אויף אן אינטערוויו אוי קול מבשר אויף 114 מיט עםעס א רב אין קיוב, זעהט אויס פון זיינע ווערטער אז ער איז געזעצן ביים פארהאנדלונגס טיש פון די רעגירונג מיט די אפאזיציע, ס'הערט זיך פון זיינע ווערטער אז ער איז שטארק מיט די רעגירונג און קווקט ארויס פאר זייער פולקאמער זיג אינעם געפעכט.
#אינטרעסאנט
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
די רעזשים אין אוקריינע האט היינט אנגעהויבן נוצן טעקס מעסעדזשעס צו אינפארמירן די פראטעסטירער אז זיי זיינען אויפן שווארצן ליסט.
נעכטן האבן זיי דורכגעפירט א געזעץ וואס פארבאט צו מאכן דעמאנסטראציעס, און אלס רעזולטאט האבן זיי אנגעהויבן נוצן טעכנאלאגיע וואס טרעקט די סעלפאונס (אזויווי די NSA) און אריינגעשיקט די פאלגענדע מעסעדזש צו די פראטעסטירער
"Dear subscriber, you are registered as a participant in a mass disturbance"
פראטעסטירער פארפירען אין די גאסען פין די הויפט שטאט קיוב, אזש עס קוקט אויס מער ווי אן "אראבישע פרילינג" ווי אן "אוקריינער ווינטער",
שטעלט זיך די פראגע ? מה חרה האף הגדול הזה, שטעלט זיך די תירוץ, ס'מאכט בכלל נישט קיין סענס,
ס'געווען א פראגע צי אוקריינע זאל זיך אויף א געוויסע אופן אנשליסען אין די "יוראפעאישען פאראיין", די דארטיגע רעגירונג איז געקומען צי די מסקנא אז ס'איז נישט אין די אוקריינער אינטערעסען, זעהט אויס אז זיי האבען געזעהן די פינאציעלע פראבלען פין אזוי פיהל יוראפעאישע פאראיין לענדער, אין באשלאסען צי שטיין ווייט פין זיי,
א חלק המון עם, האט נישט ליב געהאט דעם באשלוס, אין ארויס אין די גאסען אין ווערטשאפטען אן א חורבן,
די אוקריינער רעגירונג האט גאר ווייניג ברירות זיי מיזען זיך באניצען מיט מאכט, זיי ווילען נישט לאזען די יושבי חושך איבערנעמען ס'לאנד מיט דער געוואלד, אבער דא קומען ארויס די מערב וועלט וואס האבען יא געוואלט אז אוקריינע זאל זיך אנשליסען אין די יוראפעאישע פאראיין, אין פארדאמען אוקריינע פאר'ן ניצען מאכט אויף "פרידליכע פראטעסטירער", היקאפריטען וואס זיי זענען בפרט אמעריקא וואס האט געשפריצט טרערען גאז אויף פרידליכע טיי פארטיי לגיטימע פראטעסטירער,
יעצט א בליק טיפער אויף די מצב:
די פאליטיק און אוקריינע איז א טייל פין די ברייטערע קאלטע קריג צווישען אמעריקא אין רוסלאנד,
לעצטע יאר ווען די NWO האט געוואלט מאכען א מלחמה אין סוריא, איז פוטין געווען פין די הויפט קעגנער, אין צים סוף האט זיך ארויס געשטעל אז יעדער האט זיך געחאפט אז ס'איז א שפיל אין אז די גאז אטאקע איז נישט געקומען פין אסאד, אין די NWO האט נישט געקענט אנצינדען די פייער פין מלחמה, אין זיי האבען זיך געמיזט באגניגען מיט מכלומרש אוועק נעמען די גאז ארסענעלן פין אסאד,
למעשה זענען זיי זייער ברוגז אויף רוסלאנד אין דא קומט די נקמה, אוקריינע ווערט געזעהן דורעך רוסלאנד אלץ א לאנד אין זייער זייט פין השפעה, ווי עס קוקט אויס זענען די פראטעסטען אין אוקריינע אנגעדרייט אויף עפעס אן אופן דורעך די "סי איי עי" , אין רוסלאנד איז אין א קלעם, ס'איז א בחינה פין "עמי בבית",
אבער יאנוקאוויטש דער אוקריינער פרעזידענט האט אנגעארבעט א גוט שטיקל, ער האט געריפען די אפאזיציע אין זיי געאאפערט צי נעמען דעם פריים מיניסטער פאזיציע, אין זיי האבען עס אפגעווארפען, דאס ווייזט פאר דיע וועלט אז זיי זענען דא צי מאכען א חורבן נישט צי זיין פראדאקטיוו,
וועט מען יעצט מיזען ווארטען אין זעהן וויזוי די זאך וועט זיך אויסשפילען, ווער ס'וועט דא ארויס קומען די געווינער, פוטין אדער די NWO ימ"ש,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')