היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן
באמערקונג: אזויווי רוב ביכער וואס באשרייבן די אמעריקאנע היסטאריע (עכ''פ די וואס איך האב געליינט), וועלן מיר אויך צולייגן די זאך לויט די פרעזידענטן. דאס הייסט, מיר וועלן באשרייבן יעדע פרעזידענט און די געשיכטעס וואס האבן זיך אלס אפגעשפילט ווען ער איז געווען אין אמט.
אבער קודם דארפן מיר וויסן א צווייטע זאך:
וויאזוי אמעריקע איז געווארן א לאנד.
אין די יארן נאך קאלאמבוס האט אנדעקט אמעריקע, האבן אלע גרויסע לענדער געשיקט מענטשן צו די נייע מדינה, צו כאפן מוצה'ס. דארט ווי קאלאמבוס איז אנגעקומען, איז פארשטייט זיך געגאנגען פאר שפאניע. אבער אויך ענגלאנד, האלאנד, פארטוגאל און פראנקרייך האבן געכאפט שטיקער. (וואס דאס איז די סיבה פארוואס די פיהר שפראכן.שפאניש, פארטוגעזיש, פראנצויזיש און ענגליש, זענען די הויפט שפארכן און די אמעריקאנע לענדער.)
די מענטשן וואס האבן זיך באזעצט אויף די נייע קאנטינענט, זענען געצווינגען געווארן צו צאהלן שטייערן פאר די לענדער צו וואו זייער שטח האט באלאנגט. שפעטער האבן זיך אנגעהויבן פארעמען פון די אלע שטחים (קאלאניעס בלע''ז) לענדער. א טייל זענען געווען זעלבסשטענדיג, און א טייל זענען ווייטער פארבליבן אונטער די הערשאפט פון זייער בעה''ב.
וויבאלד ענגלאנד האט געהאט א שיינע פאהר מלחמות מיט אנדערע לענדער, איבערהויפט מיט פראנקרייך. האבן זיי אנגעהויבן העכערן שטייערן אויף די קאלאניסטן. האט זיך אנגעהויבן א גאנצע סכסוך. די קאלאניסטן האבן גע'טענה'עט, אונז באצאלן שוין אזוי אויך גרויסע שטייערן. אין א דרשה וואס בענדזשעמין פרענקלין האט געגעבן אין בריטישן פארליעמענט, האט ער ארויסגעברענגט אז די קאלאניסטן האבן צוגעשטעלט באלד 25,000 מענטשן פארן מיליטער. דאס איז חוץ די פאנדרעיזינג פאר עסן, געלט און קליידער, וואס האט באטראפען אויסטערלישע סכומים. משא''כ די ענגלענדער האבן גע'טענה'עט, אז די מיליטער שיצט דאך ענק. נו באצאלטס דערפאר.
ווען די ענגלענדער האבן נישט געהאלטן ביים זיך בייגן, האבן די אמעריקאנע געגאנגען, און זיי האבן אויפגעשטעלט די ''קאנטינענטל קאנגרעס''. מיטן ציהל, צו בלייבן אונטער די ענגלישע מלוכה, אבער אלס זעלבסשטענדיגע לאנד.
אין יארע 1773 איז די קאנטענענטל געגאנגען א טריט ווייטער. זיי האבן ארויסגעגעבן א געזעץ וואס האט פארבאטן צו קויפן טיי וואס מ'האט באצאלט דערויף שטייער פאר ענגלאנד. דאס צו דעמאנסטרירן, האבן זיי פארברענט א שיף פיל מיט ענגלישע טיי. דאס איז פאר די בריטישע געווען די שטרוי וואס האט צעבראכן דעם קעמלס ריקן. זיי האבן אויפגעלעזט די קאנגרעס און געמאכט א מיליטערישע הערשאפט איבערן לאנד.
אזוי איז אריבער א תקופה, און ס'האט אויסגעזען פאר ענגלענדער, אז די אמעריקאנע האבן אויפגעגעבן אןיף זייער פלאן. אבער אין יאהר 1775 האט די ענגלישע גענעראל באקומען איפארמאציע אז די אמעריקאנע זאמלען געווער. ער האט אויפן פלאץ אנגעגרייט א דיוויזע און אהינגעגאנגען חרוב מאכן. די אמעריקאנע האבן אבער שוין געהאט שפיאנאזש און געוואוסט אז ער קומט. האבן זיי אים אפגעווארט מיט א סורפרייז אטאקע אויף צוריק, און אזוי האט זיך אנגעהויבן די רעוועלאציאנע קריג.
אין די פינקלעכע דעטאלן פונעם קריג וועלן מיר נישט אריינגיין, תמצית הדברים איז אז עס איז געגרינדעט געווארן א נייע לאנד, ווואס זיי האבן א נאמען געגעבן:
''די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע''.
המשך יבא.