שיעור צ"ז
חלק ההלכה
ד) דער פערטער תנאי איז, אז ווען ער דערציילט די מעשה, טאר ער נישט אויפבלאזן די מעשה מער ווי ס'איז טאקע געווען, און נישט צולייגן קיין שום פרטים, נאר דערציילן ממש כמות שהיא.
ה) ער מוז אינזין האבן לתועלת, לשם שמים, און נישט פאר זיין אייגענע הנאה, צו זען יענעמס דורכפאל ח"ו אדער עפעס אנדערש.
א ראי' צו דעם איז דאס וואס מ'זעט אז דער אייבערשטער גייט באשטראפן אלע פעלקער פארן פייניגן די אידן, כאטש זיי טוען דאס בגזירת המקום, אבער די הנאה וואס זיי האבן בשעת זיי פייניגן, דאס איז שוין זייער אייגענע הוספה, און דאס מאכט אז זיי באקומען א שטראף אויף די גאנצע.
חלק ההתעוררות
אלע עצות ביז אהער, איז גוט פאר איינעם וואס איז נישט איינגעגעסן אין די שלעכטע מדה, ער רעדט נישט לשון הרע ממש אלעמאל, אבער איינער וואס איז שוין איינגעגעסן אין דעם, ער רעדט כסדר לשון הרע אן קיין אפהאלט, דער דארף שוין שטערקערע עצות.
דאס איז שוין א קרענק, וואס מ'דארף זיך אומגיין מיט דעם אזוי ווי מיט א גשמיותדיגע קרענק, מ'מוז דערגיין דעם שורש פון וואנעט דער מחלה שטאמט.
אזוי אויך מוז מען דא זוכן פארוואס און צוליב וועלכע סבה איז ער אזוי איינגעגעסן אין דעם שלעכטע מדה.
די סיבות אויף דעם קענען זיין פארשידענארטיג, בעיקר צוליב 7 סיבות: כ'עס, ל'יצנות, ג'אוה, י'אוש, ה'פקר, נ'רגנות, אומר מ'ותר. די סימן דערויף איז כ"ל גיהנ"ם.