אבער, אפילו ער דער וואס הערט עס מיינט לתועלת, טאר ער דאך נישט מכשיל זיין א צווייטן מיט רעדן לשון הרע שלא בכוונה לתועלת, דערפאר מוז ער יענעם מודיע זיין אז ער פרעגט עס לתועלת, כדי יענער זאל רעדן מיט א ריינע כוונה און וויסן וועלכע פרט ער זאל יא זאגן ווייל ס'איז נוגע פאר דעם ענין, און וועלכע פרט איז נישט נוגע פאר דעם ענין און ס'פעלט נישט אויס צו דערציילן.
דערפאר טאר מען נישט פרעגן ביי יענעמ'ס א שונא, ווייל דער שונא גייט דאך עס נישט מיינען לתועלת, קומט אויס אז ער איז מכשיל דער מספר מיט רעדן לשון הרע.
אויך דארף ער נזהר זיין אז ווען ער הערט עפעס שלעכט זאל ער דאס נישט צו גלייבן מיט א זיכערקייט, נאר חושש זיין אז אפשר איז עס אמת.
אויך דארף ער אנזאגן דעם מספר ער זאל נישט אויפבלאזן די שלעכטס מער ווי ס'איז באמת.
חלק ההתעוררות
גרויס איז די זכות פון די וואס האלטן זיך איין פון הערן און מקבל זיין לשון הרע אויף א צווייטן.
כל שכן טאמער דערציילט מען לשון הרע אויף אן אדם חשוב און ער איז עס נישט מקבל, איז זיין שכר זייער גרויס. אזוי שטייט אין תנא דבי אליהו (ח"ב פ"ז): יעדער וואס טוט גוטס באקומט שכר ביז פיר דורות וכו'. ירבעם בן יואש איז געווען א עובד עבודה זרה, פון דעסטוועגן האט דער אויבערשטער איבערגעגעבן אין זיינע הענט פעלקער וואס אפילו פאר יהושע האט עס דער אויבערשטער נישט איבערגעגעבן. פארוואס? ווייל ער האט מחשיב געווען נביאים, און האט נישט מקבל געווען לשון הרע אויף עמוס.
קודם כל איז דאס נישט ריכטיג, אויב וועט ער ריכטיג רעדן צו יענעם און מסביר זיין אז ער דארף וויסן לתועלת ווייל ער וויל זיך משדך זיין מיט יענעם, און ער זאגט אים צו אז פון אים וועט קיינער נישט געוואויר ווערן, וועט יענער זיך צושטעלן און ענטפערן דאס וואס ער וויל וויסן.
און אפילו אויב נישט, יענער וועט וועגן דעם נישט ענטפערן ווי ס'דארף צו זיין, איז דען וועגן דעם מותר יענעם מכשיל צו זיין מיט רעדן לשון הרע בכוונה נישט לתועלת?? רעדן לשון הרע אן א כוונה לתועלת איז אן איסור גמור!!
בעוה"ר זענען מענטשן שטארק נכשל אין דעם, מ'וויל נישט יענער זאל כאפן אז מ'פרעגט וועגן א שידוך, און מ'הייבט אן א שמועס ארום און ארום, מ'רעדט קודם וועגן אנדערע מענטשן, מ'רעדט אביסל לשון הרע אויף זיי אויך, דערנאך דערקייקעלט זיך די שמועס ביז יענעם, און אזוי ווישט ער ארויס שיינע שטיקלעך לשון הרע. דאס איז אן עוון פלילי.
אויך איז מצוי א שטארקע מכשול, ווען איינער ציעט זיך אוועק פון א דירה, אדער ער גייט ארויס פון א ישיבה, וכדומה, און ער טרעפט אן איינעם פון דעם פאריגן פלאץ, הייבט ער אן א שמועס וואס מאכט דער און וואס מאכט יענער. אויב זענען די שאלות אן קיין שום ציל אויפצוטון, איז דאס לשון הרע גמורה און מ'טאר דאס נישט רעדן.
חלק ההתעוררות
נאך א גרויסע מכשול קען ארויסקומען פון איינער וואס איז געוואוינט צו הערן דברי לשון הרע.
די רגילות פון די לצים מספרי לשון הרע איז, אז זיי האלטן זיך נישט צוריק פון דערציילן זייערע מעשיות אפילו אין ביהמ"ד, אפילו אינמיטן דאווענען, און אפילו אינמיטן קדיש וחזרת הש"ץ. קומט אויס אז דער שומע וועט פארפאסן אסאך אמן'ס און יהא שמי' רבא'ס.
טייטשט דער חפץ חיים, דאס איז פשט אין די גמרא ברכות דף ז', "הני מאני דרבנן דבלו, מחופיא דידהו" – די קליידער פון די רבנן וואס ווערן אויסגעריבן איז פון די מזיקים וואס רייבן זיך אין זיי, מאני דרבנן גייט ארויף אויף די מצוות וואס נעמען ארום דעם מענטש, און טאמער די מזיקים – דאס זענען די מספרי לשון הרע דרייען זיך נעבן זיי, נעמט דאס אוועק זייערע מצוות, און זייערע רוחניות'דיגע קליידער ווערן אויסגעריבן ח"ו.
אויב וועט דער איד אלעמאל אנטלויפן פון לשון הרע, וועלן די מענטשן קיינמאל נישט צוקומען צו אים דערציילן זייערע מעשיות, און אוודאי נישט אינמיטן דאווענען.
נאך מער ווען זיי וועלן אים זען אין די געגנט וועלן זיי אויפהערן מיט זייערע מעשה'לעך כדי ער זאל זיי נישט גרינגשעצן.
אויב איז די גנות וואס ער האט געזאגט נישט נתקבל געווארן ביי די צוהערער, און זיי האבן דאס נישט איבערגעזאגט, דארף ער פשוט תשובה טון אויף דעם אזוי ווי אויף יעדע עבירה שבין אדם למקום.
אויב אבער יענער איז נתגנה געווארן דורך דעם, ווערט דאס שוין אן עבירה שבין אדם לחבירו, און דאס איז אפילו יום כיפור נישט מכפר ביז ער בעט איבער זיין חבר. (אלע הלכות פון פיוס קען מען טרעפן אין שו"ע הל' יום כיפור).
אפילו אויב יענער ווייסט נישט אז דו האסט אים שאדן געטון מיט די לשון הרע, דארף מען אים מודיע זיין אז מ'האט אים בארעדט און אים איבערבעטן. [למעשה, אויף דעם פרט איז דא חולקים אויפן חפץ חיים'ס פסק, ווייל יענער ווערט דאך נישט וויי געטון ביז ער ווערט געוואויר, דאן פארוואס זאל ער אים גיין דערציילן און וויי טון? (הערת המגיה: ר' ישראל סאלאנטער האט געהאלטן אז מ'זאל נישט וויי טון, ס'דא וואס זאגן א חילוק, אויב יענער ווייסט בכלל נישט דערפון, דאן פארוואס זאל ער אים טאקע זאגן, אבער אויב ווייסט ער יא דערפון און ס'איז אים שוין נגרם געווארן צער אדער א רעה, זאל מען אים יא איבערבעטן, אבער מיט דעם אלעם, גיבן זיי אן עצה [לשיטת ר' ישראל סאלאטנער] אז מ'קען אים איבערבעטן בלשון סתם, "אויב האב איך פוגם געווען אין דיר בעט איך דיר איבער", און מ'דארף נישט מפרט זיין קיין פרטים, ווי אויך קען עס זיין אין ערב יוה"כ ווען אלע אידן בעטן זיך במילא איבער)].
פון דעם קען מען זען ווי שטארק מ'דארף זיין געווארנט קיינמאל נישט צו רעדן לשון הרע אויף קיינעם, שטעל דיך פאר אז מ'דארף גיין איבערבעטן יעדן וואס מ'האט בארעדט אמאל מיט א לשון הרע'לע, הלא אין לדבר סוף? בפרט א היזק וואס איז גורם צער פאר אלע משפחה מיטגלידער ארום און ארום. על כן זאל יעדער איד זיך זען צו היטן און אנטלויפן פון דעם חטא ווי פון פייער!
חלק ההתעוררות
שמעון גייט אין גאס, און שטויסט זיך אן אין א זייגערל, ער בייגט זיך אראפ, ס'שטייט דערויף א נאמען פון איינעם פון אן אנדערע שטאט. מאכט ער זיך א חשבון, נע, ס'דאך נאר ווערט פינף דאלער, דער זייגער זאל אנקומען צו יענעם קען דאך אפקאסטן מער, עה, ער דארף עס זיכער נישט, לאמיך עס איבערלאזן דא און פארטיג.
די תורה זאגט אבער ניין! "השב תשיבם לאחיך", נעם עס און קער עס צוריק צו זיין בעה"ב, ווייל די תורה וויל דו זאלסט אפשוינען יעדע זאך פון א איד, אפילו ס'איז נאר א שוה פרוטה.
כל שכן וכל שכן ווען מ'רעדט פון דברים הנוגעים אל הנשמה, יענעמס נשמה, יענעמס מצוות און עבירות, ווען מ'זעט ווי איינער וויל חס ושלום זינדיגן מוז מען אוודאי זען אז דאס זאל ח"ו נישט פאסירן, דאס איז די רצון פון די תורה.
די עבירה פון רעדן לשון הרע קען נאר געטון ווערן מיט צום ווייניגסטנס צוויי מענטשן, קומט אויס אז יעדעס מאל ער רעדט לשון הרע, נישט גענוג אז ער אליין ווערט נכשל אין דעם שרעקליכן איסור, איז ער אויך מכשיל א צווייטן איד מיט דעם שרעקליכן איסור.
