Re: די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך
אקעי, איך פארשטיי.שווערמער האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 03, 2024 6:59 pmעס איז מיין אייגענע סברא, אבער איך מיין בעיקר אנצואווייזן אויף פעלער ווי דער אינטואציע פון היינטיגע שרייבער "לאזט זיי נישט" ניצן -עדיג (און דאס האב איך געמיינט מיט "אין געוויסע פעלער קען מען נישטניצן -עדיג/עוודיג"); און איך שפור אז עס קען האבן צו טון מיט דעם.היסטאריש האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 03, 2024 6:41 pmקודם א דאנק פאר דיין צוזאג.שווערמער האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 03, 2024 2:50 pmהאסט מיין ווארט - עס בלייבט צווישן אונז.היסטאריש האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 03, 2024 2:27 amווילסט עכט הערן? אבער זאג נישט אויס פאר קיינעם. אנגייענדיגע, אידיש רעדנדיגע, פאלגנדיגע.(בעצם איז עס א דייטשמעריזם, אבער מיר וועלן זיך דערויף נישט שטעלן, היינט איז עס שוין אידיש. און בדרך אפשר קען מען זאגן אז וויבאלד דאס ווארט איז דייטשמעריש, איז עס לכתחילה אריינגעברענגט געווארן מיט'ן דייטשן סופיקס ־נד .)
אדרבה, לויט די וואס ניצן דעם ־נד סופיקס, טיילן זיי אפ צווישן דעם און צווישן די אנדערע סופיקסן, אדער ניצן זיי נאר איין סארט, אדער שרייבן זיי גאר וועלכן סופיקס עס שמעקט זיי בשעת'ן שרייבן דאס ווארט?
____
פאר די וואס גלייכן דאס, זעט ציטאט פון יודל מארק אין זיין ארטיקל "א פעקל פרימיטיווע גרייזן", יידישע שפראך, באנד 5, ז' 67 א"וו (איבערגעשריבן אין היינטיגן אויסלייג):
"שאפנד", "ברויזנד", "דערהייבנדע מינוטן", "שמאכטנדע ברידער" און אנדערע אויסדרוקן וואו מיר באגעגענען ווערטער מיט א סופיקס ־נד (געשריבן געווענליך ־ענד). אזעלכע פארמען זענען אין אידיש נישטא. קעגן אט דעם טיפ גרייז פירט מען שוין א מלחמה צענדליגער יארן, און דאך איז אויך אט דער מין גרייז דערווייל נישט אין גאנצן פארשוואונדן געווארן פון אונזער פרעסע. שוין באמת צייט פטור צו ווערן פון: "ברויזנדן אויסדרוק", "שאפנדע כוחות", און אפילו פון א "לויכטנדן גליק".
אויף אידיש קען דער פארטיציפ וואס ווייזט אויף גלייכצייטיקייט (דער ערשטער פארטיציפ, ווי מען קען אים אפשר אנרופן) האבן בלויז די ענדונג ־נדיג אדער ־ענדיג .¹ בכן דארף זיין: שאפנדיגע כוחות, דערהייבנדיגע מינוטן, שמאכטנדיגע ברידער, לויכטנדיג גליק, ברויזנדיגער אויסדרוק אאז"וו.
זייער א חשוב'ע אידישע צייטונג שטעלט ארויס ווי איר ציל און איר לאזונג אז זי "ערמוטיגט אלע שאפנדע כוחות אין אידישן לעבן". פארשטייט זיך אז עס דארף זיין נישט שאפנד נאר שאפנדיג; אבער אין דעם פאל איז בכלל נישט פאסיג דער ערשטער פארטיציפ און עס דארף קומען פון דעם זעלביגן שורש אן אדיעקטיוו — שעפערישע כוחות. אגב אורחא איז דערמוטיגט דאך בעטער ווי ערמוטיגט. הגם טראדיציע איז זייער א שיינע זאך, מעג מען דאך א ביסל פארריכטן די פארמולירונג פון דעם פרינציפ: דערמוטיגט אלע שעפערישע כוחות אין אידישן לעבן.
____
¹ די פארעם אויף ־ענדיג האט נישט קיין קורצן און פאסיגן נאמען. דאט איז דער אקטיווער פארטיציפ פון דער יעצטיגער צייט. אבער די פארעם האט אויך דעם באדייט פון גלייכצייטיקייט. כדי די פארעם אפצושיידן מיט א קלארן נאמען פון דעם פארטיציפ וואט האט געווענליך דעם פארטראף גע־ און ענדיגט זיך אויף ־ט אדער ־ן (־ען) — למשל: געזאגט, געטראגן, געגאנגען — איז מעגליך אנצורופן די פארעם אויף ־ענדיק 'ערשטער פארטיציפ' און אויף ־ט צי ־ן (־ען) 'צווייטער פארטיציפ'. אזעלכע נעמען זענען אפשר צו לאנג. דעריבער זוכט מען אנדערע. גראמאטיקערס אין סאוועטן־פארבאנד האבן אט די פארעם אנגערופן 'גערונדיום', הגם דאס איז פארשטייט זיך נישט דאס אייגענע וואס גערונדיום אין דער לאטיינישער גראמאטיק. עט וואלט אפשר געווען גלייכער די פארעם צו רופן 'גערונדיוו', הגם דאס פאלט אויך נישט צונויף מיט דעם טערמין פון דער לאטיינישער גראמאטיק, אבער דערפאר איז גערונדיוו כאטש אדיעקטיוויש, בעת גערונדיום איז סובסטאנטיוויש. און אין אידיש זענען די פארמען אויף ־ענדיג אויך אדיעקטיוויש.
