ו' חקת - וואס איז דער מקור
מנהגים וסגולות שונות
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
היינט האב איך ארויפגעשטעלט א מעלדונג אויף גוגעל-טאלק: "א גוטן ערב שבת, ו' חקת - וואטש אוט", אינזין האבנדיג די באקאנטע זאך אז ו' חקת איז א מסוכן'דיגער טאג. פרעגט מיר איינער אן אויפן מקור הדבר, ביטע העלפט מיר ארויס.
- זארעכפעפער
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
יישר כח גדול, והא לשונו: כתב התניא ביום הששי פ' חקת נהגו יחידים להתענות, שבאותו היום נשרפו כ' קרונות מלאים ספרים בצרפת. ולא קבעו אותו בימי החדש, מפני שמתוך שאלת חלום נודע להם שיום הפרשה גורם גזירת התורה, זאת חקת התורה מתרגמינן דא גזירת אורייתא. וגם בשנת ת"ח נחרבו שני קהילות גדולות באותו היום כמ"ש בסליחות שחבר בעל השפתי כהן עכ"ל.
- דרך אגב
רעדענדיג, דערמאן איך זיך א אינטערעסאנטע מאנסע וואס איז זיך פארלאפן יארן צוריק,
ווער עס האלט מיך נישט ביים אויסהערן, וועט נישט וויסן די מעשה, ווייל עס איז נאך קיינמאל נישט געווען געטייפט.
עניוועי, א אמת'ע מעשה איז עס.
איינמאל, בין איך אלס קינד (יא אמאל געווען) געוועזען אין העמפשיך (אזוי פלעגט עס רופן די סאקמערע רבי זצ"ל) ניו העמפשער בלע"ז
זייענדיג אזוי אין ביהמ"ד צוטערענדיג צו גיין אויפן גאס- ווייל עס איז געווען ו' חוקת דעמאלט,-העריך אפאר אינגעלייט שארן זיך אזוי צו, צו אן עלטערן איד,
יא, דעמאלט איס עס נאך געווען פאר עלטערע אידן, די לעקטער אין שוהל האט געברענט א גאנצן טאג, ווייל עס איז געווען פאר ווועם.
דער שמש האט נאכנישט פארקויפט קיין נאש, ווייל עס איז נישט געווען פאר וועם.
הקיצור, נישט מעריך צו זיין, זענען אבער עטליכע יונגעלייט יא דארטן געווען, און זיי האבן יא געוואלט הוליען,
פרעגן זיי אים (דעם עלטערע איד, שוין פארקראכן) אויב אינדערהיים האט מען אויך געוויסט אז ו' חוקת איז א שרעקעדיגע טאג?
קראצט ער זיך אזוי דעם שטערן, טראכט, בייגט זיך אהער, בייגט זיך אהין, לייגט אראפ דעם קאפ, אבער עס גייט נישט, ביז ער נעמט שוין א חומש, אפשר דאס העט צוהעלפן?
ער מישט אהער און אהין, ביז....ביז..... ער אזא שפרונג אויף, און רופט הויך אן, איך ווייס וואס עטץ רעדטס ו' חוקת ארויף, ו' חוקת אראפ,
הע.....גיט ער זיך א קרעכץ אינטער.... ו' משפטים, געדענק איך איז געווען א שרעקעדיגע טאג, אוי איז דאס געווען שרעקעדיג. און דער אלטער האט זיך אזוי געווארפן פאר פחד,
ווי גלייך ער שטייט נאך יעצט אונטערן קאנטשיק.
און פון דעמאלט דערמאן איך מיך דע מעשה 2 מאל א יאר.ו' חוקת, און ו' משפטים.

דער מגן אברהם ברענגט אין סימן תק"פ, "כתב התניא ביום ששי פרשת חקת נהגו היחידים להתענות שבאותו היום נשרפו כ' קרונות מלאים ספרים בצרפת". דער תניא שרייבט אז פרייטאג פרשת חקת, פירן זיך געוויסע מענטשן צו פאסטן, ווייל אין דעם טאג זענען פארברענט געווארן צוואנציג וועגענער פיל מיט ספרים אין מדינת פראנקרייך. די גוים האבן געמאכט א גזירה אז מען זאל פארברענען אלע אידישע ספרים. די חכמים האבן קובע געווען אז יעדן יאר פרייטאג פרשת חקת, זאלן פאסטן די מענטשן וואס האבן כח.
