"בקודש חזיתיך" - גליון ע"י מוסדות יטב לב (מהר"א) בארה"ק
טראץ דעם וואס דער ציל פונעם גליון איז "פאנדרעיזינג" ממילא איז עס אפשר נישט אין כלל פון די אנדערע וועכנטליכע אדער חודש'ליכע אויסגאבעס וואס ווערן דא אויסגעשמועסט בדרך כלל, פארט האט מיך דער גליון געכאפט מיט פארשידענע אינטערעסאנטע און באלערנדע קאלומס, וואס אין א וועלט ווען פאנדרעיזינג איז באזירט אויף לופטיגע מעשיות, האב איך באוואונדערט אז זיי לייגן אריין קוואליטעט דערין.
-
פארגאנגענעם חודש שבט האבן זיי געהאט דארט עטליכע בילדער פון א מעמד הנחת אבן הפנה אין ירושלים עיה"ק בשנת תש"י, בהשתתפות שרי התורה ובראשם הגה"צ רבי זעליג ראובן בענגיס זצ"ל גאב"ד ירושלים, האב איך באמערקט דארט א טעות ביים אידענטיפיצירן איינע פון די משתתפים, אני הצעיר כדרכי האב איך געשיקט א תמימות'דיגע אימעיל צו די מערכת און זיי אויפמערקזאם געמאכט אויפן טעות.
צו מיין איבעראשונג, אנדערש ווי ביי אנדערע "באצאלטע" אויסגאבעס, וואו מיינע ווערטער זענען געפאלן כמ"פ אויף טויבע אויערן, האט דער מערכת די חודש איבערגעשטעלט דעם בילד מיט די אויסגעבעסערטע אינפארמאציע, ממנו ילמדו וכן יעשו.
(יעצט ווייסט איר פארוואס איך האב געעפנט דעם אשכול?....)
בייגעלייגט איז דער בקודש חזיתיך פון חודש אדר א' - און דער אויסשניט פון די תיקון
- אטעטשמענטס
-
- ht.pdf
- (5.2 MiB) געווארן דאונלאודעד 297 מאל