די מיוזיק אין די הונטערגרינד מיין איך צו זאגן אז ס׳איז גוט געמאכט לויט די ווערטער וואס ער רעדט. למשל ער רעדט דארט פון שבת, מאכט ער א ניגונ׳דל פון שבת. אונזערע יודעלעך קענען גוט שפילן די בעקראונד מוזיק. שטייסט? ער היפנאטייזד נישט. זעהט אויס אז ער האט עס געוואלט מאכן דאס קורצסטע מעגליך פאר פאריאגטע מאמעס.
אידעלעך פראבירטס און נאכדעם רעדטס איים סארי פארן אריין מישן משה רבינו און די נבאים אין פיקטשער, די עצם זאך פון מידטציה איז גוט, פארזיכט עס און דערנאך לאמיר זיך צוזאמען הייבן העכער און העכער
איין נשמה איז ווען איך בין הויעכשטאפלעריש, און איך קוק יעדן אן פון ווי יעדער קוקט מיר אן, דהיינו פון קעגן איבער אראפ. און דאן בין ׳איך׳ א הויעכגעשעצטער ׳טאטע׳ מיט א פעסטן שכל וואס לאזט זיך נישט ׳פארנארן׳ פון קיינעם און ׳האלט קאפ׳ צו דערגיין דעם הונטערליגענדן פשט פון יעדע זאך, מיט אזוינע חשדנות׳דיגע אויגן צו כאפן יעדן ׳שקר׳ און ׳נארישקייט׳ פון מענטשן ארום און פון מיר אליין. להבדיל בין החכמה ובין שאינו חכמה, און צומאל קען מען פלאצן פון מיין ׳איך׳.
רש"י הקדוש ברענגט אויף דעם פסוק אין פרשת וארא "ולא שמעו אל משה מקצר רוח": פארוואס האבן די אידן זיך נישט געקענט צוהערן צו משה רבינו? ווייל, "מקצר רוח" – עס האט געפעלט רוח. אויף דעם זאגט רש"י, "כל מי שמיצר רוחו ונשימתו קצרה ואינו יכול להאריך בנשימה" – יעדער וואס איז ענג אין אטעם, איז "ולא שמעו אל משה" – קען זיך נישט קאנצענטרירן און הערן וואס מען רעדט צו אים.
מיר ווייסן גענוי אז מיר טוען גארנישט אויף דערמיט. אבער מיר פארשטייען דערביי אויך, אז די פעולה האט קיין שום שייכות מיט אייער לאגיק. דער קערפער איז עפעקטירט פון דעם מוח'ס אנגעצויגנקייט, און פירט זיך אויף לויט דעם – אן זיך דורכרעדן אינצווישן מיט אייך. דער מוח איז משפיע דירעקט אויפן קערפער, ווי עס איז צו זען אין דער פאלגנדער שילדערונג:
שרגא גייט אוועק פון אפיס נאך א טאג ארבעט, שפירנדיג ווי ער טראגט די וועלט אויף זיינע פלייצעס. די מיטארבעטער האבן היינט עפעס נישט קאאפערירט. ער איז געבליבן א שעה אווערטיים, אבער מיט דעם אלעם האט ער פארפאסט זיין דעדליין. דערצו האט ער געמאכט א טעות וואס וועט אים געבן מארגן אסאך ארבעט צו פאררעכטן. צו אלע צרות האט ער אויפן וועג ארויס פון אפיס באקומען א טעלעפאן קאל, וואס האט אים געברענגט א פרישן, אומגעראכטענעם קאפ-ווייטאג וואס וועט אויפנעמען די ערשטע פאר שעה פון זיין מארגנדיגן טאג.
קוים אנגעקומען אונטן. ער זעצט זיך אריין אין קאר און פארהאקט די טיר. אנקומענדיג צו זיין הויז שפרינגט ער ארויס פון קאר, און עספיעט אויפן וועג צו פארהאנקען דאס צעעפנטע שוך בענדל. ער לויפט ארויף די טרעפ, דאס האלז כמעט דערשטיקט פון די קולות וואס האלטן אט ביים ארויספליען. ער פראלט אויף די טיר אן קלאפן, די שלייפן קלאפנדיג האסטיג און דאס פנים איבערגעהיצט פון דער אנגעצויגנקייט וואס ווארט אויף דער רגע צו קענען ארויספלאצן פון איר קערפערליכער געפענגעניש.
