויסטע ער האט זיך שוין פארעלטערט זייט דעמאלטץ
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29694
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעוועלוציע אין אוקריינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

היפש אינטרעסאנט צו ליינען יעצט דעם אשכול..
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”