חז"ל זאגן דאך, "קשה המחטיאו יותר מן ההורגו", ס'ערגער ווי רציחה, על כן דארף מען זיין זייער געווארנט נישט צו רעדן קיין לשון הרע, כדי נישט מכשיל צו זיין זיך און יענעם.
אויב מ'זעט אז ראובן וויל נישט בארגן געלט פאר שמעון בשום אופן, און דורך דעם איז ראובן עובר אויף די עשה פון אם כסף תלוה את עמי, טאר ער דאס נישט איבערזאגן פאר אנדערע. דאס זעלבע איז טאמער זעט ער אז ראובן איז עובר אויף אנדערע לאוין שבין אדם לחבירו באופן שאין בו מעשה, טאר ער דאס נישט איבערזאגן פאר אנדערע. כאטש ער האט געזען אז ראובן איז עובר אויף די מצוה מער פון איין מאל, פון דעסטוועגן גייט ער נאך דערפאר נישט ארויס מכלל עמיתך.
אפילו טאמער ער ווייסט אז קיינער האט נאך פון יענעם קיין טובה נישט געזען, און יענער איז קארג ווי די נאכט, מיט דעם אלעם איז דאס אסור צו דערציילן, ווייל דאס איז א לאו שאין בו מעשה.
בעסער איז, אז מ'איז יענעם דן לכף זכות, אז מסתמא טוט ער דאס ווייל ער האט זיך אמאל אפגעבריט פון איינעם וואס האט נישט צוריקגעצאלט, אפילו אז דאס איז נישט קיין תירוץ איז עס אבער דאך א לימוד זכות. (הערת המגיה: און אמאל איז דער לימוד זכות אז ראובן ווייסט שוין אז יענער באצאלט נישט, אדער נוצט סתם אויס די געלט וכדומה).
[הערת המגי"ש: דער חפץ חיים האט געמאכט א ספר "אהבת חסד" אויסגעשטעלט אויפן זעלבן אופן ווי זיין ספר "חפץ חיים",אויף די מצוה פון בארגן געלט און אלע הלכות ארום דעם, ווען מ'מוז און ווען מ'דארף נישט בארגן, לכל פרטיה, און דערנאך ליקוטים פון התעוררות אויף דעם ענין].
חלק ההתעוררות
ירוחם שפאצירט זיך אין גאס, טרעפט ער פלוצלינג אן זיינס אן אלטער ידיד נאך פון חדר, דער חבר רופט אויס מיט פרייד "אה שלום עליכם ירוחם שוין אזוי לאנג נישט באגעגנט!" "לאמיר ארויסגיין אויף מיטאג און פארברענגען אביסל מיט אלטע זכרונות, זארג זיך נישט אויף געלט איך באצאל אלעס".
אומר ועושה, ירוחם מיטן חבר גייען אריין אין רעסטוראן, ירוחם באשטעלט א סעודה כיד המלך, אז דער חבר זאגט אים ער גייט באצאלן, בחנם קען מען דאך נעמען דאפלט...
מ'טאר נישט בארעדן א איד אויב פעלט אים געוויסע מעלות אדער אן אנדערע חסרון אין כשרונות.
לדוגמא, מ'טאר נישט בארעדן א מענטש אז ער איז נישט קלוג, טאמער איז עס נישט ממש אמת און ער בלאזט עס אויף איז עס אוודאי אסור, און אפילו טאמער ס'איז הונדערט פראצענט אמת וואס ער זאגט, דאך איז לשון הרע אסור אפילו אויף א אמת.
דאס גייט געהעריג אריין אין גדר פון לשון הרע, ווי דער רמב"ם שרייבט אז יעדע זאך וואס קען גורם זיין א היזק פאר א מענטש איז אין גדר פון לשון הרע, און די דיבורים קען גורם זיין א היזק פאר א מענטש אין זיין פרנסה, אויב וועלן מענטשן דאס אנערקענען אז ער איז נישט קיין חכם וועט מען נישט וועלן האנדלן מיט אים, און טאמער איז ער א תלמיד חכם וועט ער נישט באקומען קיין פאסטן, אדער גאר פארלירן דאס וואס ער האט שוין יא.
נאכמער, טראכט אריין וויאזוי דו וואלסט ווען געפילט ווען איינער זאגט עס אויף דיר אליין, וויפיל וואלט עס דיר וויי געטון ווען איינער זאגט אז דו ביסט נישט קיין חכם, ס'וואלט דיר דאך געשטאכן ביז די טיפעניש פון דיין הארץ! טא פארוואס ביי יענעם זאגסטו אז ס'נישט קיין לשון הרע?!
און דא זעט מען שטארק תחבולות היצר, ווען איינער פארציילט אז יענער האט "געטון" עפעס שלעכטס, טראכט ער אביסל ביי זיך אז ער מיינט עס לשם שמים, כאטש עס איז נישט ריכטיג, און מ'טאר עס נישט פארציילן נאר אויף געוויסע אופנים, אבער מ'קען נישט זאגן אז די מחשבה פון דעם פארציילער איז געווען נאר וועגן שלעכטס, אבער ווען איינער זאגט אז יענער איז נישט קלוג, וואספארא כוונה האט ער דען דערביי?? דאס איז דאך כולו שלעכטיגקייט אן קיין גערעכטיגקייט.
אזוי אויך מצד די אויסהערער זעט מען אן די חילוק, ווייל ווען איינער דערציילט אז א צווייטער האט געטון עפעס שלעכטס וועט אלץ זיין איינער וואס זאל יענעם דן זיין לכף זכות, אבער ווען מ'רעדט פון אזעלכע זאכן וועט דאס גלייך יעדער אננעמען.
אויב ער דערציילט דאס כדי אפצושטילן א מחלוקת, דאס הייסט ער זעט ווי ראובן איז אנגעווייטאגט אז שמעון האט עפעס געזאגט אויף אים, און לוי זאגט יעצט פאר ראובן ער זאל זיך נישט צו טון מאכן ווייל שמעון איז נישט וועלטס חכם, איז עס נישט קיין איסור אויב טוט ער עס מיט די ריכטיגע תנאים.
חלק ההתעוררות
דער דרך פון מספרי לשון הרע איז, אז זיי מאכן ארום זיך קופקעס, און דערציילן זייערע לשון הרע'לעך מיט א געשמאק. דאס ווערט אנגערופן א "בעל לשון הרע", דאס איז ל"ע איינע פון די פיר כתות וואס זענען נישט מקבל פני השכינה לעתיד רח"ל [סוטה פרק ח']. בפרט טאמער מישט ער נאך אריין ליצנות און שקר אויך גייט ער אויך אריין אין די כלל פון "כת ליצנים" און "כת שקרנים". [הערה: און אויב זאגט ער עס לחנופה גייט ער אפשר אריין אין די כלל פון "כת חניפים"]
א איד מיט שכל זאל אנטלויפן פון אזעלכע חבורות ווי פון פייער!! רבי אליעזר הגדול שרייבט אז יעדער וואס שטייט ביי אזא חבורה ווערט פארשריבן אויף יענע וועלט ווי א חלק פון די חבורה! (א משל צו א בילד וואס מ'כאפט פון אזא קופקע, ווער ס'שטייט נאר דארט אפילו ער האט גארנישט געזאגט אדער געטון איז ער א חלק פון דעם בילד...)
בפרט דער אנפירער פון די קופקע, אויף אים שטייט דאך המחטיא את הרבים אין מספיקין בידו לעשות תשובה. על כן השומר נפשו זאל שטיין ווייט פון אזעלכע זאכן.
די זעלבע איז טאמער איינער איז באקאנט אין שטאט אלס א בעל מדות טובות, און א צווייטער זאגט אז אין די פריערדיגע פלאץ ווי ער האט געוואוינט האבן אסאך אים באשמוצט אלס א בעל גאוה וכדומה, דאס איז געהעריג לשון הרע, און ס'איז אסור דאס צו זאגן.
בכלל קען מען זען אז רוב מאל ווען מענטשן רעדן זאכן בשם א רבים, האט ער עס בכלל נישט געהערט פון קיין רבים נאר פון א יחיד אדער צוויי. אפילו טאמער האט ער עס געהערט פון עטליכע זענען זיי געווענליך פון איין סארט מענטש, און דאס מאכט נאך נישט אז וואס זיי זאגן איז טאקע אמת, און דעמאלט קומט אויס אז ס'איז גאר מוציא שם רע אויך.
אויך דארף מען נזהר זיין ווען א פרישער יונגערמאן האט חתונה, און באקומט תמיכה פון זיין שווער אדער אנדערע מענטשן, און דער מספר טראכט עפעס אז ער נוצט נישט ריכטיג אויס די צייט, טאר ער נישט דערציילן דאס פאר קיינעם, ווייל דאס קען גורם זיין אז די שטיצער פון דעם יונגערמאן זאלן זיך דערוויסן, און דאס וועט גורם זיין א געלט שאדן. (הערת הכותב: פארשטייט זיך אליין אז מ'רעדט נישט פון קיין עקסטרעם פעלער ווי יענער לערנט טאקע גארנישט, אין אזא פאל דארף מען מאכן א שאלת חכם).
חלק ההתעוררות
דער חפץ חיים שרייבט ווי ווייט מ'דארף זיין נזהר פון קופקעס.
