די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שווערמער האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 6:59 pm
היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 6:41 pm
שווערמער האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 2:50 pm
היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 2:27 am
שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:42 pm

לגבי -ענדיג/נד
וואס טוסטו מיט "פאלגנדע" "אנגייענדע" "אידיש-רעדנדע"?
ווילסט עכט הערן? אבער זאג נישט אויס פאר קיינעם. אנגייענדיגע, אידיש רעדנדיגע, פאלגנדיגע.(בעצם איז עס א דייטשמעריזם, אבער מיר וועלן זיך דערויף נישט שטעלן, היינט איז עס שוין אידיש. און בדרך אפשר קען מען זאגן אז וויבאלד דאס ווארט איז דייטשמעריש, איז עס לכתחילה אריינגעברענגט געווארן מיט'ן דייטשן סופיקס ־נד .)

אדרבה, לויט די וואס ניצן דעם ־נד סופיקס, טיילן זיי אפ צווישן דעם און צווישן די אנדערע סופיקסן, אדער ניצן זיי נאר איין סארט, אדער שרייבן זיי גאר וועלכן סופיקס עס שמעקט זיי בשעת'ן שרייבן דאס ווארט?

____

פאר די וואס גלייכן דאס, זעט ציטאט פון יודל מארק אין זיין ארטיקל "א פעקל פרימיטיווע גרייזן", יידישע שפראך, באנד 5, ז' 67 א"וו (איבערגעשריבן אין היינטיגן אויסלייג):

"שאפנד", "ברויזנד", "דערהייבנדע מינוטן", "שמאכטנדע ברידער" און אנדערע אויסדרוקן וואו מיר באגעגענען ווערטער מיט א סופיקס ־נד (געשריבן געווענליך ־ענד). אזעלכע פארמען זענען אין אידיש נישטא. קעגן אט דעם טיפ גרייז פירט מען שוין א מלחמה צענדליגער יארן, און דאך איז אויך אט דער מין גרייז דערווייל נישט אין גאנצן פארשוואונדן געווארן פון אונזער פרעסע. שוין באמת צייט פטור צו ווערן פון: "ברויזנדן אויסדרוק", "שאפנדע כוחות", און אפילו פון א "לויכטנדן גליק".

אויף אידיש קען דער פארטיציפ וואס ווייזט אויף גלייכצייטיקייט (דער ערשטער פארטיציפ, ווי מען קען אים אפשר אנרופן) האבן בלויז די ענדונג ־נדיג אדער ־ענדיג .¹ בכן דארף זיין: שאפנדיגע כוחות, דערהייבנדיגע מינוטן, שמאכטנדיגע ברידער, לויכטנדיג גליק, ברויזנדיגער אויסדרוק אאז"וו.

זייער א חשוב'ע אידישע צייטונג שטעלט ארויס ווי איר ציל און איר לאזונג אז זי "ערמוטיגט אלע שאפנדע כוחות אין אידישן לעבן". פארשטייט זיך אז עס דארף זיין נישט שאפנד נאר שאפנדיג; אבער אין דעם פאל איז בכלל נישט פאסיג דער ערשטער פארטיציפ און עס דארף קומען פון דעם זעלביגן שורש אן אדיעקטיוו — שעפערישע כוחות. אגב אורחא איז דערמוטיגט דאך בעטער ווי ערמוטיגט. הגם טראדיציע איז זייער א שיינע זאך, מעג מען דאך א ביסל פארריכטן די פארמולירונג פון דעם פרינציפ: דערמוטיגט אלע שעפערישע כוחות אין אידישן לעבן.

____
¹ די פארעם אויף ־ענדיג האט נישט קיין קורצן און פאסיגן נאמען. דאט איז דער אקטיווער פארטיציפ פון דער יעצטיגער צייט. אבער די פארעם האט אויך דעם באדייט פון גלייכצייטיקייט. כדי די פארעם אפצושיידן מיט א קלארן נאמען פון דעם פארטיציפ וואט האט געווענליך דעם פארטראף גע־ און ענדיגט זיך אויף ־ט אדער ־ן (־ען) — למשל: געזאגט, געטראגן, געגאנגען — איז מעגליך אנצורופן די פארעם אויף ־ענדיק 'ערשטער פארטיציפ' און אויף ־ט צי ־ן (־ען) 'צווייטער פארטיציפ'. אזעלכע נעמען זענען אפשר צו לאנג. דעריבער זוכט מען אנדערע. גראמאטיקערס אין סאוועטן־פארבאנד האבן אט די פארעם אנגערופן 'גערונדיום', הגם דאס איז פארשטייט זיך נישט דאס אייגענע וואס גערונדיום אין דער לאטיינישער גראמאטיק. עט וואלט אפשר געווען גלייכער די פארעם צו רופן 'גערונדיוו', הגם דאס פאלט אויך נישט צונויף מיט דעם טערמין פון דער לאטיינישער גראמאטיק, אבער דערפאר איז גערונדיוו כאטש אדיעקטיוויש, בעת גערונדיום איז סובסטאנטיוויש. און אין אידיש זענען די פארמען אויף ־ענדיג אויך אדיעקטיוויש.
האסט מיין ווארט - עס בלייבט צווישן אונז.