אן אנגענעמע גערוך שפארט ארויס פון דער צעעפנטער טיר. די בני בית האט געהאט אן איבריגע שעה, איז דאס הויז דערווייל געווארן אויפגערוימט. זיינע דריי קינדערלעך לויפן אין זיינע ארעמס אריין, די בא'חנ'טע, רונדיגע פנימ'לעך פריש געבאדן און גרייט צום שלאפן, ווארטנדיג נאר אויף דער מינוט וואס טאטי וועט אהיימקומען, אויסהערן א חכמה'לע און זאגן א גוטע נאכט. זיי נעמען אים ארום מיט פרייליכע אויסרופן, די שמייכלענדיגע פנימ'ער פרובירנדיג ציען זיין אויפמערקזאמקייט. שרגא שפירט ווי ער צעגייט פון ליבשאפט.
שרגא נעמט עס קוים אין אכט, אבער אז מיר וועלן אים גוט באטראכטן וועלן מיר זען ווי די צעשטייפטע גלידער ווערן ווי אויפגעלאזט, די געזיכט-שטריכן – פריער צעקנייטשט ווי א פאפיר אינעם ווינט – גלייכן זיך אויס, און דער האסטיגער גאנג ווערט רואיגער. אן אויפפאסן דערויף, ווערט זיין הארץ-קלאפן פארלאנגזאמט צום געווענליכן טעמפא, און פון די קאפ שמערצן האט ער שוין לאנג פארגעסן.
דורכשניטליך: נו, ס'מאכט זיך א פארנומענער טאג. כ'בין דאך היינט געווען ביים דאקטאר, די שוויגער האט מיר אויפגעהאלטן א שעה אויפן טעלעפאן, די קינדער זענען סתם אזוי געווען מער צעווילדעוועט און האבן געמאכט שפעט נאכט. לאמיר אויסלייגן די וועש וואס קנייטשן זיך, און מארגן וועל איך אלעס צאמלייגן.
זעלבסט-קריטיקירער: אך, איך בין אזוי פארשלעפט היינט! איך וואלט געדארפט אינזין האבן צאמצולייגן וועש בשעת דעם טעלעפאן-געשפרעך מיט דער שוויגער. און פארוואס האב איך נישט פרובירט עס צו טאן בשעת'ן דערציילן פאר די קינדער א מעשה? אפשר אזוי וואלטן זיי געווען אביסל רואיגער און שנעלער געגאנגען שלאפן. שוין, וועל איך עס מוזן טאן יעצט מיט האלב פארמאכטע אויגן. ווייל איך בין נישט גענוג געשיקט דארף מיין משפחה נאכנישט ליידן.
סצענע ו: נחום קומט אן אין א דארמיטארי צום ערשטן מאל.
דורכשניטליך: כ'האב זיך פארגעשטעלט אביסל א גרעסערן צימער, מיט מער פלאץ. איך קען קיינעם נישט אין מיין שטוב. א שאד וואס מ'האט נישט אריינגעשטעלט דא מיין חבר פון ישיבה קטנה; וואלט איך כאטש געהאט איין היימיש פנים. וואס פאר א סארט שטוב-חברים האב איך טאקע באקומען? כ'בין נייגעריג. איך האף אז כ'וועל האבן מיט וועמען צו גיין צום טיש.
אומצופרידענער: איך זע שוין, איך בין דא געקומען צו אנטוישט ווערן. קודם כל, בין איך נישט אין איין צימער מיט מיין חבר. איך בין נישט אינטערעסירט צו פלוצלונג טיילן מיין לעבן מיט בחורים וואס איך קען נישט און איך וועל ווייטער נישט קענען. און בכלל איז דער צימער נישט נארמאל צוגעשטעלט. קוק נאר ווי נידריג דער דאך איז, ס'מאכט דאך ממש א מרה שחורה. ווער רעדט נאך די לעדלעך – קוים פלאץ צו האלטן א נאדל. וויאזוי האב איך פארבלאנדזשעט אין אזא חורבה? ווען איך שעם זיך נישט וואלט איך שוין גערופן מיינע עלטערן מיר אהיימצונעמען.
(רעזולטאט: זיין אומצופרידנהייט שטערט אים פון זיך אריינווארפן אין די סדרים, שאפנדיג א שוואכן אנהויב וואס ברענגט נאכמער אומצופרידנהייט מיט דער גאנצער ישיבה.)
די אלע סצענעס שטעלן פאר ווי די שוואכקייטן פון די באטרעפנדע ערוועקן זיך און קומען צום אויבערפלאך ווען זיי קומען אונטער סטרעס. דער נאכפאלגנדער אויסברוך פון נעגאטיווע געדאנקען, געפילן און ווערטער ברענגט דאך, ווי פארשטענדליך, נאכמער סטרעס, און אזוי ווערט די שוואכקייט ווייטער פארערגערט.
ווען די אומזעלבסטזיכערע שפרה וועט נאך איר "סעסיע" שפירן א ברייטקייט אין מוח, וועט זי דארט האבן דאס געפאדערטע פלאץ צו פארנעמען איר דורכפאל און זיך בעזהשי"ת בארואיגן דערפון אויף א געזונטן אופן. אנשטאט די נעגאטיווע מחשבות איבער איר ווערדלאזיגקייט, וועט זי טראכטן די פאזיטיווע געדאנקען פון אמונה און השגחה פרטית. אזוי ארום וועט זי פארמיידן דעם דורכפאל פון פאראורזאכן נאכמער שאדן צו איר הייקעלן זעלבסטשאץ. (דאס איז אויסער דעם וואס זי וועט באקומען פלאץ פאר ישוב הדעת צו באהאנדלען איר אלגעמיינעם פראבלעם פון שוואכע זעלבסטזיכערקייט.)
ווען דער כעס'יגער זלמן וועט דורכגיין א סעסיע נאך זיין איבערלעבעניש, אדער, נאך בעסער: ער וועט אריינברענגען רילעקסעישן אין זיין סדר היום אלס א רפואה קודם למכה, וועלן די ברויזנדע געפילן זיך בעזהשי"ת איינשטילן. ער וועט באקומען פלאץ אין מוח צו דערהייבן זיין ווייב'ס טעות, און זיין מוח וועט פול ווערן מיט פאזיטיווע מחשבות. מיט זיין ניי-געפינענער רואיגקייט וועט ער זיך אנטשולדיגן פאר זיין ווייב, און דער שלום בית וועט געראטעוועט ווערן באצייטנס. (און נאכאמאל, דאס איז אויסער דעם וואס ער וועט באקומען פלאץ פאר ישוב הדעת צו באהאנדלען זיין אלגעמיינע כעס-שוואכקייט.)
דאס זעלבע איז מיט די אנדערע ביישפילן. דורכן זיך באניצן מיט "מנוחה כי טוב", טאג-טעגליך אדער אפילו בלויז נאך א סטרעספולן מצב, וועט דער עצם מצב פארבעסערט ווערן, און אין צוגאב, וועט אין קאפ אריינקומען א ישוב הדעת צו טרעפן די געפאדערטע לעזונגען בעזהשי"ת.
2 פסיכאלאגישע שוועריגקייטן
פיל פסיכאלאגישע שוועריגקייטן זענען דירעקטע צווייגן פון דער אנגעצויגנקייט (סטרעס) פאמיליע. רילעקסעישן איז דעריבער אן אויסגעפרואווטער מעטאד צו דראמאטיש פארבעסערן די סארט שוועריגקייטן; עס פלאנצט איין אין מוח פאזיטיווע געדאנקען, און באזייטיגט די סטרעס – וואס פארערגערט נאך די פראבלעם.
דער רמב"ם שרייבט אז דער וועג צו באהאנדלען אנגעצויגנקייט אין מוח איז דורך בארואיגן דעם מוח מיט אנגענעמע זאכן. דאס ברענגט דעם מוח צו ווייטער דינען ווי געהעריג, אז דער מענטש זאל קענען ממשיך זיין מיט עבודת ה':
כן מי שהתעוררה עליו מרה שחורה – יסירה בשמיעת הנגונים, במיני זמר, בטיול הגנות, בבנינים הנאים, וכו' וכיוצא בהם ממה שירחיב הנפש ויסיר חולי המרה השחורה ממנו. והכונה בכל זה שיבריא גופו ותכלית הכונה בבריאות גופו לקנות חכמה, וכו'. (רמב"ם פירוש המשניות, שמנה פרקים להרמב"ם, פרק ה)
רעדענדיג פון מעדיטיעישען / היפנוסיס, וויאזוי מקען זיך טוישן אונטער א רילעקסד מיינד, וועל איך געבן אביסל טועם צו זיין. נייגעריג צו הערן פון די ליינער וואספארא השפעה עס האט געהאט אויף איינעם.