די מפרשים פרעגן, פארוואס האט מען באשטימט די תענית אויף פרייטאג חקת, פארוואס האט מען עס נישט באשטימט אויף דעם טאג פון די חודש ווען עס איז געשעהן די מעשה, אזוי ווי אלע אונזערע ימים טובים און תעניתים זענען געשטעלט לויט די טאג פון די חודש וואס די זאך איז געשעהן?
ענטפערן די מפרשים, אז די חכמים פון יענע צייט האבן געמאכט א שאלת חלום אין הימל און מען האט פאר זיי מגלה געווען אז דעם טאג פון די וואך האט גורם געווען דעם ביטערע גזירה און נישט דעם טאג פון די חודש. א ראי' אז עס האט צו טוען מיט דעם טאג פון די וואך פון פרשת חקת, ווייל אונקלוס זאגט אויף די ווערטער, "זאת חקת התורה", "דא גזרת אורייתא", דאס איז די גזירה פון די תורה, מרמז צו זיין אז די גזירה פון פארברענען די תורה איז געווען אנגעהאנגען אין ו' חקת.
זאגט דער מגן אברהם ווייטער, "גם בשנת ת"ח נחרבו שני קהלות גדולות באותו היום", אויך אין יאר ת"ח זענען חרוב געווארן צוויי גרויסער אידישע קהילות און טויזענטער אידן זענען געהרג'עט געווארן אין דעם טאג פון ו' חקת.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
ראביי קרעמער,קרעמער האט געשריבן: אבער אויף דיר - וואס דו האסט קענטיג יא דורכגענומען דעם שו"ע - איז שווער, היתכן צו פארטוישן א מפורש'ע מגן אברהם מיט א מחצית השקל.
סאכדעס האט גארנישט פארטוישט.
צדיקים האבען געזאגט אז דער מחצית השקל איז א גולגול פונעם מגן אברהם. און ער איז נאכאמאל אראף געקומען מרחיב זיין
זיין חיבור וואס איז זייער בקיצור
the SCY is the limit
- גבאי ביהמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm
- תמים
- אייער_קיכל
- שר האלפיים
- תגובות: 2600
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm
ו' חוקת
שלום וברכה אייך חשוב'ע געלערענטע חברים כ"א בניקו יברך.
היות עס קומט מיר אויס צו רייזן דעם פרייטאג ו' חוקת וואלט איך געוואלט
וויסן די ענינים איבער דעם טאג, איך ווייס עס זענען פארהאן מענטשן וואס
היטן זיך ספעציעל אין דעם טאג מכל נודנד סכנה. וויל איך וויסן:
א) וואס איז דער מקור דערצו?
ב) איז דער ענין לייכטער דער נאכט אור ליום ו' חוקת ווי דער "יום", אדער
זענען ביידע אייניג לענין זה?
ג) איז דער ענין מער הארב אין אזא יאר ווען חוקת איז א סדרה פאר זיך און
נישט מחובר צו בלק?
יישר כח למפרע!

- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12560
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
למעלה משבעים האט געשריבן: ערגעץ האב איך געזען געדריקט אז אשת הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע"א האט געזאגט אז זי האט מקובל פון איר טאטע וואס ער האט געהאט בקבלה פון די טשערנאביל'ער מגיד, אז אין ו' תמוז זאל מען נישט גיין אין טייך. ווייסט איינער ווי דאס שטייט?
ס'איז געדרוקט אין לוח מעגל השנה - סקווירא, בשם ס' רועה נאמן.
---
מסתמא איז עס א טעות און ס'דארף שטיין ו' חוקת.
ווייל ווי דער מג"א ברענגט האט עס צו טון מיט די טאג פון די וואך און נישט מיטן יום החודש.