יעצט איך וועל אי"ה אויך אריינקומען מיט א שטיקל יודל מארק אנבאלאנגט דעם נושא, אבער וויבאלד איך האב א פיזישע קאפי פון זיין בוך, וואס מיינט אז איך וועל דארפן טייפן, וועסטו דארפן ווארטן.

עכ"פ, וואס ער ברעגנט ארויס דארט איז אזוי" דער -ענדיג סופיקס מיינט ער דער טוער טוט עס יעצטבשעת איך רעד, און דאס איז דער פאל ביי אלע ביישפילן פון מארק; אבער איז נישט ריכטיג לגבי "אידיש-רעדנדע" למשל.

דערנאך איז דא דער -עדיג/עוודיג סופיקס וואס איז לכאורה א מאדיפיקאציע פון -ענדיג, און דאס מיינט יא עפעס וואס איז בטבע אזוי. א שטייענדיגע זויל שטייט יעצט, א שטייעדיגע זויל איז אזאנס וואס איז געמאכט צו שטיין. א רעדנדיגע מאן רעד יעצט, א רעדעוודיגע רעד כסדר.

אבער אין געוויסע פעלער קען מען נישט ניצן -עדיג/עוודיג, בעיקר ווען עס קומט צו א פרעפיקס, א קאנווערב, אדער אן אדווערב.

מ'קען זאגן שרעקעדיגע, אבער נישט דערשרעקעדיגע - דא ניץ איך דערשרעקענדע
מ'קען זאגן פאלגעדיגע, אבער נישט נאכפאלגעדיגע - דא ניץ איך נאכפאלגעדע (-עניג קומט נישט דא אריין קפ. קומעדיג)
מ'קען זאגן רעדעדיגע, אבער נישט אידיש-רעדעדיגע - דא ניץ איך אידיש-רעדנדע

לגבי אנגייענדיגע און פאלגנדיגע קען מען דן זיין.
קודם א דאנק פאר דיין צוזאג.

אויך געזען ענליך פון יודא א. יאפע אין "א דיסקוסיע וועגן דער שפראך אין די אויסגאבעס פון ייווא", יידישע שפראך, באנד צוויי, ז' 51:

פאראן פיר ענדונגען: ־דיג, ־עדיג, ־נדיג און ־עוודיג. ־עדיג ווייזט אויף א כסדר'דיגן דויערדיגן צושטאנד, אויף אן אייגנשאפט אין פארלויף פון א געוויסער לענגערער צייט, למשל: א זייגעדיג קינד, א טראגעדיגע מוטער. ־נדיק ווייזט אויף אן אייגנשאפט וואס איז פאראן נאר אין דער צייט ווען א טואונג קומט פאר, למשל: א זייגנדיג קינד — א קינד וואס האלט יעצט אין זייגן, א טראגנדיגע מוטער — א מוטער וואס האלט יעצט עפעס אין טראגן.

און אין וויינרייך זע איך אז דער ־עוודיג סופיקס ווייזט אויף עפעס וואס האט די יכולת דערצו, ווי א רעדעוודיג קינד, אדער א בייגעוודיגע זאך.

שווערמער האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 2:50 pm
אבער אין געוויסע פעלער קען מען נישט ניצן -עדיג/עוודיג, בעיקר ווען עס קומט צו א פרעפיקס, א קאנווערב, אדער אן אדווערב.
דאס איז דיין אויפטו, אדער האסט עס געזען ערגעץ?

און פארוואס קען מען נישט ניצן דעם ־דיג סופיקס (וואס איך ווייס נאכנישט ווען מ'ניצט דאס, אנדערש פון ־נדיג )? דערשרעקנדיגע, נאכפאלגנדיגע, אידיש רעדנדיגע.
עס איז מיין אייגענע סברא, אבער איך מיין בעיקר אנצואווייזן אויף פעלער ווי דער אינטואציע פון היינטיגע שרייבער "לאזט זיי נישט" ניצן -עדיג (און דאס האב איך געמיינט מיט "אין געוויסע פעלער קען מען נישטניצן -עדיג/עוודיג"); און איך שפור אז עס קען האבן צו טון מיט דעם.

די -דיג סופיקס וואס דו רעדטס וועגן וויס איך נישט וואס עס איז גענוי; איך זע בלויז -נדיג אין דיינע ביישפילן.
אקעי, איך פארשטיי.