אין די זמנים וואס מענטשן דרייען זיך אין שול און מ'יאגט זיך נישט, און איינער הייבט אן א שמועס מיט בלויז איין חבר, אבער ער שטייט אין א פלאץ ווי מענטשן גייען דורך, איז די רגילות אז נאך איינער שטעלט זיך אפ, פון צוויי ווערט דריי, פון דריי ווערט פיר, און אזוי ווייטער. מ'שמועסט על דא ועל הא, און ס'כמעט נישט מעגליך אז מ'זאל נישט צוקומען צו לשון הרע.
על כן זאל מען זייער געווארנט זיין, אין אזעלכע זמנים און מקומות נישט אנהייבן קיין שמועס אפילו נישט מיט איינעם, ווייל אפילו ער וועט צום סוף אוועקגיין פון די קופקע, איז ער אבער דער גורם פון די גאנצע שמועס.
אויב איז איינער יא נכשל געווארן אין דעם, זאל ער די ערשטע זאך זיך מקבל זיין מער נישט שטיין אין קיין קופקעס. נאכדעם זאל ער זען מוסיף זיין חבורות פון עושי מצוה, און מעורר זיין רבים לקיום התורה והמצוות, און מיט דעם וועט זיין זינד ווערן פארצייט בעזרת ה'.
יעדע זאך וואס מ'רעדט וועגן א צווייטע מענטש, מוז מען קודם אריינטראכטן צו דאס איז לשון הרע צו נישט. ס'קען זיין אז איינער זאל זאגן די זעלבע זאך אויף צוויי באזונדערע מענטשן, אויף איינעם האט ער גערעדט גוטס און אויפן צווייטן האט ער גערעדט לשון הרע.
למשל, אז איינער זאגט אויף א כולל יונגערמאן אז ווען מ'רעכנט צוזאם אלע זיינע שעות וואס ער לערנט, קומט עס אויס בערך 4 שעה א טאג, דאס איז עכט לשון הרע! אבער ווען ער זאגט דאס אויף א בעל-בית וואס ארבעט אגאנצן טאג על המחי', איז דאס א געוואלדיגע מעלה!
די זעלבע מיט צדקה, אויב זאגט ער אויף איינעם אן ארימאן אז ער האט געגעבן הונדערט דאלער פאר עפעס א צוועק, האט ער געזאגט אויף אים א שיינע זאך, טאמער וועט ער זאגן די זעלבע זאך אויף א גרויסע עושר קען דאס זיין לשון הרע.
דערפאר דארף מען אכטונג געבן אויף וועמען מ'זאגט וואס, און אכטונג געבן ס'זאל נישט ארויסקומען פון דעם קיין שום מכשול.
אויב מ'וועט זאגן אויף איינעם אז ער איז א בלוטיגער ארימאן, אויב דאס קען אים שאטן, למשל פאר שידוכים וכדומה, איז דאס לשון הרע.
חלק ההתעוררות
דער חפץ חיים פארפירט ווייטער וועגן קופקעס.
שטייט אין רבינו יונה, אז ווען איינער זיצט ביי א קופקע, און הערט דברי ליצנות און בזיון תלמידי חכמים, און ער ווייסט אז זיינע מוסר רייד וועלן נישט העלפן, און דערפאר איז ער שטיל און ער איז נישט מוחה, גם זה ענוש יענש כמותם!
מ'ווייסט דאך אז דער נסיון איז ביטער שווער! זיצן מענטשן ביי א קופקע, דער עולם רעדט געשמאק, מ'לאכט, מ'טרייבט ליצנות, און איך דארף ווערן דער פרומער און מוחה זיין... דאס איז זייער א שווערע מצוה, איז פארוואס זיך אריינלאזן אין אזא נסיון בכלל?!?! איז נישט בעסער בכלל נישט צוגיין צו קיין קופקעס?!
הכלל זאגט די גמרא, "לעולם אל ישמיע אדם אזניו דברים בטלים מפני שהן נכוין תחילה לאיברים", אזוי ווי בגשמיות ווען א מענטש גייט אריין רח"ל אין א פייער, די איברים וואס גייען אריין ערשט ווערן פארברענט ערשט, אזוי אויך אין די אש הגיהנם, דאס אויער איז דאך ערשט צו הערן לשון הרע וליצנות, וועט דאס אויך ליידן ערשט.
א חבורה מענטשן האבן זיך צוזאמגענומען צו עפענען א ביזנעס, יעדער האט אינוועסטירט א חלק פון די געלט, און מ'האט געעפנט די ביזנעס ב"ה מיט גרויס הצלחה.
דאס געשעפט איז געגאנגען זייער גוט, אפילו בעסער ווי געראכטן, יעדער פון די שותפים האט צוגעגעבן זיינע עצות כשרונות און כוחות, און די רעזולטאטן האבן טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען, דאס געשעפט איז געגאנגען גאר גוט. פארשטייט זיך דאס האט געברענגט א געוואלדיגע ליבשאפט און קירבה צווישן די שותפים, ווי יעדער האט אנערקענט דעם צווייטנס געטריישאפט און חכמה.
איין פרימארגן, וועקן זיך די שותפים אויף פון זייערע געלעגערס מיט א שרעק צו הויכע זעצערייען. זייער הארץ האט פארפעלט א קלאפ, זיי לויפן צום טיר פרי פארטאגס זען וואס טוט זיך, ווער קלאפט דאס אזוי אינמיטן די נאכט?!
"עפנט אויף!! מיר זענען די פאליציי!!" מיט א ציטער עפנט ער די טיר, "איר זענט אונטער ארעסט!!!! די הענט פון אונטן!!" דער מענטש שטייט פארגליווערט, וואס איז דא געשען??? ער מאכט א שנעלע חשבון, און קען בשום אופן נישט כאפן וואס זיי ווילן פון אים האבן.
אנקומענדיג אין געריכט, איז ער געוואויר געווארן, אז איינע פון די שותפים האט גענוצט די ביזנעס אויף א שווינדל, און דאס האט אנגעברענגט די צרה אויף אלע שותפים. וויי געוואלד!
למעשה האבן זיי גענומען גוטע אדוואקאטן, און אלע זענען ריינגעוואשן געווארן ברוך השם.
היצטער וואספארא געפיל האבן זיי כלפי דעם שותף וואס האט זיי גורם געווען דעם עגמת נפש?? איבעריג צו זאגן אז זיי האבן חרטה אויף יעדע סעקונדע וואס זיי זענען געשטאנען מיט אים אין ווארט.
אט אזוי איז דער געפיל פון די מענטשן וואס שטייען ביי קופקעס און הערן אויס פלוידערייען פון דברים בטלים און לשון הרע'ס, אלע וואס שטייען דארט ווערן פארשריבן אין הימל אלס א "חבורת רשע", וויפיל צער און עגמת נפש און בושה וועט דאס אים קאסטן ח"ו לעתיד? אפילו ער וועט זיך צום סוף ריינוואשן איז עס דען כדאי?!...
לעצט פארראכטן דורךהלכות לשון הרעאום מאנטאג יוני 02, 2014 11:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לכאורה ווערט נתעורר א קשיא, אויב מעג מען הערן לשון הרע אויף חושש צו זיין, אבער מ'טאר נישט הערן לשון הרע סתם וואס איז נישט נוגע, ווי קען א מענטש וויסן ווען איינער הייבט אן דערציילן א לשון הרע אויב ס'וועט אים זיין נוגע אדער נישט?
דער תירוץ איז, ווען איינער הייבט אים אן דערציילן א מעשה, און ער זעט פון יענעמס ווערטער אז דאס גייט זיין א לשון הרע, זאל ער יענעם גלייך פרעגן, "וועט מיר די לשון הרע זיין נוגע?" אדער "וועל איך קענען יענעם פאררעכטן פון צו טון די עולה נאכאמאל?", אויב דער ענטפער איז "יא", מעג ער ווייטער הערן, אבער פארשטייט זיך נישט גלייבן נאר חושש זיין. אויב אבער יענער ענטפערט נישט "יא", דארף ער וויסן אז ער דארף דא אפשטעלן דעם שמועס.
די מציאות ווייזט, אז ווען איינער ווייזט ארויס אן אינטערעסע צו הערן לשון הרע, קומען אים אונטער פארציילער און דערציילן אים נאך און נאך, אויב אבער ווייזט ער ארויס א פנים אז ס'אינטרעסירט אים נישט, און אוודאי אויב ער שטעלט אפ דעם פארציילער גלייך אין אנהייב, האט ער זיך דורך דעם געהיטן פון גאר אסאך שפעטערע נסיונות, ווייל יענער און אזוי אויך אנדערע גייען שוין נישט צוקומען צו אים אזוי שנעל פארציילן זייערע מעשיות.
חלק התעוררות
דער שטן רייצט זיך מיט מענטשן צו מאכן מחלוקת, ווי די גמרא אין מס' גיטין פארציילט אויף צוויי מענטשן וואס דער שטן האט זיך מיט זיי גערייצט יעדן ערב שבת זיך צו קריגן, ביז רבי מאיר האט אים פארטריבן.
אין ילקוט פרשת קרח שטייט, מחלק"ת איז נוטריקון מ'כה ח'רון ל'יקוי ק'ללה ת'כלית.
ווי חשוב'ער דער בעל מחלוקת איז, אלס א גרעסערע שטראף באקומט ער, דערפאר שטייט ביי עדת קרח "קרואי מועד אנשי שם", צו זאגן אז זייער עבירה איז געווען גאר גרויס.
