זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)
מעדיטעשען וואס מיינט עס?
הא?
אין קורצן מיינט עס, אז מ'מאכט די מח זאל גיין פון די באטא כוואליעס אראפ צו אלפא אדער גאר טאטא כוואליעס.
די מח פראדעצירט כוואליעס.
'באטא' טייטשט פון 12 כוואליעס א סקונדע און מער.
'אלפא' איז פון בערך צוועלעף צו אכט כוואליעס א סקונדע.
'טאטא' איז פון אכט צו פינף כוואליעס אין איין סקונדע
און 'דאלטא' איז פון פינף און אראפ כוואליעס פער סקונדע.
פון בערך די פערצן יאר גייט די מח ארויף פון אלפא (7.5 צו 12.5) אריין צו באטא
א קליין בעביס מח איז דאלטא ארויף צו טאטא און דערנאך ביי אכט יאר און ארויף צו אלפא (בערך)
די אינטערעסאנטע זאך איז אז ווי ווייניגער כוואליעס, אלץ מער לאזט מען זיך לערנן. דערפאר א בעיבי לאזט זיך דערלערנן זייער שנעל. פון פיר און העכער נאך ווייניגער אבער גענוג. און אזוי ווייטער ווי עלטער, ווי מער כוואליעס פער סקונדע אלץ ווייניגער דערלערנט מען זיך.
אויב דער מח גיט ארויס מער ווי צוואנציג כווואליעס אין איין סקונדע איז דער מענטש גוט קאנצענטרירט, אלערט, וואך, זייער פיין, אבער אנגעצויגען. איז. קלוגשאפט קומט מיט א פרייז. יוסף דעת יוסיף מכאוב.
איז, באטא כוואליעס איז נישט אזוי רואיג, מ'איז אנגעצויגען, באטא כוואליעס דארף מען האבן ערב שבת קודש. ווען מ'נעמט א ראוד טעסט בקיצור. אבער געווענליך סתם אזוי א פינקע טאג דארף מען זיין רואיגער.
וואס טוט מען...
נו...
מעדיטעשען...
פיעסעצנער רבי זצ"ל רופט עס אן השקטה.
מ'שטילט איין דעם מח. בשוא גליו אתה תשבחם.
וויאזוי טוט מען דאס
משה גייט אויף א שטילער פלאץ, ווי קיינער וועט איהם נישט שטערן, און ווי ער דארף נישט מורא האבן אז מ'וועט איהם באמערקען.
ער מאכט זיין מח זאל אנהייבן אראפ צו גיין פון די רוישיגע פופצן כוואליעס צו מער רואיגע צעהן כוואליעס א סקונדע.
וויאזוי טוט ער דאס. איז דא א סוויטש פאר דעם?
הער. איין ווארט.
נאכלאזן. רילעקסעשען.
ס'דא אסאך טאקטיקען וויאזוי צו רילעקסען. אבער סך הכל פון אלעם איז געצילט אויף די מוסעלס פונעם קערפער.
נאכאמאל די "מוסעלס"
דו האסט מוסעלס איבעראל.
די שטערן ווערט איינגעקנייטשט און אויפגעהויבן מיט מוסעלס.
די אויגען ווערט צאמגעצויגן מיט מוסעלס
די שורש פונעם צינג ווערט אנגעצויגן מיט מוסעלס
די מוסעלס ארבעטן אגאנצן טאג, איינגעשטעלט לויט די מוד, לויט די אינערליכן וועטער פונעם מענטש,
די פיס ווערן שטייף ווען מ'פארט בטעות דורך א רויט לייט. אדער מ'באגעגענט א מענטש וואס מ'האט נעכטן געהאט א דין ודברים.
די אקסלן.
אלעס איז דא געצילט צו די מוסעלס
יעצט הערט גוט. לייגט צו קאפ
די מוסעלס קען מען נאכלאזן. ביז אזא מצב וואס מ'קען זיך ממש נישט גלייבן אז מ'קען דאס אזוי ווייט נאכלאזן. אז מ'קען דאס אזוי ווייט רילעקסען.
נאכגעלאזטע מוסקעלס, זענען דירעקט משפיע אויפן מח.
צומאל איז עס די מוסקעלס וואס זענען גורם דער מענטש זאל זיין אנגעצויגן.
על כל פנים מ'קען דאס זייער נאכלאזן, יעדע מוסקעלע באזונדער.
אדרבה פרוביר.
איז 'משה' הייבט אן נאכצולאזן זיינע מוסקעלס. די שטערן, די אויגן ברעמען, די מוסקעלס ארום די אויגען, די ליפן און די צינג. די האלז. די אקסלען, הענט פיס, און נאך און נאך.
'משה' שפאצירט ארום מיט זיין מחשבה זיין קערפער און ווי ער טרעפט א מוסקעל, לאזט ער עס נאך.
מער און מער...
ער זיצט דירעקט נישט אנגעלאנט אינעם קאוטש. משום מעשה שהיה אז ער איז איינגעשלאפן.
