גירסא דינקותא: טעיפס וואס מיר זענען אויפגעוואקסן דערמיט
http://www.mostlymusic.com/zera-beirach ... ddish.html
גאר אסאך פון די ווערטער וואס ווערן דערמאנט ווייס איך נאך אלץ נישט וואס עס מיינט, איך האב עס נישט געקענט אויפכאפן זיכער נישט דעמאלטץ בימי נעורותי און אפילו נישט יעצט.
פון די לעצטע ניגון האב איך נארוואס געגעבן א טייפ אפ שנעל אזאלכע שיינע פראזן וואס איך האב יעצט צום ערשטן מאל מיך מצמצם געווען עס צו הערן פונקטליך:
פארשעם נישט קיינעם,
עס איז דא גוטס ביי יעדעם איינעם.
אויף יעדעם איז דא שאלות,
אבער יעדער האט אויך מעלות.
מען דארף נאר שכל צו וויסן,
ווי פון יעדעם געניסן.
מען דארף נאר שכל צו וויסן,
ווי פון יעדעם געניסן.
ווער איז געשעצט ווער איז גרויס,
איזהו מכובד המכבד את הבריות.
א פרייליך א לוסטיג א רואיג לעבן,
מיינעם חבר כבוד אפגעבן.
……
אט איז די תהלימי'ל ניגון, אוי, עס ברענגט מיר ארויף אזאלכע זכרונות…
ביי מיין זיידעס הארץ צוגעדריקט.
א קליינער אוצר ליגט.
אן אוצר מיין זיידע פארמאגט.
אן אוצר וואס ער שטענדיג ביי זיך טראגט.
אן אוצר וואס אים שטענדיג באגלייט.
איבעראל אין אלע צייט.
שבת און דערוואכן - אויפן וועג,
אין גוטע און שלעכטע טעג.
=
אן אוצר וואס לייזט שטענדיג אויס,
אויך ווען דער פראבלעם איז גרויס.
אן אוצר פון וואס יעדער פארדינט,
אן ערוואקסענער און אויך א קינד.
אן אוצר וואס יעדער באגערט,
אן אוצר וואס איז שטענדיג ווערד.
אן אוצר וואס פאדערט נישט קיין מיה.
אן אוצר וואס קיינער נעמט נישט צו.
=
ביי מיין זיידעס הארץ צוגעדריקט.
א קליינער אוצר ליגט.
אן אוצר וואס קען איעדעמס זיין,
………….דאס איז א תהילמ'ל א קליין.
עס קלינגט א בעל ביי איינעם פון אייך?
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני