Re: זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)
דאס ווארט 'מעדיטאציע' איז טייטש 'focusing' אדער 'קאנצעטרירן', ד.ה. אז מ'נעמט א געוויסע נקודה וואס מ'גלייבט דערין אבער מ'האט נישט קיין הוכחות דערצו, מ'קאנצעטרירט דערויף אזוי שטארק און אזוי לאנג ביז ס'ווערט א טייל פונעם מענטש. דאן איז עס שוין אזא קלארע זאך ביים מענטש אז ער דארף מער נישט קיין הוכחות דערצו, ער פילט עס אין אלע רמ"ח איברים זיינע. יעצט, דער טעכניק איז שוין גאר אן אלטער, און אלע רעליגיעס (אריינגערענט אידישקייט) נוצן דאס יעדער אויף זייער אופן, און יעדער נוצט עס אויף זייערע אמונות. דער טעכניק בעצם האט אבער גארנישט מיט עבודה זרה אדער רעליגיע צוטון, מ'קען עס אפילו נוצן אויף אומרעליגיעזע אמונות אויך.
יעצט לאמיר צוריקגיין א מינוט פון וואו די צומישעניש קומט, כ'על צאמווארפן אפאר פאקטן שלא על הסדר אז מ'זאל כאפן וואס גייט דא פאר. הינדואיזם איז די רעליגיע פון די אינדיאנער (די עכטע אינדיאנער, נישט די אמעריקאנע), און ביי זיי שפילט תפילה און מעדיטאציע א צענטראלע ראלע. אויב ביי אונז זענען די שולן אנגעפילט מיט לומדי תורה, זענען זייערע טעמפלס להבדיל פול מיט 'מעדיטירער', מ'זיצט און מ'קאנצעטרירט זיך בדבקות (פרעג מיך נישט אויף וואס ווייל איך ווייס נישט). סידדהאטא גואטאמא איז געווען אן אינדיאנער פרינץ וועלכע האט געלעבט מיט ארום 2,500 טויזענט יאר צוריק, און ער איז אופגעקומען מיט א פסיכאלאגישע מהלך החיים וויאזוי א מענטש קען פטור ווערן פון ווייטאגליכע געפילן. אזויווי ער איז דאך אויפגעוואקסן אלס א הינדו איז רוב פון זיין דאס געבויעט אויף הינדואישע מושגים, און נישט נאר וואס ער האט זיך אסאך באנוצט מיט מעדיטאציע אין זיין נייע רעליגיע, ער האט עס נאך ארויפגעשטעלט אויף פיל א חשובערע ארט אזש זיין נייע רעליגיע איז געווארן סינאנים מיט מעדיטאציע. זיינע נאכפאלגער האבן איהם שפעטער באטיטלט מיט'ן נאמען 'דער בודהא' וואס טייטשט 'The enlightened one' אדער 'דער חכם', און פון דארט שטאמט דער נאמען בודדהיזם. ס'נישט וויכטיג אריינצוגיין אין די חילוקים צווישן הינדואיזם און בודדהיזם, אזויפיל וועל איך נאר זאגן אז אין הינדואיזם טראגט דער בודדהא אזא חשיבות בערך ווי יאשקע טראגט ביי אונז, די הינדוס האלטן אז ער איז געווען א שליח פונעם שטן צו פארפירן מענטשן. יאשקע האט טאקע געבויט רוב פון זיינע שיטות אויף אידישקייט, אבער יעדער פארשטייט אז ס'האט מיט אידישקייט קיין שייכות, די זעלבע איז לגבי בודדהיזם. יעצט מ'קען דן זיין צו דער בודדהא אליינס האט געגלייבט אין א גאט אדער רוחניות, גערעדט דערפון האט ער קיינמאל נישט אפילו ברמיזה, אין די וועלט פון רעליגיעס ווערט בודדהיזם באצייכנט ווי אן אטאיסטישע רעליגיע. פארוואס ווערט עס אנגערופן א רעליגיע? אין די טעכנישע זין פונעם ווארט מיינט רעליגיע א 'מהלך החיים' א וועג פון לעבן וואס פירט (כלומר'שט) צום תכלית הנרצה, און בודדהיזם פאלט אריין אין דעם קאטעגאריע. דאס וואס מ'זעהט אז געוויסע בודדהיסטישע סעקטעס האבן גרויסע סטאטוען פונעם בודדהא און זיי בוקן זיך צו איהם און זיי טוען געוויסע רעליגיעזע עבודות ארום דעם מיינט נאכנישט אז זיי דינען בודדהא, די בודדהיסטן גלייבן נישט עכט אין השארת הנפש, דער בודדהא איז געשטארבן און ער עקזיסטירט נישט מער. ס'איז מער אן ענין פון כבוד הרב און זיך מדבק זיין אין זיינע תורות, אז בודדהא זאל זיי קענען עפעס העלפן פונעם עולם העליון מאן דכר שמיה, זיי גלייבן ניטאמאל אין די אלע זאכן.
לסיכום: א. מעדיטאציע איז פארשפרייט געווארן אין דער סעקולארע וועלט דורך בודדהיזם (איינס פון די איינציגסטע דריי רעליגיעס וועלכע זענען אקטיוו צו פארכאפן מענטשן) וועלכע האט עס גענומען פון הינדואיזם, הינדואיזם איז עבודה זרה, בודדהיזם איז נישט.
ב. מעדיטאציע קען גענוצט ווערן אויף וואס מ'וויל, אידישקייט, עבודה זרה, און אפילו סתם שטותים.