מחלוקת ברענגט סכנת נפשות, ווי מ'טרעפט ביי לוט אז זיינע פאסטוכער האבן זיך געקריגט מיט אברהם אבינו'ס פאסטוכער, דאס האט גורם געווען אז לוט זאל זיך אוועקציען קיין סדום, און דורך דעם איז ער כמעט אומגעקומען.
מחלוקת ברענגט קלעפ, שטייט אין פסוק "כי יהי' ריב בין אנשים וגו' והי' אם בין הכות הרשע", וואס האט אים צוגעברענגט צו באקומען מלקות? מחלוקת!
פון דעם און פון נאך אנדערע זאכן זעט מען ווי ווייט מ'דארף שטיין פון מחלוקת.
נאך אן אופן איז דא וואס מ'מעג אויסהערן לשון הרע. דאס איז אויב ער שפירט אז דורך דעם וואס ער וועט יענעם אויסהערן די גאנצע מעשה, וועט ער אים קענען קלאר אויפווייזן אז די גאנצע מעשה איז נישט אמת, אדער אז יענער האט בכלל נישט געמיינט שלעכט.
דאס זעלבע זאל ער טון טאמער ער איז שוין ח"ו נכשל געווארן אין אויסהערן לשון הרע, זאל ער נעמען די מעשה און פראבירן אויפווייזן פאר דעם פארציילער די צדדי הזכות, און אזוי וועט ער האבן מתקן געווען די עבירה למפרע.
דאס איז אבער נאר ביי נארמאלע מענטשן, טאמער האט דער מספר א גרויס מויל, און וויפיל איך וועל פרובירן אים ווייזן צדדי זכות וועט ער נאר שיסן נאך און נאך לשון הרע'לעך, זאל ער ענדערש שווייגן, און ווען יענער גייט אוועק זאל ער דאס מסביר זיין פאר די איבעריגע שומעים, אז די מעשה קען נישט זיין אמת, אדער איז דא צדדי זכות, און זיי זאלן עס ח"ו נישט גלייבן.
נאך א היתר איז דא אויסצוהערן יענעמס לשון הרע, טאמער זעט ער אז עפעס דרוקט דעם פארציילער, און ער מוז עס פאר איינעם דערציילן, און ער האט די כח צו הערן און נישט גלייבן, (און ער ווייסט דאך נישט וועמען יענער גייט אנטרעפן און ס'קען זיין אז דער אנדערער וועט אים יא גלייבן), און דורך דעם וואס ער וועט אים אויסהערן וועט יענער זיך בארואיגן און די גאנצע מחלוקה וועט אפגעשטילט ווערן, אויף אזא אופן מעג מען.
חלק ההתעוררות
חז"ל זאגן אונז, אין דריי פלעצער טרעפט מען אז דער אייבעשטער האט מוותר געווען אויפן חטא פון עבודה זרה אבער נישט מחלוקת.
1) ביי דור הפלגה זעט מען אז זיי האבן געדינט עבודה זרה, אבער דער אייבערשטער האט זיי נישט אינגאנצן פארלענדעט. אבער דעם דור המבול וואס ביי זיי איז געווען מחלוקת, זענען זיי יא אינגאנצן פארלענדעט געווארן.
2) ביים דור המדבר, ביים חטא העגל האט דער אייבערשטער זיי מוחל געווען, אבער ביי וילונו'ס וואו מ'האט זיך געקריגט טרעפט מען אלעמאל א מכה גדולה.
3) ביי פסל מיכה האט דער אייבעשטער מאריך אף געווען, אבער ווען די שבטים האבן זיך געקריגט אויף יהודה און בנימין (דברי הימים ב' י"ג) זענען געשטארבן אסאך פון כלל ישראל.
זעט מען אז מחלוקת מאכט אז איינער זאל חרוב מאכן דעם אנדערן. ומדה טובה מרובה.
אין די קומענדיגע שיעורים וועט מען לערנען די הלכות ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן ווען מ'זיצט צווישן מענטשן וואס רעדן לשון הרע.
ווען א מענטש האט זיך צוזאמגעזעצט מיט אנדערע מענטשן דורכצושמועסן אן ענין, און בתוך הדברים איז דער שמועס נתגלגל געווארן צו לשון הרע, טאמער איז דא א צד אז זיינע מוסר רייד וועט העלפן, דאן איז ער מחוייב מוחה צו זיין און דורך דעם אפשטעלן דעם שמועס.
אפילו אויב ער ווייסט אז זיין תוכחה וועט נישט אויפטון, דער שמועס וועט ווייטער פארן אזוי ווי ביז יעצט, דארף ער לכתחלה אויך מוחה זיין, אפילו ער ווייסט ס'גייט גארנישט אויפטון. די סיבה איז, כדי ס'זאל נישט אויסקוקן ווי ער איז מסכים מיט די עושי עוולה, מוז ער ארויסווייזן זיין מחאה, און שאטן וועט דאך עס נישט.
טאמער אבער האט ער מורא אז זיין מוסר רייד קען גאר פארערגערן די מצב, (ווי ס'איז אסאך מאל דער דרך פון די יצה"ר אז ווען מ'איז איינעם מעורר אז ס'איז לשון הרע הייבט ער אן סאך מער צו רעדן), דאן דארף ער לכתחלה אריינלייגן די פינגער אין די אויערן כדי נישט צו הערן די לשון הרע וואס מ'רעדט.
טאמער פילט ער אז דאס איז אים צו שווער, מ'וועט לאכן פון אים אויב ער וועט פארשטאפן די אויערן, איז דא אן עצה צו בלייבן דארט זיצן מיט עטליכע תנאים,
אבער דאס ערשטע זאל ער וויסן אז ס'איז יעצט א שווערע עת מלחמה! דער לשון פון חפץ חיים איז: "יראה אז לזרז את עצמו ולהעמיד על נפשו בעת צרה כזו, וללחום מלחמת ה' יצרו!!"
ווען ער זיצט ביי א חבורה, און די שמועס איז פארפארן צו לשון הרע, און ער פילט אז זיין תוכחה גייט גארנישט אויסמאכן, און ס'איז אים צו א שווערע נסיון אוועקצוגיין אדער לייגן די פינגער אין די אויערן, דאן מעג ער דארט בלייבן זיצן נאר אויב ער איז מקיים די דריי תנאים:
1) מחליט זיין ביי זיך אז ער גייט בשום אופן נישט גלייבן וואס ער הערט יעצט רעדן.
2) ער טאר נישט אינזין האבן צו הערן (לא ניחא לי'), אזוי ווי ווען איינער שמעקט עפעס בעל כורחו און ער וויל עס נישט שמעקן. דעמאלט גייט עס אריין אינעם גדר פון א דבר שאין מתכוין וואס לויט רבי שמעון איז עס מותר והלכה כמותו.
מ'קען נישט טענה'ן אז טאמער ער זיצט צווישן די רעדערס און ער פארשטאפט נישט די אויערן איז עס א פסיק רישא, און דאן איז אפילו רבי שמעון מודה אז ס'איז אסור, ווייל דאס איז נאר געזאגט געווארן ווען ער טוט א מעשה בקום ועשה, אבער דא אז ער טוט גארנישט נאר די שמיעה קומט פון זיך אליין, גייט דאס נישט אריין אין דעם גדר.
3) ער זאל נישט ארויסווייזן קיין שום צייכן פון צושטימונג צום שמועס. אדרבה, אויב מעגליך זאל ער ארויסווייזן א זויערע פנים אז ער איז בכלל נישט מסכים צו די גאנצע שמועס.
דער גאנצער היתר וואס מ'האט גערעדט ביז יעצט, איז נאר טאמער ער האט זיך אוועקגעזעצט צווישן די מענטשן בשעת זיי האבן נישט גערעדט לשון הרע. טאמער אבער בשעת ער קומט אן צו די חבורה רעדן זיי שוין לשון הרע, איז נישטא דער היתר פון לא ניחא לי', ווייל ס'איז א פסיק רישא, און ער מוז תיכף ומיד פארלאזן דאס פלאץ און נישט אויסהערן וואס זיי רעדן.
אויב ער קען די מענטשן וואס שמועסן און ער ווייסט אז עווענטועל גייט די שמועס פארוואנדלט ווערן צו רעדן לשון הרע, טאר ער לכתחילה זיך נישט דארט אוועקזעצן אויב וועט ער שפעטער נישט קענען אוועקגיין, ווייל אויב מיר זעען אז חז"ל האבן געהייסן טון א מעשה און פארשטאפן די אויערן, איז אוודאי און אוודאי אז ער טאר לכתחלה נישט אהינגיין.
ווער רעדט נאך אויב ער האט אינזינען אויסצוהערן זייערע רייד, גדול עוונו מנשוא, און ער וועט ווערן אויסגעקריצט אין הימל אלס א רשע ובעל לשון הרע.
דערפאר דארף מען זען זיך צו דערווייטערן פון אזעלכע חבורות.
חלק ההתעוררות
די עבירה פון מחלוקת איז זייער הארב, אפילו אויב ער קריגט זיך מיט איינער וואס איז זיינס גלייכן. כל שכן טאמער קריגט ער זיך חס ושלום מיט א תלמיד חכם, דאן איז די עבירה אסאך גרעסער.
ווען ס'פירט זיך א קריג, איז דער סדר אז מ'בארעדט דעם צווייטן צד, אין גמרא מס' סנהדרין פרק חלק אויך אין שו"ע יו"ד סי' רמ"ג שטייט, אז איינער וואס איז מבזה א תלמיד חכם גייט ער רח"ל אריין אינעם גדר פון "כי דבר ה' בזה וגו' הכרת תכרת הנפש ההיא עונה בה" ח"ו.
