קאמפיוטער וויירוס

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אפדעיט:
נאכן נוצן עטליכע אנטי וויירוסן פול סקען בין איך ב"ה פטור דערפון.
איך ווייס נישט וועלכע ס'האט עס געקלינט, היות ס'איז נאר געווען רענדאם פאפ אפס
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

נייע וויירוס דורך ענדרויד עפפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

א קורצע הקדמה.
וואס איז א DNS?
א יעדע כלי וואס איז מחובר צו די אינטערנעט האט אן אדרעס וואס דינט ווי א טעלעפאן נומער. ווען דו האסט דעם ריכטיגן אדרעס קענסטו אנקומען צו יענע וועבזייטל.
איי וועסטו פרעגן, וויאזוי קום איך אן צו אייוועלט ווען איך לייג אריין אייוועלט דאט קאם? דאס איז דאך נישט קיין אדרעס?
דא קומט אריין די ענ עס. די ענ עס איז די וועג וויאזוי די קאמפיוטער טייטשט איבער די דאמעין נאמען (אייוועלט דאט קאם) צו די אייפי אדרעס. אן קיין די ענ עס קען מען זיך נישט דרייען אויפן געוועב (כאפ מיר נישט ביין ווארט...).

דער די ענ עס סארווער האט א גאנצע ליסטע מיט יעדעמס נאמען וואס זייער אדרעס איז.

אין דיין ראוטער (די כלי וואס פארבינדט דיין קאמפיוטער צו די אינטערנעט) איז אנגעשטעלט וועלכע אייפי אדרעס ער זאל נוצן פאר די די ענ עס. (ס'איז דא פילע פירמעס פארדעם)

אפשר א צווייטע מאל וועט מען מער מאריך זיין דערין, אבער פאר יעצט וועלן מיר עס לאזן אזוי.

---
וואס איז יעצט געשען דערמיט...?

העקערס האבן געטראפן א נייע העק... נעמליך, ווען דו דאונלאודסט געוויסע עפפס אויף דיין ענדרויד וועט ער זיך א לאז טאן צו דיין ווייפיי ראוטער און ער וועט טוישן די די ענ עס סערווער צו פוינטן צו זייערע סערווערס... דארט נעמען זיי שוין קער פון דיר...

איינמאל ער איז מסדר די ראוטער טוט עס אפעקטירן סיי וואספארא כלי איז מחובר דערצו.

די העק איז אנטפלעקט געווארן דורך די רוסיש באזירטע קעספערסקי אנטי ווירוס לעב, און נעכטן האבן זיי עס אנאנסירט פאר די פובליק.

דאס איז נאכאמאל א דערמאנונג נישט צו דאונלאודן קיין עפפס א חוץ אויב דאס קומט פון א פארלעסליכע קוואל, א שטייגער ווי גוגל פלעי סטאר.
לעצט פארראכטן דורך עין טובה אום דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 3:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

עין טובה האט געשריבן:
דאס איז נאכאמאל א דערמאנונג נישט צו דאונלאודן קיין עפפס א חוץ אויב דאס קומט פון א פארלעסליכע קוואל, א שטייגער ווי גוגל פלעי סטאר.

דאס איז נאכאמאל א דערמאנונג נישט צו קויפן ענדרויד זינט זי קומט נישט צו צו עפל ווען עס קומט צו פארזיכערטע עפפס8.)

יישר כח עין!
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע:אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

פארשטייעך נישט וויזוי ער קען טוישן דנס סעטינגס אן האבן די פעסווארד..
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

פארגעסן צו לייגן דעם דעטאל....
ער האט א ליסטע פון דיפאלט פעסווארד ליסט. בעיקר די וואס זייערע ראוטערס האבן די דיפאלט פעסווארדס זענען געווארן אפעקטירט.
זעה דא
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

בינעך נישט דער גרויסער עקספערט אבער דורכליינענדיג דעם צוגעלינקטע ארטיקעל פארשטיי איך אז דער פראבלעם איז נאר אויב דער קומפיוטער אבטעינט דעם ד.נ.ס. אוטומעטיקלי. איז אויב לייגט מען אריין דעם ד.נ.ס. מעניועלי למשל 8.8.8.8 וכן נהוג אצלי איז נישט קיין פראבלעם. בינעך גערעכט?
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

דעמאלט איז נישט קיין פראבלעם פאר די איין קאמפיוטער...
אלע אנדערע קאמפיוטערס וואס זענען מחובר צו דעם ראוטער זענען נישט אויסגעמיטן.

