Re: אלטע בילדער פון ירושלימער אידן
און רעכטס?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
און רעכטס?
געטראפן אין די ארכיווען.
און דער פון רעכטס מיטן ציגארעטל זעהט אייך אוואדע אויס 'סתם א איד'...הארזים האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 28, 2023 2:25 pm@חיים בער וויינשטאק ווער זענען די זקנים דא?
א חתונה אין ארה"ק ערגעץ סוף תש"מ יארן, רעכטס איז הרה"צ ממילדוי זצ"ל.
viewtopic.php?p=4343641#p4343641
חיים בער וויינשטאק האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 01, 2023 8:48 amמילדוי (1).jpgהארזים האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 28, 2023 2:25 pm@חיים בער וויינשטאק ווער זענען די זקנים דא?
א חתונה אין ארה"ק ערגעץ סוף תש"מ יארן, רעכטס איז הרה"צ ממילדוי זצ"ל.
viewtopic.php?p=4343641#p4343641
און דער פון רעכטס מיטן ציגארעטל זעהט אייך אוואדע אויס 'סתם א איד'...
נו נו..
דער איד איז ר' אפרים ברייער ז"ל(פעטער פון ר' יוסף צבי - בעלזא, און ר' סענדער - תו"א, ועוד כי רבים הם מלפורטם).
געוועהן א סימבאל פון אלטן ערליך טייער אשכנז'יש חדר וואס איז שוין מער ליידער נישט דא.
ערליך ביז גאר דאס יראת שמים האט גערונען פון אים און גלייכצייטיג אנשטענדיג
געוועהן א זוהן פון ר' יחיאל מאכל(יא, מיט אן אל"ף) ז"לפון וויען, געוועהן בעל תפילה אין שיף שוהל!
זייערע קינדער שרייבן אלץ יחיאל "מעכל"
אוי איז עס געוועהן א איד!
זיי האבן אין וויען געוואוינט אין שכנות מיט גרויסן גדול הרב וואזנער זצ"ל
איך האב א רעקארדינג פון זיין אייניקל וואס דער זיידע האט אים אויסגעלערנט דעם נוסח 'אויף די ברכה מלוך על כל העולם כולו' - מיוחד מאד!
דער זיידע וואס האט שוין געהאט אויפגעגעבן דאס בעל תפילה'שאפט, האט אים, דעם אייניקיל אמאהל צוגערופן און אים געזאגט 'זעהט מיר אויס אז די גייסט בע"ה זיין א בעל תפילה, אלזא, וויל איך דיר אויסלערנען נוסח' און האט אים געלערנט.
(אין א געלעגנהייט אין היכל הנגינה בע"ה)
ר' אפרים האט געהאט כמה ברידער:
ר' נתן ז"ל, אוי איז ער געוועהן א טייערער איד בלא מובן המילא - מיר שווער היצט זיך צו קאנצעטרירן און ברענגען די פאסיגע ווערטער דער עולם זאל פארשטיין (כמדומני אז ער איז דער פאטער פון ברייערס אין בעלזא, נו, בעלזער חברה - אהער מיטן ענקער סחורה)
ר' מרדכי הערש (האשי) ז"ל, ווער עס האט אים נישט געקענט איז נישט שייך אים פארשטעלן - טראץ דעם וואס זיין לויטער שיין האט געפינקלט מיט זעלטן חן און געדינט א שוווייגענד מוסר ספר פאר יעדן - איז ער נאך אלץ איז געוועהן רב הנסתר על הגלוי .
געוועהן זענען די ברידער תלמידים פון הרב דושינסקי זצ"ל שפעטער האט ר' מרדכי הערש 'אריבער געזידלט' קיין תולדות אהרן און דארט געשלאגן זיינע ווארצלען וואס האט ענטוויקלט א וועלט פאר זיך.
דער אידל האט געהייסן ר' ישעי' מרדכי וויינבערגער. מען האט אים גערופן דער אלטער וויינבערגער. אן עלנדער איד, א מלחמה איבערלעבער. ער האט געוואוינט דארט העכער דעם עלעקטרישן (האַס) אויף רחוב מאה שערים. ער איז געווען א סאטמאר חסיד, געדאוונט אין אהל רחל.
שרייבן און רופן זיך אויך אזוי, ובכן?געלויבט האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 01, 2023 7:43 pmחיים בער וויינשטאק האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 01, 2023 8:48 amגעוועהן א זוהן פון ר' יחיאל מאכל(יא, מיט אן אל"ף) ז"לפון וויען, געוועהן בעל תפילה אין שיף שוהל!הארזים האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 28, 2023 2:25 pm@חיים בער וויינשטאק ווער זענען די זקנים דא?