און אפילו בזמנינו, איינער וואס קען פסק'ענען הלכות און ער איז א יגע בתורה הייסט א תלמיד חכם, און איינער וואס איז אים מבזה אפילו מיט ווערטער, אפילו שלא בפניו, איז דאס אן עון פלילי, און ער איז חייב נידוי (יו"ד רמ"ג ס"ז, ורמ"ד בש"ך סק"ח).
די גמרא אין מס' שבת (דף קיט) זאגט, 'המבזה תלמיד חכם אין לו רפואה למכתו'. אויך זאגט דארט די גמרא 'לא חרבה ירושלים אלא על שביזו בה תלמידי חכמים'.
אויב איז דא א מעשה, וואס דער שומע ווייסט קלאר אז די מעשה איז אמת, און א צווייטער רעדט וועגן יענע מעשה, אבער מ'קען אויך אויסטייטשן די מעשה אז יענער האט נישט געמיינט אזוי שלעכט און דן זיין לכף זכות, אבער דער מספר טוט דאס נישט נאר ער דערציילט די מעשה אויף אן אופן וואס איז יענעם דן לכף חוב. דאן איז דא פונקט די זעלבע איסור, און מ'טאר אים נישט אויסהערן.
סיי דער מספר האט אן איסור צו דערציילן די מעשה אויף אזא אופן (אפילו פאר איינער וואס קען די מעשה), און סיי דער שומע טאר נישט אויסהערן, און אוודאי נישט מקבל זיין יענעמס בליק אויף די מעשה.
די גמרא אין סנהדרין (דף קי) זאגט, אז טאמער איינער וואס קריגט אויף זיין רבי, אדער העצט אויף אנדערע זאלן קריגן אויף זיין רבי, איז אזוי ווי ער קריגט זיך אויף די שכינה הק', ווי ס'שטייט ביי דתן ואבירם וכו'.
אזוי אויך איינער וואס איז זיך מתרעם אויף זיין רבי, איז כאילו ער איז זיך מתרעם אויף די שכינה.
אפילו איינער איז מהרהר אויף זיין רבי איז כאילו ער איז מהרהר אויף די שכינה. זעט מען אז אפילו הרהור ביי דעם איז אסור.
חלק ההתעוררות
ווי נאריש זענען די מענטשן וואס אין זייערע אויגן איז גרינג זיך צו קריגן מיט די רב אדער די בי"ד אין זייער שטאט, און זיי ציטערן בכלל נישט פון די שרעקליכע עונש וואס זיי גייען באקומען אויף יענע וועלט און אויף דער וועלט!
דער מדרש אין פרשת פנחס זאגט, טאמער איינער איז נישט מכבד א תלמיד חכם ווערט ער אנגערופן א רשע. ער פארגעסט זיין לערנען, און זיינע יארן ווערן פארקורצעט, און ער ווערט אן ארימאן. דאס זאגט נאר די מדרש אויף איינער וואס איז נישט מכבד, כ"ש וכ"ש אויף איינער וואס מאכט ח"ו מחלוקת אדער באשמוצט זיי.
דאס אז ווען איינער קען אננעמען א זאך לכף זכות און ער נעמט עס אנשטאט אן פאר א גנות הייסט ער דאן א מקבל לשון הרע, איז געזאגט אפילו ווען מ'רעדט פון סתם א מענטש. כל שכן ביי א תלמיד חכם, וואס דארט איז דא א "חיוב" דן צו זיין לכף זכות, טאמער הערט ער עס אויף אן אופן וואס יענער איז אים נישט דן לכף זכות, גייט עס אוודאי און אוודאי אריין אין די גדר פון קבלת לשון הרע.
דער חפץ חיים – שלא כדרכו אינעם הלכה ספר – צעשמועסט זיך מיט א ברייטקייט וועגן די נושא:
לאמיר אנכאפן איין מעשה וואס מאכט זיך אפט און פון דעם וועט יעדער חכם קענען ארויסלערנען ביי ענליכע מעשיות.
איינער האט געהאט א דין תורה און ער איז ארויס פון בית דין חייב, ער טרעפט זיין חבר און זאגט אים, "קוק ווי קרום בית דין האט מיר גע'פסק'עט, קום לאמיר דורכטון די הלכה וועסטו זען אז זיי האבן גע'פסק'עט פונקט פארקערט פון די הלכה. ווען דער דין תורה וואלט פארגעקומן פאר רב פלוני וואס איז פיל א גרעסערער חכם וואלט ער אינגאנצן אנדערש גע'פסק'עט!"
ווען דער צווייטער וויל זאגן "אפשר נישט", הייבט ער אן "אדרבה, לאמיר דורכטון דעם פסק גרונטליך וועסטו אליין זען" ער הייבט אן אפצוליינען פאר יענעם דעם פסק, און יעדעס מאל וואס ער ליינט עס איבער ווערט ער מער און מער שאקירט ווי קרום בית דין האט גע'פסק'עט, כידוע אז דעת בעה"ב איז בכלל נישט גלייך מיט דעת תורה. דערנאך זענען זיי ביידע מחליט אז דער בי"ד האט נישט קיין ריכטיגע דעת תורה און קיין אמת'ער שיקול הדעת.
לאמיר אריינטראכטן, בשאט נפש האבן זיי עובר געווען אויף די איסורים פון "לא תשא שמע שוא" און "בצדק תשפוט עמיתך", און נאך אנדערע לאוין וואס ווערן ערקלערט אויבן אין די פתיחה פון ספר, אויב דער צוהערער וויל זיך פירן בדרך התורה הקדושה, ברויך ער אין אזא פאל פראבירן ווי ווייט מעגליך ארויסצונעמען די ווייטאג פון דעם פארווייטאגטן. אים מסביר זיין, אז א דיין פסק'עט נאר לויט וויאזוי ער זעט די מעשה מיט זיינע אויגן.
און אויב די מעשה איז נישט געווען פונקט ווי דער דיין האט דעמאלט געזען איז עס געווען אזוי נגזר מן השמים, אזוי ווי די גמרא זאגט (ברכות ז:) אז אמאל קען א רשע שהשעה משחקת לו אויך געווינען א דין תורה שנאמר 'מרום משפטיך מנגדו', און אסאך מאל האט עס צו טון מיט'ן מזל פונעם מענטש.
(ועיין ברא"ש במס' סנהדרין בפרק אחד דיני ממונות סימן ה', ובפלפולא חריפתא אות י"ח. ועי' להלן בחפ"ח כלל ט' סק"ה).
ער זאל אים פראבירן צו טרייסטן אז דער אייבערשטער וועט אים אוודאי צוריקבאצאלן פון א צווייטן פלאץ דאס וואס ער האט פארלוירן, אזוי ווי עס שטייט קלאר אין חז"ל.
אזוי זאל ער פראבירן ארויסנעמען די ווייטאג פון יענעם אויב מעגליך.
און אויב קען ער נישט איבערדרייען דעם אויפברויז פון יענעם, דאן זאל ער זיך אליין גאר שטארק מחזק זיין און נישט מקבל זיין די לשון הרע וואס יענער רעדט.
די מצוה פון דן זיין לכף זכות איז געזאגט געווארן אפילו פשוטע מענטשן, כ"ש ביי א תלמיד חכם איז דא א חיוב אפילו די כף חוב איז מער מכריע. כ"ש דא וואס די כף זכות איז סאך שטערקער.
אפילו טאמער דער שומע קען אביסל לערנען און פארשטייט אז למעשה איז לכאורה דער פארציילער גערעכט, זאל ער זיך בארעכענען אז ס'קען פארט שטארק געמאלט זיין אז בשעת'ן דין תורה האט ער עס געזאגט אנדערש, אדער צוגעלייגט עפעס, א.א.וו. און ערשט יעצט ביים פארלירן האט ער זיך געכאפט צו זאגן אזוי כדי שטארק צו מאכן זיין טענה.
הכלל, אפילו טאמער ער טרעפט נישט קיין שום צד זכות פארוואס די בי"ד האט אזוי גע'פסק'ענט, טאר ער נאכאלץ נישט מחליט זיין לכף חוב. אויב ער קען זאל ער גיין צום רב און איבערפרעגן מהיכן דנת, און יתכן אויב ער האט געמאכט א טעות וועט ער שפעטער מודה זיין, ווי מ'טרעפט אפילו ביי אמוראים אז זיי האבן געמאכט טעותים און שפעטער פארראכטן. ווי דער רמב"ם פסק'ענט אז ווען איינער האט א טענה אויף זיין חבר זאל ער זיך אויסשמועסן מיט אים, "הוכח תוכיח את עמיתך" מיינט לויט דעם מלשון "ויכוח".
איינער וואס איז מחליט אויף די בי"ד לחוב, איז עובר אויף כמה עבירות חמורות, און דער וואס איז דן לכף זכות, המקום ידינהו לכף זכות.
ווען מ'הערט לשון הרע, האט מען מבאר געווען אז מ'טאר דאס נישט מקבל זיין, פון דעסטוועגן דארף מען אבער "חושש זיין" אז "אפשר" איז עס יא אמת. אין דעם איז דא אסאך פרטים.
"חשש" מיינט אז ס'איז אפילו נישט בגדר "ספק", דאס מיינט אז דער איד האט ווייטער א חזקת כשרות אין אלע ענינים, למשל טאמער ער טרעפט זיין אבידה דארף ער עס אים צוריקגעבן, ער איז בכלל נישט ארויס מכלל עמיתך אפילו בספק. נאר וואס יא, טאמער פון דער לשון הרע קען זיין אז ס'קען עפעס שאדן טון פאר דעם שומע, מעג ער און זאל ער זיך באהיטן דערפון.
אזוי טרעפט מען אין די גמרא (נדה סא) אז אין פסוק שטייט "והבור אשר השליך שם ישמעאל את כל פגרי האנשים אשר הכה ביד גדליה", פרעגט די גמרא האט זיי דען גדלי' גע'הרג'עט? נאר וויבאלד מ'האט אים געווארענט פון פריער האט ער געדארפט אננעמען די ווערטער לחששא.
אויב א מענטש איז מוחזק בעיר אלס א רשע, אבער ער איז נישט ארויס מכלל עמיתך, למשל א מומר אוכל נבילות לתיאבון, איז די הלכה איז אז מ'דארף אים נאך אלץ אויסלייזן פון געפענגעניש, און מ'איז מחוייב אכטונג געבן אויף זיין געלט פונקט ווי א געהעריגע איד.
טאמער הערט ער אויף אים יעצט לשון הרע אז ער האט געטון אן עבירה וואס דורך דעם איז ער ארויס מכלל עמיתך, למשל אז ער עסט נבילות וטריפות להכעיס, טאר ער דאס נישט מקבל זיין, און ער דארף ווייטער לייגן דעם איד אין די חזקה וואס ער איז געווען ביז יעצט.
איי לכאורה האמיר דאך געלערענט אז א רשע דארף מען דן זיין לכף חובה, איז פארוואס טאר איך נישט אננעמען דער לשון הרע?
דער תירוץ איז, אז דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף אן עבירה אין די זעלבע קאטעגאריע, דאס הייסט ער האט געטון אן אנדער עבירה אויך לתיאבון, און מ'קען עס דן זיין לכף זכות אז דאס מאל איז ער געווען א שוגג, זאל מען אים נישט דן זיין לכף זכות נאר לכף חובה. אבער מ'טאר אין נישט אראפנידערן פון די חזקה וואס ער איז אן אליין זעהן די מעשה אדער א חזקה פון א בי"ד.
חלק ההתעוררות
ווען מ'ווערט אריינגעםירט אין א מחלוקה, גייט דער יצר הרע און פארפירט דעם מענטש אזוי ווייט, אז אפילו ער וועט אנערקענען אז דער מחלוקת וועט אים קיין גוטס נישט ברענגען בזה ובבא, וועט ער נישט אפלאזן די מחלוקת צוליב תאוות הנצחון.
דאס איז א ירושה פון די ערשטע בעלי מחלוקת דתן ואבירם, ווי די מדרש זאגט אין פרשת קרח, אז דתן ואבירם האבן געזאגט "אפילו מיר וועלן נישט אריסגיין פון גיהנם וועלן מיר די מחלוקת נישט אפלאזן.
אפילו טאמער איז מען זוין אינדערמיט פון א מחלוקה, און טאמער וועט מען עס אפלאזן וועלן אנדערע לאכן, זאל ער זיך אפלערנען פון און בן פלת, וואס האט געהאט די שכל אפצולאזן די מחלוקה אינדערמיט און דורך דעם געראטעוועט געווארן פון דעם שווערן עונש וואס עדת קרח האט באקומען.
און אפילו מ'וועט לאכן פון אים, איז דאך אבער כדאי אז אפאר מענטשן זאלן לאכן פון אים אויף דער וועלט ווי איידער אן אייביגע בושה אויף יענער וועלט. מוטב שיקרא שוטה כל ימיו ואל יהי' רשע שעה אחת לפני המקום!
די גמרא אין מס' גיטין (דף מו) דערציילט, געווען איז א מענטש וואס האט זיך פארקויפט פאר "לודאי", דאס איז א פאלק וואס זענען מענטשן-פרעסער, נאכדעם איז ער געקומען צו ר' אמי זאל אים אויסלייזן, האט ר' אמי אים געוואלט אויסלייזן אלס פיקוח נפש, האבן די רבנן געזאגט פאר ר' אמי: "זיי וויסן אז ער איז א מומר, מ'האט אים געזעהן עסן נבילות וטריפות!" האט ר' אמי געענטפערט אז פון דעסטוועגן וויל ער אים אויסלייזן ווייל אפשר האט ער נאר געגעסן די נבילות וטריפות לתיאבון, האט מען געזאגט פאר ר' אמי אז ס'געווען אמאל וואס ער האט געהאט די מעגליכקייט צו עסן כשר'ס און ער האט דירעקט אויסגעקליבן צו עסן די טריפות. האט ר' אמי געזאגט פאר דעם מענטש אז ער קען אים נישט אויסלייזן ווייל ער איז א מומר להכעיס, און אזא אייננעם טאר מען נישט אויסלייזן.
רש"י לייגט צו, אז דאס וואס מ'האט געזאגט פאר ר' אמי אז מ'האט געזעהן עסן להכעיס, איז געווען דורך עדים. דארף מען פארשטיין, אויב איז ער געווען א רשע, ווייל נבילות וטריפות האט ער דאך געגעסן, פארוואס האט ר' אמי נישט געוואלט אננעמען אפילו אן עדים אז ער האט עס אויך געטון להכעיס, א רשע דארף מען דאך דן זיין לכף חובה?
נאר פון דעם איז לכאורה א ראי', אז ווילאנג מ'האט נישט קיין קלארע באווייזן צו מקבל זיין די לשון הרע און ארויסנעמען דעם מענטש מכלל "עמיתך", איז מען ווייטער מחוייב צו טון מיט אים אלע זאכן וואס מ'איז מחוייב צו טון צו א צווייטן אין זיין מצב, נאר די לשון הרע וואס מ'הערט מעג מען "חושש" זיין צו דעם, און נישט מער.
למעשה, בלייבט דער חפץ חיים מיט א ספק אויף דעם פשט, ווייל ס'קען זיין אן אנדער פשט, עיי"ש ותמצא נחת.
חלק ההתעוררות
מ'דארף שטארק אכטונג געבן נישט ארויסצוהעלפן בעלי מחלוקת, ווי חז"ל זאגן, אז דער אייבערשטער געט אן עונש אויך פאר א נטפל לעוברי עבירה אזוי ווי דער בעל עבירה אליין.
אין מדרש פרשת קרח שטייט, אז איינער וואס העלפט ארוי סבעלי מחלוקת, מעקט דער אייבערשטער ח"ו אויס זיין זכר.
איינער וואס איז מחזיק במחלוקת איז עובר בלאו.
איינער וואס איז מחזיק במחלוקת איז ראוי צו באקומען צרעת. אין ספר הקנה שטייט אז דער אייבערשטער טוישט אויס צרעת אויף עניות.
מ'טאר נישט בשום אופן טון קיין שום מעשה קעגן יענעם, נישט טשעפען אדער פארשעמען.
אויב האט איינער געהערט א שמועה אויף זיין ארבייטער אז ער גנב'עט געלט, טאר ער אים נישט אפזאגן פון די ארבעט, נאר ער מעג חושש זיין, דאס מיינט נאכקוקן ביז ער ווערט געוואויר מיט א קלארקייט אז ס'איז טאקע אמת.
אפילו פיינט האבן בלב טאר ער אים נישט כל זמן ער ווייסט נישט קלאר ממש אז יענער האט עןבר געווען אן עבירה.
חלק ההתעוררות
די מדרש אין פרשת אמור ברענגט, שטייט אין פסוק "והאלקים יבקש את הנרדף", דער אייבערשטער זוכט אלעמאל דעם נרדף, א צדיק רודפ'ט א צדיק – אלקים יבקש את הנרדף, א רשע רודפ'ט א צדיק – אלקים יבקש את הנרדף, אפילו א צדיק רודפ'ט א רשע – אלקים יבקש את הנרדף!
טאמער האט איינער עובר געווען און מקבל געווען לשון הרע אויף א צווייטן, דאן דארף ער אויסרייסן די קבלה פון זיין הארץ, און מקבל זיין אויף זיך מיטן גאנצן הארץ מער נישט צו גלייבן קיין לשון הרע אויף קיין שום איד, אויך זאל ער זיך מתודה זיין, און מיט דעם טוט ער תשובה אויף דעם וואס ער האט עובר געווען אויף דעם איסור פון קבלת לשון הרע.
חלק ההתעוררות
מ'זאל אכטונג געבן נישט ווערן נאכגעשלעפט אין מחלוקת אפילו זיינס א קרוב בעהט אים ער זאל זיך אריינמישן. אפילו זיין טאטע בעהט אים, טאר ער זיך נישט אריינמישן, ווי ס'ווערט גע'פסק'ענט אין יו"ד סי' ר"מ אז טאמער די טאטע הייסט אים עובר זיין א]ילו אויף אן איסור דרבנן זאל ער נישט פאלגן זיין טאטע, כ"ש אין די הארבע עבירה פון מחלוקת.
אין ילקוט פרשת קרח שטייט, "אשרי האיש" – דאס זענען די קינדער פון קרח, "שלא הלך בעצת רשעים ובדרך חטאים לא עמד" – וואס זענען נישט נאכגעגאנגען די עצה פון עדת קרח. און וואס איז די סבה אז די בני קרח זענען געראטעוועט געווארן פון די עונש וואס איז געקומען אויף זייער טאטע? ווייל ווען זיי זענען געזעצן נעבן זייער טאטע קרח, און משה רבינו איז אריבער דערנעבן, האבן זיי געטראכט צו זיך, זאלן מיר זיך אויפשטעלן פאר משה רבינו – איז דאך דאס א בזיון פאר אונזער טאטע, און מיר דארפן מקיים זיין כיבוד אב, זאלן מיר זיך נישט אויפשטעלן – זענען מיר עובר אויף מפני שיבה תקום והדרת פני זקן ויראת מאלקיך, בעסער זאלן מיר יא אויפשטיין פאר משה רבינו כאטש ס'וועט זיין א בזיון פאר אונזער טאטע. אין יענע צייט האבן זיי חוזר בתשובה געווען.
פון דעם זעהט מען, אז טאמער מ'היט זיך פון מחלוקת אפילו אויף זיך אנצונעמען פאר די אייגענע טאטע ווערט מען געראטעוועט פון די עונש.
די איסור פון גלייבן לשון הרע איז אפילו טאמער ס'ווערט דערציילט פאר א רבים, און יענער דערציילט עס בקול גדול, וואס לכאורה ווייזט דאס אז ס'איז אמת און ער האט עס נישט מורא צו דערציילן ברבים, פון דעסטוועגן טאר מען דאס נישט גלייבן.
אפילו דער מספר זאגט אז ער האט נישט מורא צו דערציילן די מעשה פארענט פון די מענטש אויף וועמען ער רעדט, טאר מען עס נאך אלץ נישט גלייבן.
און אויב וועט דער יצר הרע איינדרעדן א מענטש, ווי קען זיין אז א מענטש זאל זיין אזא ביליגע שקרן? יעדער האט דאך א חזקת כשרות, מסתמא האט ער נישט אויסגעזויגן די מעשה פון פינגער!!...
אויף דעם איז די תירוץ, קוק ווי די יצר הרע דרייט א קאפ, דא שטייט א מענטש וואס איז עובר אויף לשון הרע און נאך איסורים, און אויף טראכט מען אז ער האט א חזקת כשרות. דער אויף וועמען מ'רעדט האט מען בכלל נישט געזעהן צו ער האט עובר געווען אן עבירה, און בלויז ווייל יענע בעל עבירה רעדט אויף אים גייט מען אים ארויסנעמען פון זיין חזקת כשרות און גלייבן די לשון הרע אויף אים?!?!
חלק ההתעוררות
המשך וועגן אננעמען אין די טאטע'ס מחלוקת.
אפילו טאמער ס'דאכט זיך אים אז זיין טאטע איז גערעכט, זאל ער נאך אלץ שטיין ווייט פון זיך אריינמישן אין די מחלוקה, ווייל אפשר טראכט ער אזוי מצד אהבה, און דאס קען אים פארבלענדען די אויגן.
אזוי אויך איז דער מצוה אויך יעדע איד, טאמער האט ער א כח צו מאכן שלום צווישן צדדים, זאל ער אזוי טון, ער וועט עסן די פירות פון זיין שכר אויף דער וועלט, און דער קרן בלייבט גאנץ אויף יענער וועלט.
אפילו טאמער ער ווייסט קלאר אז איינע פון די צוויי צדדים זענען הונדערט פראצענט נישט גערעכט, זאל ער נאך אלץ זוכן צו מאכן שלום, אפילו טאמער ער דארף זיך אראפלאזן זיין כבוד דערפאר. ווי מ'טרעפט ביי משה רבינו, ויקם משה וילך אל דתן ואבירם, מיט חשבון שלום צו מאכן מיט זיי כאטשיק זיי זענען געווען רשעים.
אפילו דער מספר דערציילט עס טאקע פארענט פון דעם מדובר, יענער שטייט דא און ער האלט זיך שטיל, ער ענטפערט נישט קיין ווארט, וואלט איך דאך געזאגט אז שתיקה כהודאה, פון דעסטוועגן טאר מען עס נישט גלייבן, ווייל אין דעם הלכה זאג איך נישט שתיקה כהודאה, ווייל אפשר האט ער מחליט געווען צו זיין פון די נעלבים ואינם עולבים שומעים חרפתן ואינם משיבין.
נאך מער, אפילו טאמער מ'קען גוט דעם מדובר, און אלעמאל שטעלט ער זיך אויף זיינע רעכטן, ער לאזט זיך נישט באטרעטן פון אנדערע, און דאסמאל איז ער שטיל ער זאגט גארנישט, וואלט איך געוואלט מיינען אז דאס איז גענוג צו קענען גלייבן, זאגט דער חפץ חיים אז ניין! מ'טאר עס נאך אלץ נישט גלייבן. אפשר האט ער איינגעזעהן אז זיך טענה'ן מיט דעם מספר וועט אים נאר מער אויפרעגן, און מאכן יענער זאל אים מער באשמוצן, ס'איז בעסער זיך צו האלטן שטיל און ווארטן יענער זאל זיך אפזאגן זיינס און גיין ווייטער.
א ראי' דערצו איז פון אבהע"ז סי' קע"ח, דארט שטייט אז ווען א עד אחד זאגט עדות אז די פרוי האט מזנה געווען, און די פרוי שווייגט, זי לייקענט נישט און באשטעטיגט נישט, איז די הלכה אז טאמער דער מספר איז באגלייבט ביי אים אזוי ווי צוויי עדות (דאס איז אן אריכות וואס די גדר איז), זאל ער איר גט'ן, און טאמער איז דער מספר נישט באגלייבט דארף ער איר נישט גט'ן.
והלא דברים ק"ו, ביי דעם פאל האט דאך דער מספר דערציילט א שרעקליכע מעשה וואס טאמער איז דאס שקר אין לו מחילה עולמית! און זי איז שטיל און לייקענט בכלל נישט, ער גייט דא צעברעכן א משפחה, פון דעסטוועגן גלייבט מען אים נישט, כ"ש ביי סתם א לשון הרע'לע, שלא בפני בי"ד, אוודאי און אוודאי אז מ'טאר אים נישט גלייבן.
חלק ההתעוררות
אין מדרש שטייט, אז בזכות וואס משה רבינו איז געגאנגען זוכן שלום, האט ער געראטעוועט פיר מענטשן פון גיהנם, ג' בני קרח און אוֹן בן פלת.
שטייט אין פסוק "בקש שלום ורדפהו":
בקשהו – צו דיינע פריינד, ורדפהו – מיט דיינע שונאים.
בקשהו – אין דיין ארט, ורדפהו – אין אנדערע ערטער.
בקשהו – מיט דיין גוף, ורדפהו – מיט דיין געלט.
בקשהו – פאר דיר אליין, ורדפהו – פאר אנדערע.
בקשהו – היינט, ורדפהו – מארגן.
די כוונה פון דעם לעצטן שורה איז, אפילו טאמער ער האט פראבירט איינס צוויי מאל שלום מאכן, און ס'גייט נישט, זאל ער נישט אויפגעבן, נאר פראבירן נאכאמאל און נאכאמאל, סוף כל סוף וועט ער האפענטליך מצליח זיין.
אפילו טאמער ער זעהט אז די בעלי מחלוקת זענען הארט-נעקיגע מענטשן, און די תאוות הנצחון איז גובר אויף זיי צו שטארק, זאל ער אויך נישט אויפגעבן, ווייל אפילו ס'וועט אפשר נישט העלפן אויף די בעלי מחלוקת אליין, וועט עס אבער אפהאלטן אנדערע פון אריינפאלן אין זייער נעץ.
פונקט ווי מען טאר נישט גלייבן ווען מ'הערט לשון הרע פון א יחיד, אזוי אויך טאר מען נישט גלייבן אפילו ווען מ'הערט עס פון צוויי אדער מער, און דאס אז ס'דא דא צוויי עדים מאכט נישט די זאך קיין טראפעלע שטערקער צום גלייבן, נאר אויב מ'האט אויסגעפרעגט די עדים בבית דין.
בכלל, איינער וואס דערציילט לשון הרע שלא לתועלת, איז חשוד אויף שקר, און ס'איז זיכער נישט ריכטיג צו גלייבן זיינע וועטער, והוא הדין ביי צוויי.
אפילו אויב ס'גייט ארויס א קול פון א רבים אויף א מענטש אז ער האט עובר געווען אויף עבירות, דאס הייסט אסאך מענטשן רעדן דערפון, פון דעסטוועגן טאר מען דאס נישט גלייבן, נאר חושש זיין אויף מברר צו זיין אויב די מעשה איז טאקע אמת.
(הערת הרב שארק: בזמנינו תקופת האינטערנעט צריך בירור אם שייך ההיתר של "קול", שהרי כולם ממקור אחד הם באים, וזה מוסר לזה, וזה לזה, ואי אפשר לידע מבטן מי יצאו הדברים.)
חלק התעוררות
פון דא גיימיר אריבער צו "שער התבונה" אין ספר שמירת הלשון.
דער שער איז געווידמעט אויף עצות און געדאנקען ווי אזוי קונה צו זיין דעם ענין פון שמירת הלשון.
די גמרא זאגט (חולין פט), "מה אומנתו של אדם בעולם הזה, יעשה עצמו כאלם". דער ארבעט פון א מענטש אויף דער וועלט איז זיך מאכן א שטומער.
דארף מען פארשטיין, וואס איז פשט אין דעם לשון "אומנתו", איז דאס דען אן ארבעט? מ'מאכט זיך צו דאס מויל ווען מ'דארף און פארטיג, וואס איז די "אומנות" אין דעם?
נאך דארף מען פארשטיין, פארוואס דארף מען זיין ווי אן אלם, די עיקר איז נישט צו רעדן דברים האסורים, וואס איז שלעכט מיט רעדן דברים המותרים?
דער תירוץ איז, ווען מ'וועט פרעגן א מענטש וואס קען נישט שפילן קיין כלי זמר, און מ'וועט אים בעטן צו שפילן א ניגון דערויף, אפילו ער וועט פארשטיין בערך וואס צו טון, אבער וויבאלד זיינע פינגער זענען נישט איינגעוואוינט צו טון דעם פאך וועט ער דאס נישט קענען אויספירן ווען ער דארף.
דאס זעלבע איז ביים שווייגן, אויב וועט א מענטש'ס גדר זיין אז ער רעדט נישט "וואס מ'טאר נישט", אבער חוץ פון דעם האט ער נישט קיין גדר, וועט דער גדר זיכער צעבראכן ווערן, ווייל ער איז נישט צוגעוואוינט צו שווייגן.
משא"כ אויב געוואוינט ער זיך צו צו שווייגן אפילו ווען מ'מעג רעדן, וועט אים זיין סאך גרינגער צו שווייגן ווען מ'מוז. נאך א פשט קען זיין אין די ווערטער פון חז"ל "ישים עצמו כאלם".
אויב איז ארויס א קול אויף איינעם אז ער האט עובר געווען אן עבירה וואס יעדער ווייסט דעם חומר האיסור, ווי למשל ניאוף, דאן איז די הלכה אזוי:
אויב איז דער קול ארויס נאר איין מאל, און פון איין מענטש, דאס הייסט מ'ווייסט פונקטליך די מקור פון די קול, דאן איז נישט צו דעם קיין שום האפט, און מ'טאר דאס נישט גלייבן.
אזוי אויך, טאמער האט ער שונאים אין שטאט, אשער אין אן אנדערן שטאט, דעמאלס טאר מען נישט עס גלייבן אפילו טאמער די קול ווערט געהערט פון עטליכע מקורות.
טאמער האט ער נישט קיין שונאים, און די קול ווערט געהערט פון עטליכע מקורות, דאן אויב איז דאס דער ערשטע מאל וואס ס'גייט ארויס אויף אים אזא קול, איז צ"ע צו מ'מעג עס גלייבן, און ס'שטארק משמע פון די פוסקים אז נישט.
אבער טאמער איז שוין ארויס אויף אים עטליכע מאל אזוינע שמועות, אז ער האט עובר געווען אויף הארבע איסורים, וואס זייער הארבקייט איז אנגענומען ביי יעדן, דעמאלס איז ער ארויס מכלל עמיתך לגבי דעם פרט פון גלייבן אויף אים לשון הרע, און מ'מעג שוין פון היינט און ווייטער גלייבן אויף אים אלע מיני לשון הרע'ס, אפילו ערגערס פון דעם.
אויב איינער דערציילט א שלעכטע מעשה אויף זיך אליין, און אין די מעשה איז ער אויך כולל א צווייטן, דאס מיינט אז ביידע צוזאמען האבן געטון דעם עוולה, דעמאלס מעג מען דאס גלייבן נאר אויף די פארציילער, אבער נישט אויף די אנדערע מענטש.
חלק ההתעוררות
די המשך המאמר, נאך וואס ס'שטייט "ישים עצמו כאלם", זאגט די גמרא, "יכול אף לדברי תורה כן? ת"ל צדק תדברון", דערנאך זאגט די גמרא אז די המשך הפסוק לערענט אונז אז מ'טאר זיך נישט גרויס האלטן.
דארף מען פארשטיין, וואס איז די הו"א אז א מענטש זאל זיך מאכן שטום אין תורה? צו וואס דען איז ער באשאפן געווארן אויב נישט צו רעדן דברי תורה??
און וואס קומט דא אריין גאוה?
נאר די ביאור קען זיין אזוי. אזוי ווי מ'האט אויסגעשמועסט די הארבקייט פון לשון הרע, און ווי שטארק מ'קען נכשל ווערן אין דעם, און די איינציגע עצה איז אז א מעטש זאל רעדן ווייניג אפילו זאכן וואס מ'מעג כדי נישט נכשל צו ווערן אין איסורים.
אויב אזוי וואלט איך געזאגט, אפשר אפילו ווען א מענטש גייט לערנען תורה אדער דאווענען, זאל ער זיך אפשיידן פון מענטשן, כאטש ס'האט א גרויסע חסרון אז מ'ווערט נישט קלאר מיט די לערנען אזוי, אבער ס'האט כאטש די מעלה אז מ'קען נישט נכשל ווערן פון זיך פאררעדן.
דערפאר זאגט אונז די פסוק, "יכול אף לדברי תורה כן" אז אויך צו תורה זאל ער זיך באהאלטן פון מענטשן, "ת"ל צדק תדברון", ווען ס'קומט צום לערנען זאלסטו זעהן צו האבן שייכות מיט מענטשן, און פון דעסטוועגן שטארק אכטונג געבן נישט נכשל צו ווערן.
קומט אויס, אז א מענטש דארף זיך אויסארבעטן צו צוויי אנדערע עקסטרעמען, פון איין זייט זיך היטן דאס מויל, און נישט רעדן אפילו דברים המותרים וואס איז איבריג, אלס א גדר נישט צוצוקומען צו דיבורים אסורים. פון די צווייטע זייט, ווען ס'קומט צו דברי תורה ותפלה, אדרבה, פונקט פארקערט, דעמאלס זאל ער דאס דוקא יא טון ברוב עם ובחבורה.
ווען א מענטש ארבעט זיך אויס אויף אזא פארנעם, קען ער זיך שפירן אז ער האלט אויף א מדריגה. דערפאר דרש'ענט מען פון די פסור "מישרים תשפטון בני אדם", מ'זאל זיך נישט גרויס האלטן, נאר דן זיין יעדן לכף זכות, אפילו די וואס האבן נישט קונה געווען דעם מדה אויף ביידע עקסטרעמען.
ווען איינער וויל זאגן עדות אז א מאן איז געשטארבן, און דורך דעם מתיר זיין פאר זיין פרוי חתונה צו האבן, איז ער נאמן. אויך האבן חז"ל געגלייבט א גוי "מסיח לפי תומו", דאס מיינט ווען ער רעדט אז יענער איז געשטארבן, אבער דאס האט ער געזאגט תמימות'דיג, בכלל נישט אינזין געהאט צו זאגן עדות.
בנוגע לשון הרע, ווען א איד דערציילט לשון הרע מסיח לפי תומו, ער וויל סתם דערציילן א מעשה וואס ברענגט ארויס לשון הרע, און מ'זעהט פון זיינע ווערטער אז ער מיינט נישט יענעם צו בארעדן נאר סתם צו דערציילן א מעשה'לע, איז די הלכה ווי פאלגענד.
אויב ברענגט די מעשה ארויס יענעמס חסרון אין קלוגשאפט אדער אנדערע מעלות, טאר מען דאס נישט גלייבן. אויב איז דאס א מעשה וואס יענער האט געטון אן עוולה און ס'דא א מעגליכקייט אים דן צו זיין לכף זכות, טאר מען דאס אויך נישט גלייבן. כ"ש וכ"ש אויב האט דאס דער דערציילער נישט אליין געזעהן נאר געהערט פון א צווייטן, טאר מען דאס אוודאי נישט גלייבן.
אפילו אויף צו גלייבן ביי זיך אליין, זאל מען אויך נזהר זיין גאר שטארק נישט צו גלייבן אזוי שנעל.
חלק ההתעוררות
חז"ל דרוקן זיך אויס מיטן לשון "מה אומנתו של אדם בעולם הזה", מיט דעם האבן זיי געוואלט מעורר זיין פארן מענטש א וויכטיגע נקודה. א מענטש קען זיך איינרעדן, שוין אסאך יארן וואס איך ארבעט אויף שמירת הדיבור, איך בין שוין מער ווייניגער אויסגעארבעט אין דעם ענין, מער דארף איך נישט הארעווען אויף צו היטן מיין דיבור. זאגן אונז חז"ל אז ניין, כל זמן מ'געפינט זיך אין "עולם הזה", דארף מען זיין אן אומן אין דעם נושא, און כסדר ארבעטן מער און מער אויף שמירת הדיבור.
דער גר"א שרייבט אין זיין בריוו, א מענטש דארף זיך מייסר זיין ביז זיין לעצטן טאג, אבער נישט קיין יסורים אויפן גוף, נאר מייסר זיין מויל און זיינע תאוות, און דאס איז חשוב'ער פארן אייבערשטן מער ווי אלע תעניות וסיגופים! דוד המלך זאגט אונז שוין, מי האיש החפץ חיים אוהב ימים לראות טוב, דורך היטן דעם מויל ווערט מען געראטעוועט פון שאול תחתית, המות והחיים ביד הלשון, אוי פאר דעם וואס הרג'עט זיך אליין מיט איין דיבור! ע"כ מהגר"א.
אין ספר ראש הגבעה שטייט, אז ווען א מענטש וויל תשובה טון, איז ענדערש ער זאל מקבל תענית זיין אויף זיין דיבור, ווי א תענית ממש, ווייל א תענית שוואכט אפ די מענטש, און ס'קען אים שטערן ברוחניות ובגשמיות, אבער א תענית דיבור שאדט גארנישט, אדרבה. [הערת פסח שני: וכן הביאו המשנ"ב בספרו סי' תקע"א סק"ב].