אבער ווי מ'האט געשריבן, די ראוטער פעסווארד דארף ווערן געטוישט צו א שטרענגע פעסווארד.
מ'טאר קיינמאל נישט לאזן די דיפאלט.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

PSA:

נישט אנגעקומען צו שרייבן נעכטן, אבער עס איז עכט וויכטיג! מענטשן דארפן זיין מער געווארנט! דאס אז מען איז געווען איגנארענט וועט נישט העלפן ווען עפעס געשעט....

נעכטן זאגט מיר איינער אז ער האט באקומען אן אימעיל פון זיין אקאונטענט (א היימישער אקאונטענט, איי געס אז נאך האבן עס באקומען) מיט א ווארד דאקומענט אטאשירט. האט ער געעפענט דער דאקומענט און עס האט זיך נישט געוואלט עפענען (העמיר באלד זען וואס דאס הייסט), האט ער גערופן דעם קאונטענט, זאגט אים יענער "אוי, אונזער אימעיל איז געהעקט געווארן און עפן נישט דער פייל" (ער האט עס שוין אבער געהאט געעפענט...) דאכטצעך אז דער האט מיר אפילו געזאגט אז עס איז מסתם גארנישט, ער וויל נאר זיכער מאכן.

הפנים, נאכן גוט אויסטשעקן און אויסקלינען האט זיך ארויסגעשטעלט א בילד אזוי: ער האט דאונלאודעד דער דאקומענט האט זיך עס געעפענט א בלויע פעידזש (ער האט געמיינט אז דאס איז אן ערראר אבער דאס איז געווען דער ווארד דאקומענט אפען) אויף וואס עס איז געשטאנען אז מען קען נישט זען דער צעטל ווייל איז געמאכט מיט אן אלטע ווארד ווערסיע און צו קענען זען דארף מען דריקן ענעיבל עדיטינג און ענעיבל קאנטענט (זע סקרינשיס 1 אונטן). איינמאל מען טוט דאס איז מען דערנאך....דער וויירוס אינסטאלירט זיך און טוט וואס ער דארף (דער ספעציפישער וויירוס איז געווען מיינעך איינער וואס גנב'עט קרעדענטשעלס בעיקר פון פיינענשיעל אינסטעטושענס.)

*****

יעצט אויב למעשה האמיר א שיינע ביסל לימודים און טעיקעוועיס:

1 - און גאר וויכטיג! אז עס קומט צו דיר אן אימעיל וואס דו ערווארטסט נישט און עס האט אן עטעטשמענט מיט זיך (סיי וועלכע סארט פייל), עפן עס נישט אויף!קענסט רופן יענעם אדער אימעילן און פרעגן צו ער האט דיר עפעס געשיקט.

2 - ווארד האט א זאך וואס הייסט מעקראוס, דאס איז אזויווי א גאנצע פראגראם וואס קען לויפן אלעס ארויס פון אינעווייניג א ווארד צעטל. זינט דאס קען דאך טון אלעס אויפן קאמפיוטער מאכט מייקראסאפט אז ווען מען דאונלאודט א צעטל פונעם אינטערנעט לאזן זיי נישט ארויסלויפן פון דעם קיינע מעקראוס נאר געבן א ווארענונג (זע בילד 2) מיט אן אפציע צו דריקן ענעיבל. דריקט דאס נישט!!א צעטל דאונלאודעד דארף נישט האבן מיט זיך קיין מעקראוס, און אויב עס האט און דו ווייסט נישט קלאר וואס און פארוואס דאן איז א סיבה צו פארמאכן דער גאנצער צעטל און עס פארמעקן...אבער זיכער נישט צו דריקן ענעיבל "בלויז ווייל מען קען"...

3 - לאמיר אביסל אויסקלארן דער איידענטעטי פון אנטי וויירוס פראגראמען א)"א" אנטי וויירוס איז נישט גענוג צו זיין זיכער אז מען באקומט נישט קיין וויירוסן, עס איז נאר גענוג צו זיין זיכער אז אויב מען איז גענוג אפגעהיטן באקומט מען נישט... ב)אן אנטי וויירוס (אדער וויירוס פראטעקשאן) איז נישט קיין וויירוס קלינער, צו קלינען א וויירוס דארף מען א ידיעה און וואס עס איז און נוצן פארשידענע טאאלס, גארנישט עכט אטאמאטיש קען דאס טון. ג)אבי עני אנטי וויירוס איז נישט גענוג... יענער האט געהאט מייקראסאפט סעקיורעטי עסענטשאלס און עס האט גארנישט אויפגעכאפט נישט ביים דאונלאודן דער פייל און נישט ביים עפענען און מאכן ענעיבל און נישט די פיילס וואס דער וויירוס האט קריעיטעד, איך האב אים שפעטער אינסטאלירט קאספארסקרי פרי וועלכע האט יא גלייך אויפגעכאפט דער דאקומענט. ד)עס איז אייביג גוט צו האבן נאך לעיערס פון פראטעקשאן, למשל "קריפטאו פריווענט" א פראגראם וואס איז בעיקר געצילט קעגן רענסאמווער וויירוסן אבער וועט אפשטעלן אסאך אנדערע, למשל דער ספעציפישער העט ער ווען אפגעשטעלט מיט זיינע ראאלס.