און דא וויל איך זאגן אז מענטשן רילעקסען נישט פאר זיי שלאפן איין.
מ'קען שלאפן מיט אנגעצויגענע מוסקעלס אויך. מ'דארף עס רילעקסן.
בקיצור איז אונזער 'משה' זיצט און לאזט נאך אלע מוסקעלס. ער טראכט פון רילעקסינג זאכן.
טראכט פון א פינקע עלעפאנט וואס טראכסטו. אט דאס הייסט טראכן כאילו מ'זעהט עס. ווי עס שטייט אין צעטיל קטן ידמה ויצייר.
על כל פנים 'משה' טראכט פון זאכן וואס רילעקסן. ווינטער פון שנייי וויייסע בערג מיט שניי באדעקטע פיין ביימער און זומער פון שיינע בלומען הערליך סך שענער ווי אין שריפט...
פייגלעך.
און ער האלט קאפ צו רילעקסן, נאכלאזן, זייער שטארק. גאר שטארק. ביז די מח גייט אריין אינעם 'יעצט' ס'איז נישט געווען גארנישט און ס'גייט גארנישט זיין. ס'איז די יעצט. די מח פארגעסט פונעם קערפער. די מח פארגעסט פון צייט. די מח פארגעסט פון גאנצן ארום.
מ'ווערט איינגעזינקען אין זיך.
איין זאך יעצט. די מח כוואליעס ווערן צוביסלעך נאך א צוואנציג מינוט זייער אייניג. זייער די זעלבע. און די מח כוואליעס זענען יעצט בערך אין די געגענט פון צעהן כוואליעס א סקונדע. די חלק מח וואס טראכט און מאכט באשלוסן איז יעצט בעל הבית. אפגעשלאסן פון די איבעריגע חלק מח
און דאן הייבט 'משה' אן צו טראכטן וואס פאר א זאך, וואס פאר א געוואוינהייט ער וויל ס'זאל זיך איהם טוישן מיטן אייבערשטענ'ס הילף
און ער טראכט וויאזוי פיל איך דאן בשעת די געוואוינהייט טוט זיך אפ. ער טראכט וויאזוי ער 'פילט' דאן, ווען ס'שפילט זיך אפ אין איהם די געוואוינהייט וואס ער וויל נישט בייוואוינען קיינמאל מער.
ער זעהט דעם געפיל. און מיטן זעהן דעם געפיל. ווערט ער אויפמערקזאם אויף די זאך וואס ער איז נישט געווען 'אזוי' אויפמערקזאם ביז היינט.
און ער טראכט צו זיך און ער ווייסט און פארשטייט קלאר, אז די געפיל, איז וואס מאכט איהם פראבלעמען, 'די' געפיל שטעלט איהם אריין אין א מצב אויסגעשטעלט צו דעם געוואוינהייט. די געפיל איז איינגעגעסן אינעם קערפער. די געפיל האט זיך פארוואנדעלט אינעם עצמיות פונעם קערפער. די געפיל טרייבט איהם. די געפיל קאנטראלירט איהם צו טון די געוואוינהייט וואס ער וויל פטור ווערן. די געפיל דארף ווערן אויסגעמעקט פונעם קערפער. אויסגעמעקט ווי מ'מעקט אויס עפעס א באג פונעם קאמפיוטער.
אין ספר יושר דברי אמת שטייט אז צו באקומען דעם גוטס דארף מען קודם פיינט האבן דעם שלעכטס. פיינט האבן דעם רע. אזוי טשעפעט מען זיך אפ דערפון.
איז 'משה' טראכט און טראכט און 'זעהט' ממש די געפיל, וואס ער פילט בשעת ער לעבט דורך די נעגעטיווער געוואוינהייט. און ווי מער ער ווערט אויפמערקזאם דערויף אלץ מער ווערט עס ארויסגענומען פון די טיפענישן פון זיין געדאנק און ארויסגעברענגט אויפן אויבערפלאך אזוי אז מיט א קליינעם שעפ מיטן נעץ קען עס ווערן ארויסגענומען
מיר יודן מאמינים בני מאמינים ווייסן אז דער אייבערשטער דער הייליגער באשעפער ברוך הוא איז א כל יכול. ער האט אלעס באשאפן און ער פירט אלעס מיט די עשר ספירות. איז אויב א מענטש איז מכוון צום כל יכול, ער איז מכוון זיין הארץ צום הייליגען באשעפער ברוך הוא.
און ער זאגט און ער טראכט 'הייליגער באשעפער ברוך הוא וואס דו האסט אלעס באשאפן וואס דו ביסט א כל יכול און דו קענסט אלעס, פאר דיר באשעפער איז נישטא קיין שום אפהאלט מיך צו העלפן אז איך זאל מיך טוישן. דו רבש"ע דו קענסט אלעס. פאר דיר איז גארנישט שווער. העלף מיר. איז ווי מער מ'טראכט פונעם אין סופי'שן כח פונעם אין סוף יתעלה. אלץ מער גלייבט מען און ווי מער מ'גלייבט אלץ מער איז עס משפיע אז מ'זאל זיך טוישן. ווי מער איך וועל וויסן און גלייבן ווי שטארק דער אייבערשטער קען אזוי גרינג ווי גארנישט מיך טוישן. אלץ מער וועל איך מיטגיין מיט זיין פלאן מיך צו העלפן. איך וועל נישט שטיין אין וועג מיט מיינע איינרעדענישן אז "וואס זאל איך טון ס'איז באשערט" נאר איך וועל מיך אוועקנעמען. איך וועל אוועקנעמען מיין 'איך' פונעם אייבערשטענס רחמנות'דיגער פלאן.
איך וועל זיין גאנץ מיט איהם. און נישט טראכטן בשום אופן וויאזוי מיין ישועה גייט קומען. אויב א מענטש איז זיך מדבק אין די רחמנות פון אונזער זיסער גוטער וואוילער טאטע אין הימעל. און האפט צו איהם ווי דוד המלך זאגט אין תהלים 'גול על ה' דרכך ובטח עליו והוא יעשה' טייטש ממש דאס, ווארף ארויף אויפן אייבערשטען דיין וועג און פארזיכער זיך אויף איהם אז ער ווייסט וואס איז די בעסטע פאר דיר און ער וועט עס טון פאר דיר אויפן בעסטן אופן. אבער מ'דארף איהם בעטן
תפלה איז לשון פון באהעפטן. מ'דארף זיך באהעפטן צו איהם. באהעפטן צום אין סוף וואו ס'איז נישט שייך קיין עיכובים, אוועק פון זיך, ווי אפהאלט שטייט אין וועג.
להגיד כי ישר ה' צורי ולא עולתה בו. און נישט פון איהם איז די אפהאלט
מיר גלייבן אז דו הייליגער באשעפער ברוך הוא ביסט איין איינציגער גאט. גאט מיינט די אלטימעט שטארקייט. אלקינו ביסט אונזער גאט. ה' אחד ביסט איינס
תמים תהיה עם ה' אלקיך. חזר'ט זיך משה איין און ער ווארפט אלעס ארויף אויף ה'. 'משה' טראכט נישט בשום אופן א פלאן וויאזוי ער גייט געהאלפן ווערן. ער ווארפט אלעס ארויף אויפן אייבערשטענס רחמנות.
'משה' חזר'ט זיך, אז דער אייבערשטער איז לחכמתו אין קץ. לידועתו אין קץ. לישועתו אין עיכוב. 'משה' ווייסט מיט וועם ער האט דא אפיר.
און ער זאגט הייליגער גרויסער גאט איך בעט דיך העלף מיר אז איך זאל ווערן אויסגערייניגט פון דעם געפיל העלף מיך. איך בין מודה אז איך בין געווען נישט ריכטיג ביז היינט. העלף מיר. ווייל אויב דו וועסט נישט רחמנות האבן אויף מיר ווער וועט.
און דערנאך טראכט 'משה' צו זיך וויאזוי וויל איך פילן. וואס פונקטליך וויל איך 'פילן' און ער פלאנצט עס איין אין זיך
וויאזוי? איז דא א סוויטש דערפאר.
שטודיעס האבן געוויזן קלאר אז מ'קען טוישן דעם מח, בלויז מיטן טראכטן, בלויז מיטן טראכטן וויאזוי מ'וויל פילן, ווערט מען אן א גוזמא אן אנדערע מענטש.
נייע ניוראנס ווערן געבויעט.
איז דאס איין געוויסען אופן פון מעדיטעשען. איין געוויסן אופן וויאזוי מ'קען אריינגיין אינעם בעקראונד סיסטעם פונעם מח. אינעם הארדווער פונעם מח. אינעם הארדווער פונעם קערפער אינעם הארדווער פונם געפיל טרייבער און טוישן סיסטעמען דארט.
אבער דאס קען מען נאר עררייכן מיטן זיין אינעם אלפא מצב. מיטן זיין אינעם מצב ווען דער מח פרודעצירט ארום צעהן כוואליעס א סקונדע. דאס קען מען נאר עררייכן מיטן זיין אין א מצב פון רילעקסעשען, ווען אלע מוסקלעס זענען טיף טיף רילעקסט. דאן קען מען אריינקריכן אינעם סיסטעם פונעם מח צאמשטעל און באמת פאקטיש טוישן נויוראנס...
דאס קען מען עררייכן מיט מעדיטעשען
מיטן זיצן א שעה א טאג און אריינגיין אין אלפא 7.5-12.5 אדער גאר נאך טיפער. און טראכטן וואס פאר א געפיל מ'וויל ארויסנעמען. און בעטן דעם כל יכול. דעם ענדלאזן גאט וואס ווייסט עד אין סוף. און טראכטן וואס מ'וויל זיין די אידיאלסטע אופן. און מיטן טראכטן אליין קען מען אויסמעקן און ניי-בויען דעם אייגענעם מח. מיט גאטס ב"ה כח