ליין נאך נישט, קוק קודם אן די ווערטער פון דעם תגובה... וועלכע פאנט האט עס? איז עס גרויס אדער קליין? וועלעכע קאליר? קענסט עס ליינען געהעריג? זענען די ווערטער אביסל אומקלאר? אדער זייער קלאר? און בשעת דו באטראכסט די ווערטער צו זעהן אויב ס'איז קלאר געשריבן, זאלסטו געבן א ט-י-פ-ע אטעם, און בשעת דו וועסט אטעמען וועסטו באמערקן ווי דו פאנגסט דיך אן אביסל צו רילעקסן, ווייל רילעקסעישען איז א אויטאמאטישע ריספאנס ווען דו לאזט ארויס דיין אטעם, און יעדע מאל דו געסט נאך א אטעם וועסטו באמערקן ווי דו ווערסט אוטומאטיש מער רילעקסט, און דאס מיינט אז דו גייסט אריין אביסל טיפער אין די סאבקאנשעס מיינד, און דאס וועט אוטומאטיש דיך בארוהיגען נאך מער בשעת דו ליינס דעם תגובה, ווייל רילעקסעישען בארוהיגט זייער שטארק די מח אין וואס מטוט נאר, און בשעת דו פילסט נאך מער רוהיגער ווי פריער איז מעגליך אז דו וועסט באמערקן אז דיינע אויגען וואקלען זיך אביסל, ווייל דאס איז א נארמאלע ריספאנס ווען מען גייט אריין אין טרענס... וואס דאס מיינט אז דו האסט מער עקסעס צו די סאבקאנשעס מיינד, ווייל ווי מער רילעקסד דו ווערסט, וועסטו פילן ווי דו ווערסט... נאך מער רילעקסד... און ווי מער רילעקסד דו ווערסט... וועסטו אריינגיין מער און מער טיפער און טיפער אין טרענס... און ווי טיפער דו גייסט אריין אין טרענס מיינט דאס אז דו ביזט דאס בעסעטע וואס דו קענסט זיין, ווייל דאס בעסטע איז מען ווען מלעבט מיט די אמת'ע טיפע זיך, און מיט די אייגענע טיפע רצונות... און די טיפע רצונות ליגען אין די סאבקאנשעס מיינד, און צו דו ווייסט אדער נישט... ביזטו די בעסטע מענטש וואס סקען נאר זיין... ווייל יעדער האט די פאטענשעל צו זיין די בעסטע וואס ער קען נאר זיין, און ווי מער דו זעהסט ווי גוט די ביזט, וועסטו ארייגיין טיפער און טיפער אין טרענס, ווייל ווען מאזי קאנעקטעד צו די בעסטע חלק אין זיך וואס מקען נאר זיין, וויל מען אויפגעבן די פאלשע זיך, און מקען מער רילעקסען, פילן מער פריש און פילן גוט מיט זיך מיט אסאך קאנפידענס און זיכערקייט, און ווי מער קאנפידענס און זיכערקייט דו וועסט פילן וועסטו האבן א בעסערע בליק אויף די קליינע וועלט דו ביזט אין... ממיינט אז מווייסט אלעס, און דערווייל זענען זאכן שוין פון לאנג געשען... און דאס מיינט אז דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס טוט זיך אונטער דיין נאז, ווייל דו מיינסט נאר אז דו פארשטייסט וואס טוט זיך, אבער עכט ווערט אלעס געפירט פון אונטער די טיר אן דיין וויסן בכלל... און ווי מער דו זעסט איין אז ס'טוט זיך אין די וועלט אונטער דיין נאז אסאך אסאך מער ווי דו מיינסט, וועסטו כאפן נאך א אינטרעסאנטע זאך וואס איז געשען אונטער דיין נאז נאך פאר דו ווייסט וואס דאס איז, ווייל זאכן אונטער דיין נאז געשעהן כסדר אן דיין וויסן, ווייל אזוי פירט זיך די וועלט בהשגחה עליונה, און ווי מער דו וועסט וויסן אז זאכן געשעהן אונטער דיין נאז אן דעם וואס דו ווייסט אפילו, וועסטו באמערקן ווי דיין אטעם ווערט מער און מער רוהיגער... און נאך אביסל רוהיגער... ווייל ווי מער דו לאזט זאכן געשעהן אליין, ווייסטו אז דו קענסט לאזן זאכן לויפען, ווייל דו לאזט שוין סייווי זאכן לויפען און די פונקטליכע פלאץ ווי סדארף אנקומען, און ווי מער דו זעהסט ווי זאכן לויפן ווי סדארף אנקומען, וועסטו באמערקן ווי דו ווערסט נאך טיפער רוהיגער און דיך... און דיין