די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 9:58 pm
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 8:43 pm
1. וואו זעסטו אז איך בין עס נישט גורס?
ווען דו בעפארצוגסט שעמעדיג, רעדנדיג, חנ'דיגאון זעענדיגאדער זעעדיג.
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 8:43 pm
2. עכט קען מען שרייבן ריריג(ווי דער -יג סופיקס ביי שטאקיגע, ביידע זענען איין טראפיגע ווערטער), אבער מ'ניצט נישט אזא ווארט היינט. האט רירנדיגטאקע צוויי באדייטן.
אייגנס?
א @היסטאריש ע שפראך!...
1. איך בעפארצוג נישט. יעדער סופיקס האט אן אנדערן משמעות, און אלעס קען מען ניצן ווען ס'באלאנגט.

2. ניין, געזען אין וויינרייך, און וואלט גראדע געקענט זיין אייגנס לויט די כללים אין גראמאטיק.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

ברדלס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:59 pm
אנטשוליגט פאר'ן איבערהאקן די שמועס.

אין פרקי דרבי אלעזר שטייט פעין פונקט פארקערט.

זשאבאל מוסא איז העכסט-ווארשיינליך נישט בארג סיני.

און ס'איז נישט די איינציגסטע ארטיגע בארג אין מדבר סיני מיט די קריצן.

ביי. מ'קען שוין צוריקגיין שמועסן ווייטער.
מעגסט ווען שרייבן קלארער.
אויך מעגסטו וויסן אז מעלות איז בכלל נישט מקפיד צו שרייבן תורה'דיגע ענינים אקוראט, כ'האב שוין געטראפן דארט אזעלכע עם-ארצות'ן פונקט ווי אין די אנדערע ווייבערישע אויסגאבעס.
זיי טענה'ן אז מעלות ווערט יעדע חודש איבערגעקוקט דורך צוויי תלמידי חכמים מופלגים. כ'קען זיי נישט, אבער קיין תלמידי חכמים זענען זיי זיכער נישט (אדער קוקן זיי עס נישט איבער).
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:18 pm
1. איך בעפארצוג נישט. יעדער סופיקס האט אן אנדערן משמעות, און אלעס קען מען ניצן ווען ס'באלאנגט.
ווען נוצט מען שעמעוודיג, און ווען שעמעדיג?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ברדלס האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 2:39 pm
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:18 pm
1. איך בעפארצוג נישט. יעדער סופיקס האט אן אנדערן משמעות, און אלעס קען מען ניצן ווען ס'באלאנגט.
ווען נוצט מען שעמעוודיג, און ווען שעמעדיג?
יודל מארק איז מסביר אז דער -עוודיגסופיקס ווייזט אויף א באשטענדיגער אייגנשאפט (אויך, וואס איז מעגליך: טיילעוודיג, בייגעוודיג): א שעמעוודיגקינד, א קינד וואס בטבע שעמט ער זיך.

און לויט וואס -עדיגווייזט אויף אן אייגנשאפט אין פארלויף פון א געוויסער לענגערער צייט, וועט מען זאגן אויף א קינד אז אין חדר איז ער א שעמעדיגקינד. און -(ע)נדיגוועט מען ניצן ווען ביים טיילן צוקערלעך האט א קינד שעמענדיגגעבעטן איינס.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”