א חתונה אין ארה"ק ערגעץ סוף תש"מ יארן, רעכטס איז הרה"צ ממילדוי זצ"ל.
viewtopic.php?p=4343641#p4343641
זייערע קינדער שרייבן אלץ יחיאל "מעכל"
דער באליבטער זיסער אידל - ר' ישעי' מרדכי!טישאונבענקל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 01, 2023 8:15 pmדער אידל האט געהייסן ר' ישעי' מרדכי וויינבערגער. מען האט אים גערופן דער אלטער וויינבערגער. אן עלנדער איד, א מלחמה איבערלעבער. ער האט געוואוינט דארט העכער דעם עלעקטרישן (האַס) אויף רחוב מאה שערים. ער איז געווען א סאטמאר חסיד, געדאוונט אין אהל רחל.
ר' זונדל ז"לחיים בער וויינשטאק האט געשריבן:אמערדעשוין, אויך דער כתה ב' מלמד, ר' זונדל זעליקאוויטש ז"ל, איז געוועהן א לאגער איד, און די קינדער זענען געוועהן ביים אים באליבט מיט האניג זיס ליבשאפט
השלמה לכאן .רבי מיילעך האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 02, 2023 10:58 amפון אנ"ש בלעטל - תו"א
בילדער פון הגה"צ רבי אפרים פישל גרובער זצ"ל
"אחד מגאוני וצדיקי ירושלים שהסתובב בד' אמותיו של רביה"ז, והיה מחסידיו המקורבים ביותר, הינו ללא ספק הגה"צ רבי אפרים פישל גרובער זצ"ל, חסידא ופרישא ויושב באהלה של תורה כל ימיו מתוך הדחק, מנקיי הדעת שבירושלים ומרביץ תורה בין גבולותיה, אביו של הר"מ בישיבתנו הק' הבלתי נשכח הגאון רבי נטע גרובער ז"ל ושאר בני המשפחה הרבנים הגאונים, וחמיו של כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א."
בשיעור לתלמידים
דער ר' ישעי מרדכי איז געווען א פעטער פון ר' שלום וויינבערגער פון קרית יואל פאטער פון ר' שלמה זלמן מגי"שחיים בער וויינשטאק האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 02, 2023 5:38 amדער באליבטער זיסער אידל - ר' ישעי' מרדכי!טישאונבענקל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 01, 2023 8:15 pmדער אידל האט געהייסן ר' ישעי' מרדכי וויינבערגער. מען האט אים גערופן דער אלטער וויינבערגער. אן עלנדער איד, א מלחמה איבערלעבער. ער האט געוואוינט דארט העכער דעם עלעקטרישן (האַס) אויף רחוב מאה שערים. ער איז געווען א סאטמאר חסיד, געדאוונט אין אהל רחל.
זיין טלית קטן.. שטימט.
געוואוינט טאקע אין מאה שערים 15
געוועהן עלנד? נישט געוואוסט. מעגליך סוף ימיו.
'דער אלטער וויינבערגער' האבן אים גערופן אפשר די 3'טע-גענעראציע-סאמטאר-קינדער.
אונז האבן אים געקנעט אלס 'ר'ישעי' מרדכי'.
געוועהן א מקרי דרדקי אין תולדות אהרן כתה א' ביז לערך תשל"ד (ביים בילד פון די תלמוד תורה וואס איז געשטעלט איין בלאט פריער איז ער שוין נישט דא)
איך האב היצט נישט קיין צייט פארשטעלן ווי אזוי זיין מלומדות האט אויס געזעהן - יא, א לאגער איד, אבער ער האט ליב געהאט די קינדערלעך אהבת נפש.
די תלמידים זיינע האבן מיט געהאט שייכות און באקאנטשאפט שוין זייענ'דיג נאך דער חתונה.
איך ווייס נישט פאר וואס, אבער ביי די קינדער האט ער געהייסן 'ר' שיע'. אזוי.
אמערדעשוין, אויך דער כתה ב' מלמד, ר' זונדל זעליקאוויטש ז"ל, איז געוועהן א לאגער איד, און די קינדער זענען געוועהן ביים אים באליבט מיט האניג זיס ליבשאפט. דאגעגן זענען געוועהן מלמדים וואס זענען נישט געוועהן לאגער געליטענע, וואס האבן ...
הלאו! נידער מיט די פרעכע השכלה ליצנות אויפן מלמד וואס רייט אויך די קריגס געליטענע...
אקעי, נעקסט...
אי"ה וועלעך צוריקומען צום אין און צו ר' זונדל'ען.
מ'קען אפשר איבערלייגן אדער שיקן אין אישי, יישר כח!
אה ר' חיים ז"ל, אמאל אלס קינד האב איך געכאפט פון איינעם א (געזינטן) פראסק, האט ער זיך פיין אנגענומען פאר מיר, זכור אותו האיש לטוב, זיין ליבליכקייט ביגלט מיין פארווייטוגטע באק נאך עד היום הזה!
ווי איך האב געהערט יענער צייט (גראדע האב איך מיך געטראפן מיט אים טאקע ביי א אנטיק פארקויף... געזיצן שעות אויף שעות ביי אונז)
וואו קען מען באקומען אלטע אנ"ש תו"א בלעטל? כזוך נייטיג א גליון פון ערגעץ אינמיטן ווינטער