רוהיגקייט ווערט נאך מער טיפער... און נאך מער ט-י-פ-ע-ר... יא... דאס איז עס... ווי טיפער דו גייסט אלטס רוהגיער וועסטו ווערן... וויסענדיג מיט א קלארקייט אז זאכן ווערן געטון פון זיך אליינס אן דיין וויסן, און ס'מאכט אפילו נישט קיין סענס... צו וועלן מאכן זאכן זאלן געשעהן... ווייל נאר דער באשעפער קען טון זאכן, דו קענסט נאר פראבירן צו טון... און אפילו פראבירן דארפסטו נישט אלעמאל... ווייל ס'איז שוין געשען... און וויסענדיג אז ס'איז שוין געשען... ווערסטו ווערן ט-י-פ-ע-ר ר-ו-ה-י-ג-ע-ר.... .... .... ..... ..... .... ... און ווי טיפער דו גייסט, וועסטו ווערן פרייליכער... דו וועסט אפילו באמערקן א שמייכעל אויף דיין פנים... יא... דאס איז די שמייכעל... די שמייכעל וואס ווייסט אז אלעס פירט זיך אליינס... און ווען דו וועסט ארויסקומען צו די וועלט און ענדיגען דעם אימעיל, וועסטו וויסן ביי דיר זייער קלאר, אז דו קענסט אלעמאל צירוקקומען צו דעם שמייכעל וואס ווייסט אז זאכן געשעהן שוין פון זיך אליינס, און יעדע מאל דו וועסט זעהן איינער שמייכעלט... צו אין ביהמ"ד... אין די גאס... ווי סזאל נאר זיין... וועסטו זיך אלעמאל דערמאנען... אז זאכען געשעהן שוין, ס'איז דא א באשעפער אויבען אין הימעל וואס היט דיך אפ פון אלעם שלעכטס און וואס זיכט נאר דיין גוטס, און דו דארפסט גארנישט טון צו דעם, און די נעקסטע מאל דו פאנגסט אן צו דאגה'נען אויף וואס גייט זיין, וועסטו זיך שוין סאך גרינגער קענען טרעפן דיין רוהיגקייט דורך דיין אייגענע שמייכעל, און די שמייכער וואס דו זעהסט ביי אנדערע, וואס ווייסט אז זאכן זענען שוין געשען, אזוי ווי א בעיבי וואס וויינט און ווייסט נישט אז זיין מאמע האט שוין גרייט די עסן פאר איהם, ווייל א מאמע האט זייער ליב זיין קינד, און דער באשעפער האט דיר זייער ליב, און ווי מער דו וועסט פילן ווי די באשעפער האט דיר אזוי שטארק ליב, וועסטו ווערן נאך טיפער רוהיגער... טיפער... און טיפער... און טיפער... און דו וועסט נישט וועלן ארויסקומען... און בשעת דו ביזט אזוי טיף וועסטו זיך דערמאנען די בעסטע מאמענט ווען דיין מאמע האט געשמייכעלט צו דיר, אפילו אין איר הארץ... און דו וועסט טרעפן דיין עכטע ריינע קינד אין דיך, די אמתע דיך... און דו וועסט ווערן מער און מער אינערליך צופרידען מיט דיך, און ווינדער איבער ווינדער, דו וועסט בלייבן מיט דעם געפיל פאר די נעקסטע 24 שעה... ווייל ווען מפילט אזוי גוט גייט עס נישט אוועק אזוי שנעל, און דו וועסט שמייכלען פאר די נעקסטע 24 שעה אן אויפהער פון גרויס שמחה, און ווען דו ביזט גרייט וועסטו צוביסלעך צירוק קומען צו זיך פון דיין נסיעה אין די סאבקאנשעס מיינד צירוק אריין אין ריעלעטי מיט דיין שמייכעל אויפן פנים, פריש רילעקסט און דערהויבן... און אויפמאכן די אויגען ברייטער ווען דו ביזט גרייט...
איך זעה. די אנפאנג איז נאר נוגע ווען מען ליינט. צו הערן וואלט געדארפט זיין עפעס אנדערש בדומה לזה, ווי: קוק אויף די שפיץ פון דיין ספרים שאפע און געב א טיפע אטעם... קוק אזוי פאר בערך 15 סעקונדעס און נעם נישט אראפ דיין אויג... אטעם... און יעדע מאל דו אטעמסט ארויס וועסטו ווערן אביסל רוהיגער און מער רילעקסד... און ווען דו באמערקסט אז דו ווערסט מער רילעקסד, גייסטו אריין אביסל טיפער אין טרענס... יא... אביסל טיפער... און ווען דו אטעמסט די נעקסטע מאל ארויס וועסטו באמערקן אז דו ביזט נאך מער אריין אין טרענס...