דא האב איך פארשטאנען אז מ׳לייגט צו דעם ־דיג סופיקס נאכ'ן ווערב, און "פון האנדלעןוועט ווערן האנדלענ|דיג, און פון ווירבלען, ווירבלענ|דיג." אבער זעט אויס אז מ'לייגט יא דעם סופיקס נאכ'ן שטאם פון ווארט, אבער נישט ־דיג נאר ־ענדיג , און עס ווערט האנדל|ענדיגאון ווירבל|ענדיג. (כ'ווייס נאר נישט ווען מ'ניצט, און וואס איז דער חילוק פון, ־נדיג און ־ענדיג .)

אלזא בלייבט טאקע איבער צו זען ווען און פארוואס מ'ניצט דעם ־דיג סופיקס (רעדנ|דיג, אדער רעד|נדיג? און פארוואס נישט רעד|ענדיג?) אבער כ'מיין אז ביי דיינע ביישפילן קען מען נאך אלץ שרייבן דערשרעק|נדיגע, נאכפאלג|נדיגע, אידיש רעד|נדיגע.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

@היסטאריש , אויב מאסגעבנד עקזיסטירט אויך נישט ביי דיר, ביסטו מער נישט מאסגעבנד!
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
שווערמער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 9:48 pm

-ענדיג ניצט מען יעדעס מאל מען לייגן -ען ביי אינפיניטיוו, נאך א וואקאל, או ל' וכו'.

אידיש-רעדנדיג מיינט איינער וואס רעדט יעצט אידיש, נישט אז ער טוט דאס אין איילגעמיין.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

וואס טוט זיך מיט רירנד?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
שווערמער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

און וואס איז מיט אומשטאנד?

שווערמער האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 6:37 pm
און וואס איז מיט אומשטאנד?
אזוי לעכערליך איז מיין שאלה געווען?

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 9:39 pm
שווערמער האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 6:37 pm
און וואס איז מיט אומשטאנד?
אזוי לעכערליך איז מיין שאלה געווען?
איך האב נישט דיר געמיינט, און דערפאר האב איך דיר טאקע נישט ציטירט...

ס'איז מיר איינגעפאלן א ווערטל, האביך עס געשערט.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שווערמער האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:51 pm
-ענדיג ניצט מען יעדעס מאל מען לייגן -ען ביי אינפיניטיוו, נאך א וואקאל, או ל' וכו'.

אידיש-רעדנדיג מיינט איינער וואס רעדט יעצט אידיש, נישט אז ער טוט דאס אין איילגעמיין.
קענסט גיבן א ביישפיל וואו מ'וועט צולייגן -ענדיג נאך א וואקאל אדער למד?

___

כ'פארשטיי, אבער אזוי האט אויך ייווא געשריבן. זעט אויס אז נאך עפעס א כלל ליגט דא באהאלטן.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
שווערמער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 1:17 am

קענסט גיבן א ביישפיל וואו מ'וועט צולייגן -ענדיג נאך א וואקאל אדער למד?
גייענדיג, וואקלענדיג
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 2:45 pm

וואקל|ענדיגאיז אזויווי ווירבל|ענדיגמיט'ן -ען ביים אינפיניטיוו.

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 7:30 pm

עפעס האלט איך נישט מיט דא,
דו פרעגסט? דו ענטפערסט? ווילסט עפעס פארשטיין?
וואס איז נישט קלאר מיט דעם -ענדיג סופיקס?
מיר ענדיג'ן נישט דא....

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 9:37 pm

יא, כ'האב געוואלט וויסן ווען מ'ניצט -נדיג און ווען -ענדיג , האסטו געענטפערט אז מ'ניצט עס "יעדעס מאל מען לייגט -ען ביי אינפיניטיוו, נאך א וואקאל, או ל' וכו'."

איך ווארט פשוט פאר א ביישפיל, אויב מעגליך, וואו מ'לייגט -ענדיג נאך א למד. וואקלענדיגאיז נישט ממש קיין ביישפיל ווייל דאס האט דאך אויך אן -ען ביים אינפיניטיוו.

😦
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 2:56 pm
וואס טוט זיך מיט רירנד?
וואס טוט זיך מיט רירנדיג?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 10:18 pm
וואס טוט זיך מיט רירנדיג?
1. טא וואסזשע גייסטו טאן מיט רירעוודיג?

2. נישטא אזא ווארט מיט'ן משמעות פון עמאציאנעל.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 10:31 pm
היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 10:18 pm
וואס טוט זיך מיט רירנדיג?
1. טא וואסזשע גייסטו טאן מיט רירעוודיג?