4 - יזכר לטובה דער אקאונטענט וואס האט געשיקט דערנאך אן אימעיל פאר זיינע קאנטעקטס ווארענען אז ער איז געהעקט געווארן און מען זאל עס נישט עפענען.איך האב באקומען אמאל אין די ארבעט פון א קליענט אזא סארט וויירוס, אים אפגערופן און געמאלדן, אבער ער האט קיינמאל נישט געמאלדן אין אן אימעיל!

וואס נאך?....ווייסעך נישט...שיק....

1.png
1.png (120.36 KiB) געזען 5859 מאל


2.png
2.png (3.56 KiB) געזען 5859 מאל
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2947
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע:אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

א גרויסע שכח קנאפער
א פשוטע איד.
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

יהודי האט געשריבן: א גרויסע שכח קנאפער
איזי
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

א גרויסען שכוך, וויאזוי קען מען זיין באווערענט אז קיינער זיצט נישט אופן קאמפויטער אין גנב'הט אינפערמישן.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

יישרכח קנאפער פאר אונז האלטן אינפארמירט און סעיף.

כיום, וועלכע פראגרעמס דארף מען האבן מ'זאל זיינט (נאנט) צו סעיף?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א נעכטיגן טאג האט געשריבן: א גרויסען שכוך, וויאזוי קען מען זיין באווערענט אז קיינער זיצט נישט אופן קאמפויטער אין גנב'הט אינפערמישן.

זיכער איז דער טויט... אויב ווייסט מען וואס מען קוקט אויף קען מען זיין כמעט זיכער.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

עס איז דא א וועבסייט ( , I don't remember the name. I will look up the name after Shabbos IY"H ) ווי מ'קען פוינטען עני פייל אדער אימעיל , עס זאגט אויב עס האט א וויירוס , עס געט א ליסט פון אלע אנטי וויירוס קאמפעני'ס וואס זיי זאגן אויף די פייל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הצדיק האט געשריבן: עס איז דא א וועבסייט ( , I don't remember the name. I will look up the name after Shabbos IY"H ) ווי מ'קען פוינטען עני פייל אדער אימעיל , עס זאגט אויב עס האט א וויירוס , עס געט א ליסט פון אלע אנטי וויירוס קאמפעני'ס וואס זיי זאגן אויף די פייל

וויירוס טאטעל איז דער סייט (באלאנגט פאר גוגל) https://virustotal.com

מען קען אפלאודן פיילס (איך ווייס נישט וואס דו מיינסט פוינטן אן אימעיל) אהין און זען וואס דער אנטי וויירוס זאגט, אבער נישט אייביג איז עס א סעלושען ווייל אויב עס איז נאך פרי אינעם וויירוס און דער ווארד פיילס איז אנדערש ווי די פאריגע וועט עס דויערן ביז די אנטי וויירוסן כאפן עס אויף, משא"כ אן אנטי וויירוס אויפן קאמפיוטער קען קוקן אויף נאך פאקטארן וויאזוי דער פייל פירט זיך אויף.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

שכח פאר די אינפא
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אוטש און ווידעראמאל!

א היימישע פאבלישינג קאמפאני האט ארומגעשיקט דער זעלבער סארט וויירוס אין אן אימעיל היינט.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

זיי האבן עס דען געשיקט? איינער האט זיי געהעקט און געשיקט אין זייער נאמען... עניוועי קנאפער, טענקס פאר דיין באריכט און דיין הילף אין אישי
...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עין טובה האט געשריבן: זיי האבן עס דען געשיקט? איינער האט זיי געהעקט און געשיקט אין זייער נאמען... עניוועי קנאפער, טענקס פאר דיין באריכט און דיין הילף אין אישי

נעוואדע דאס האב'ך געמיינט
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מאכט זיך אסאך מאל וואס איינער שיקט א לינק מיט אן אומשולדיגער שאלה, "איז דאס לעגיט?" (וועא"מ), "האט דאס א וויירוס?", "איז דאס טראסטעבעל?" וכדו' לרוב.

איך פרוביר אייביג צו ענפערן כפי יכולתי אבער איך בין צומאל מדגיש אז ביינונג האט מען געוואוסט "זיכער איז דער טויט...".

צו אביסל ווייזן וויאזוי עס איז אוממעגליך צו עכט "וויסן" אויב עפעס איז זיכער אקעי לאמיר שרייבן וואס איך האב יעצט געהאט.