יעצט איך וועל אי"ה אויך אריינקומען מיט א שטיקל יודל מארק אנבאלאנגט דעם נושא, אבער וויבאלד איך האב א פיזישע קאפי פון זיין בוך, וואס מיינט אז איך וועל דארפן טייפן, וועסטו דארפן ווארטן.
עכ"פ, וואס ער ברעגנט ארויס דארט איז אזוי" דער -ענדיג סופיקס מיינט ער דער טוער טוט עס יעצטבשעת איך רעד, און דאס איז דער פאל ביי אלע ביישפילן פון מארק; אבער איז נישט ריכטיג לגבי "אידיש-רעדנדע" למשל.
דערנאך איז דא דער -עדיג/עוודיג סופיקס וואס איז לכאורה א מאדיפיקאציע פון -ענדיג, און דאס מיינט יא עפעס וואס איז בטבע אזוי. א שטייענדיגע זויל שטייט יעצט, א שטייעדיגע זויל איז אזאנס וואס איז געמאכט צו שטיין. א רעדנדיגע מאן רעד יעצט, א רעדעוודיגע רעד כסדר.
אבער אין געוויסע פעלער קען מען נישט ניצן -עדיג/עוודיג, בעיקר ווען עס קומט צו א פרעפיקס, א קאנווערב, אדער אן אדווערב.
מ'קען זאגן שרעקעדיגע, אבער נישט דערשרעקעדיגע - דא ניץ איך דערשרעקענדע
מ'קען זאגן פאלגעדיגע, אבער נישט נאכפאלגעדיגע - דא ניץ איך נאכפאלגעדע (-עניג קומט נישט דא אריין קפ. קומעדיג)
מ'קען זאגן רעדעדיגע, אבער נישט אידיש-רעדעדיגע - דא ניץ איך אידיש-רעדנדע
לגבי אנגייענדיגע און פאלגנדיגע קען מען דן זיין.
אויך געזען ענליך פון יודא א. יאפע אין "א דיסקוסיע וועגן דער שפראך אין די אויסגאבעס פון ייווא", יידישע שפראך, באנד צוויי, ז' 51:
פאראן פיר ענדונגען: ־דיג, ־עדיג, ־נדיג און ־עוודיג. ־עדיג ווייזט אויף א כסדר'דיגן דויערדיגן צושטאנד, אויף אן אייגנשאפט אין פארלויף פון א געוויסער לענגערער צייט, למשל: א זייגעדיג קינד, א טראגעדיגע מוטער. ־נדיק ווייזט אויף אן אייגנשאפט וואס איז פאראן נאר אין דער צייט ווען א טואונג קומט פאר, למשל: א זייגנדיג קינד — א קינד וואס האלט יעצט אין זייגן, א טראגנדיגע מוטער — א מוטער וואס האלט יעצט עפעס אין טראגן.
און אין וויינרייך זע איך אז דער ־עוודיג סופיקס ווייזט אויף עפעס וואס האט די יכולת דערצו, ווי א רעדעוודיג קינד, אדער א בייגעוודיגע זאך.
דאס איז דיין אויפטו, אדער האסט עס געזען ערגעץ?
און פארוואס קען מען נישט ניצן דעם ־דיג סופיקס (וואס איך ווייס נאכנישט ווען מ'ניצט דאס, אנדערש פון ־נדיג )? דערשרעקנדיגע, נאכפאלגנדיגע, אידיש רעדנדיגע.
די -דיג סופיקס וואס דו רעדטס וועגן וויס איך נישט וואס עס איז גענוי; איך זע בלויז -נדיג אין דיינע ביישפילן.
דא האב איך פארשטאנען אז מ׳לייגט צו דעם ־דיג סופיקס נאכ'ן ווערב, און "פון האנדלעןוועט ווערן האנדלענ|דיג, און פון ווירבלען, ווירבלענ|דיג." אבער זעט אויס אז מ'לייגט יא דעם סופיקס נאכ'ן שטאם פון ווארט, אבער נישט ־דיג נאר ־ענדיג , און עס ווערט האנדל|ענדיגאון ווירבל|ענדיג. (כ'ווייס נאר נישט ווען מ'ניצט, און וואס איז דער חילוק פון, ־נדיג און ־ענדיג .)
אלזא בלייבט טאקע איבער צו זען ווען און פארוואס מ'ניצט דעם ־דיג סופיקס (רעדנ|דיג, אדער רעד|נדיג? און פארוואס נישט רעד|ענדיג?) אבער כ'מיין אז ביי דיינע ביישפילן קען מען נאך אלץ שרייבן דערשרעק|נדיגע, נאכפאלג|נדיגע, אידיש רעד|נדיגע.