2. נישטא אזא ווארט מיט'ן משמעות פון עמאציאנעל.
רירעוודיגאיז עפעס וואס קען זיך רירן, ווי א רירעוודיגקינד.

2. ס'איז יא דא, נאר היינט איז עס שוין אויך פארגרייזט מיט'ן מאדערנעם -נד סופיקס.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 10:36 pm

האסט פארגעסן אז דו ביסט נישט גורס די עוו אין שעמעוודיג, זעעוודיג?
פרעג איך וויאזוי דו גייסט פארגרייזן רירעוודיג...
רירנדיג? דאן האסטו צוויי באדייטן פאר איין ווארט.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
שווערמער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 10:17 pm

יא, כ'האב געוואלט וויסן ווען מ'ניצט -נדיג און ווען -ענדיג , האסטו געענטפערט אז מ'ניצט עס "יעדעס מאל מען לייגט -ען ביי אינפיניטיוו, נאך א וואקאל, או ל' וכו'."

איך ווארט פשוט פאר א ביישפיל, אויב מעגליך, וואו מ'לייגט -ענדיג נאך א למד. וואקלענדיגאיז נישט ממש קיין ביישפיל ווייל דאס האט דאך אויך אן -ען ביים אינפיניטיוו.
מיין טעות, לייג אריין א קאלען: "יעדעס מאל מען לייגט -ען ביי אינפיניטיוו: נאך א וואקאל, אדער ל' וכו'."
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

אנטשוליגט פאר'ן איבערהאקן די שמועס.

אין פרקי דרבי אלעזר שטייט פעין פונקט פארקערט.

זשאבאל מוסא איז העכסט-ווארשיינליך נישט בארג סיני.

און ס'איז נישט די איינציגסטע ארטיגע בארג אין מדבר סיני מיט די קריצן.

ביי. מ'קען שוין צוריקגיין שמועסן ווייטער.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

ברדלס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:59 pm

צו וועמען/וועלכע ארטיקל באציסטו זיך?

ווען איינער זאל ווען דא שמועסן וואלט גוט געווען...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:01 pm

צהר לתיבה
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

ברדלס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:05 pm

נאכמער צעמישט...

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:13 pm
ברדלס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:05 pm
יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:01 pm
צו וועמען/וועלכע ארטיקל באציסטו זיך?
צהר לתיבה
נאכמער צעמישט...
קוק אריין אין פרקי דר"א. סתם פארדרייט דברי חז"ל...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 1:15 pm
היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 10:36 pm

רירעוודיגאיז עפעס וואס קען זיך רירן, ווי א רירעוודיגקינד.

2. ס'איז יא דא, נאר היינט איז עס שוין אויך פארגרייזט מיט'ן מאדערנעם -נד סופיקס.
האסט פארגעסן אז דו ביסט נישט גורס די עוו אין שעמעוודיג, זעעוודיג?
פרעג איך וויאזוי דו גייסט פארגרייזן רירעוודיג...
רירנדיג? דאן האסטו צוויי באדייטן פאר איין ווארט.
1. וואו זעסטו אז איך בין עס נישט גורס?

2. עכט קען מען שרייבן ריריג(ווי דער -יג סופיקס ביי שטאקיגע, ביידע זענען איין טראפיגע ווערטער), אבער מ'ניצט נישט אזא ווארט היינט. האט רירנדיגטאקע צוויי באדייטן.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שווערמער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:39 pm
היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 10:17 pm

יא, כ'האב געוואלט וויסן ווען מ'ניצט -נדיג און ווען -ענדיג , האסטו געענטפערט אז מ'ניצט עס "יעדעס מאל מען לייגט -ען ביי אינפיניטיוו, נאך א וואקאל, או ל' וכו'."

איך ווארט פשוט פאר א ביישפיל, אויב מעגליך, וואו מ'לייגט -ענדיג נאך א למד. וואקלענדיגאיז נישט ממש קיין ביישפיל ווייל דאס האט דאך אויך אן -ען ביים אינפיניטיוו.
מיין טעות, לייג אריין א קאלען: "יעדעס מאל מען לייגט -ען ביי אינפיניטיוו: נאך א וואקאל, אדער ל' וכו'."
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 8:43 pm
1. וואו זעסטו אז איך בין עס נישט גורס?
ווען דו בעפארצוגסט שעמעדיג, רעדנדיג, חנ'דיגאון זעענדיגאדער זעעדיג.
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 8:43 pm
2. עכט קען מען שרייבן ריריג(ווי דער -יג סופיקס ביי שטאקיגע, ביידע זענען איין טראפיגע ווערטער), אבער מ'ניצט נישט אזא ווארט היינט. האט רירנדיגטאקע צוויי באדייטן.
אייגנס?
א @היסטאריש ע שפראך!...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”