געזוכט פאר איינעם א גוטע דזשימעיל נאוטיפייער פראגראם (נישט בראוזער עקסטענטשאן). געטראפן ביי סאפטפעדיע א פראגראם מיטן נאמען Gmail Notifier Plus דער לעצטער ווערסיע איז 3.8. פיין געדאונלאודעד...ארויפגעלייגט צו וויירוס טאטעל און עס האט נישט געהאט קיין איין דעטעקשאן https://www.virustotal.com/#/file/a7726 ... /detection . האב'ך עס אריינגעלייגט אין א אפגעזונדערטע ווירטואלע מאשינדעל און אינסטאלירט, אלעס אריבער פיין. ביז....

ווי נאר איך צינד עס אן זע איך עס קומט פשוט נישט ארויף דער ווינדאו, און א מינוט דערנאך טאנצט דער פאנדא אנטי וויירוס ארויף אז ער האט נוטרעלייזד א טרעט...זע אטאשירט וואס ער זאגט (נישט אז דאס מיינט אז עס איז זיכער א וויירוס, מעגליך א פאלש-פאזיטיוו, נאר דער פונקט אז למעשה דער זעלבער מיינט דא אז עס איז א וויירוס):

הפנים טשעק איך עס ווידער אויס און איך האב געטראפן דער מקור פון דער פראגראם hxxps://github.com/shellscape/Gmail-Not ... s/releases . און וואס שרייבט זיי דארט?! " (We're investigating a potential virus infection. Please hold off until this is out of prerelease.)"

עכ"פ דער פונקט איז אז דער זעלבער פאנדא וואס מיט זיין סטעטיק ענדזשען (דאס איז זיין ליסטע פון וויירוס סימנים וואס ווערט גענוצט פארן בעיסיס פונעם אנטי וויירוס און דאס איז דא אויף וויירוס טאטעל) שרייט "קלין" וועט למעשה יא דעטעקטן צומאל א וויירוס וועט עס לויפט עכט.

עפילאג:קודם כל - ווי איך האב מקדים געווען - נישטא אזא זאך אדער א וועג צו וויסן "פאר זיכער" אז א פייל איז קלין, וואס מען קען טון איז צאמשטעלן ביטס און בייטס און געבן אן educated guess. צווייטענס, דער וויכטיגקייט פון האבן "אינסטאלירט" א גוטע אנטי וויירוס, אפילו מען אינסטאלירט נאר וואס עס קוקט אויס נישט שלעכט.\

גענוג געפירקעלט...שיק...
אטעטשמענטס
2017-08-16_22-21-22.png
2017-08-16_22-21-22.png (34.41 KiB) געזען 8168 מאל
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

טענקס קנאפער! וואס טוסטו אבער אז ער כאפט עס אבער נישט אויף...?

(בד"וו, ביסט געפערליך דו, פארוואס האסטו מאדיפייד די יוארעל...?)
...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עין טובה האט געשריבן: טענקס קנאפער! וואס טוסטו אבער אז ער כאפט עס אבער נישט אויף...?

(בד"וו, ביסט געפערליך דו, פארוואס האסטו מאדיפייד די יוארעל...?)

טאקע א פראבלעם, דערפאר בעט איך זיך דאך ביי יעדעם צו האבן מער ווי איין לעיער פון סעקיורעטי אזוי ארום זאל מען זיי דיר מערסטע זיכער, א ביליאן פערצענט איז טאקע נישט גארנישט זיכער. ווען מען 1) מאכט זיכער נישט צו דאונלאודן און ראנען אבי וואס 2) מען האט א גוטע אנטי וויירוס פראטעקשען 3) מען האט נאך אפאר סעקיורעטי זאכן אין פלאץ ווי למשל [סתם דוגמאות] אנטשעקי און קריפטאו פריווענט. 4) דער UAC איז גוט אנגעצינדן און בעסער אויב מען נוצט נישט סתם אזוי אן אדמין אקאונט 5) אלעס איז אפטודעיט 6) נאך און נאך און נאך.... איז מען היבש באהיטן.

דאס איז אינדאסטרי סטענדערט פרעקטיס צו לייגן xx ביי א URL וואס מען וויל לייגן אבער נישט אז מענטשן זאלן טאקע גיין אהין.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

שטעלט זיך ארויס אז מ'קען ניטאמאל געטרויען די אייגענע אנטיוויירוס אז זיי זאלן דיר נישט אפעקטירן!
העקערס האבן באוויזן צו היידזשעקן סיקלינער , א פאפולערע קלינינג טול.

פאר מער זעה אויף ביזנעס אינסיידער

(קרעדיט: ז"נ)
...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

די עיקר חוצפה איז אז ס'איז געווען אין א לעגיטימע געסיינטע סאפטווער
...
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטערס”