שיעור ע"ד
ווען מ'הערט אויף איינעם לשון הרע, און ס'איז דא "דברים הניכרים" אז די מעשה איז אמת, דאן איז דא א מעגליכקייט אז מ'זאל דאס מעגן גלייבן.
אויב איז די רעדע פון א זאך וואס מ'קען דן זיין לכף זכות, אדער וועגן שלילת המעלות, דאן טאר מען עס נישט גלייבן.
אויב אבער קען מען אים נישט דן זיין לכף זכות, און מ'האט עס גוט חוקר געווען אז ס'איז באמת "דברים הניכרים", און ער האט עס אליין געזעהן, און ס'איז "ניכרים ממש" נישט "ניכרים קצת", דאן מעג ער דאס גלייבן.
אבער מ'טאר נאך אלץ נישט גיין דאס דערציילן פאר אנדערע, ווייל ס'דאך נישט ערגער ווי ווען מ'זעהט עס אליין, און אוודאי נישט אים שלעכטס טון בגוף או בממון.
להלומדים: סוגיא זו הוא בקיצור נמרץ מאוד במס' שבת נו. ולהרוצה לטעום טעם מתוק בדברי החפץ חיים, יעיין בפנים איך שהוא מבאר דברי הגמרא והמהרש"א בטוטו"ד.
רבי שמעון בן גמליאל זאגט, "כל ימי גדלתי בין החכמים ולא מצאתי לגוף טוב משתיקה", גדלתי בין החכמים מיינט, אז ער האט זיך געדרייט ביי די חכמים, און זיך אפגעלערענט פון זיי זייערע מדות טובות און הנהגות טובות. און דאס בעסטע פון אלע איז געווען די מדת השתיקה.
או יאמר, אפילו זיי זענען געווען גרויסע חכמים, אן אלע זייערע ווערטער זענען געווען דברי חכמה, פון דעסטוועגן האב איך זיך מתבונן געווען און איינגעזעהן אז טאמער רעדט מען נישט אין דברי תורה, איז בעסער צו שווייגן.
אויב האט דאס געזאגט רבי שמעון בדורו, וואס ער, און אלע חכמים בדורו, האבן נאר גערעדט און געטראכט דברי חכמה, האט ער געזאגט אז ס'איז בעסער צו שווייגן, כ,ש וכ"ש אונז, וואס אונזער גאנצע קאפ איז פארטראכט מיט שטותים און אנדערע זאכן, אוודאי און אוודאי איז פאר אונז דאס בעסטע די מדת השתיקה.
א חכם האט אמאל געזאגט, ווען איינער באזידעלט מיר מיט שווערע ווערטער, שווייג איך און ענטפער נישט, פארוואס, ווייל איך האב פשוט מורא אז אויב איך וועל אים ענטפערן וועט ער נאך שארפער זאגן...