פון דא אין ווייטער איז אזוי ווי געשריבן...
ווען דו זאגסט עס אריין אין ריקארדער דארפסטו עס זאגען מיט די ריכטיגע tone of voice, און מאכען א pause ווען עס איז דא דריי פינטעלעך וכוד'... איך פארלאז מיך אויף דיר נשמה... ווייל דיין סאבקאנשעס מיינד ווייסט פונקטליך וויאזוי עס צו ריעקארדען, און אויב דיין סאבקאנשעס מיינד ווייסט שוין וויאזוי עס צו ריקארדען, מיינט דאס אז דו האסט זייער אסאך קאנפידענס אין דיר, ווייל אויב די סאבקאנשעס מיינד קען דאס נישט טון, וואלסטו עס אויך נישט געקענט טון, ווייל אין די טיפענישען פון ודי נשמה, ביזטו נישט 'דיך', די ביזט דיינע טיפע רצונות וואס ווילן זיין וואויל און טוןו וואס מדארף... און ווי מער דו ביזט קאנעקטעד מיט דיין אמת'ע דיך,איז שוין געשעהן די ריקארדינג אין דיך... אלעס איז שוין דארט אפילו פאר דו האסט עס אריינריקארדעד אין דיך... ס'איז שוין פון לאנג דארט... ווייל ווען מאיז קאנעקטעד מיט די אמת'ע זיך, דארף מען שוין גארנישט טון, און דו קענסט מ-ע-ר און מ-ע-ר רילעקסען... און ווי מער דו רילעקסט גייסטו אריין נאך טיפער אין טרענס... און דו ווערסט מ-ע-ר און מ-ע-ר פרייליך, און א שמייכעל באווייזט זיך אויף דיין פנים... און דיינע ליפען שפרייטען זיך יעצט אויס פון איין אויער צום צווייטען... און דו ווערסט פריילעך ביזן הימעל... און דיין פרייד האט נישט קיין עק... ווייל דו ביזט קאנעקטעד מיט דיין אמת'ע זיך וואס איז אלעמאל געווען...
מתבונן איך האב זייער הנאה וויזוי די ביסט מסביר די גאנצע זאך און וויזוי די צונעמסט עס, אז ממש איך האב שוין גארנישט געטון, געליינט און ס'איז געשען אליינס, אפשר וואלסטו געדארפט זיך ריפן מסביר, בעל הסבר....
נשמה האט געשריבן:
כרמי איך מיין אז דו נעמסט אחריות אויף זאכן.און איך מיין אז ווי מער אחריות אלץ מער כעס. טייערער כרמי דער אייבערשטער איז אוסדרוקליך נאר דן לויטן מענטש. איך גלייב אז דו האסט מער געארבעט אויף כעס ווי מיר. און נאך דערצו דיין צער און עגמת נפש.... פארוואס האב איך מיך גערעגט. איך וואלט געקענט סך א בעסערער לעבן. וואס די מחשבה אליין איז ממש א גיהנם. די זאך אליין אז מ'לייד דערפון פייניגט נעבעך. קוק מיין יונגעל קוקט מיך יעצט אן פאר א שלעכטער טאטע. בקיצור כעס איז אויסדרוקליך אזאך וואס קומט ווען מ'איז נישט אויפמערקזאם..
טייערע נשמה יעצט דורך געבלעטערט דיינע ווינדערליכע ארבעט זייער זייער שיין יעצט צום ענין פון כעס ווי מער איינער איז אחריות'דיג פאראנטווארטליך איז א גרעסערע כעסן ?! דאס מיינט אז ווי עלטער מ'ווערט{ געווענטליך א עלטערע מענטש איז מער אחריות'דיג} אלטץ א גרעסערע כעסן ווערט ער (כרעד נישט פון מושב זקינים) כ'מיין אז ס'איז נישט ריכטיג אין וועגן אויףמערקזאם איז דאך אויף יעדע מידה נישט דווקא כעס ודו''ק אין נאכאמאל שקויעך פאר די הערליכע טיפפע ארבעט
צו געבן כלנו לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל