נשמה האט געשריבן: איך האף אז איינער פארשטייט מיך דא.
שוין איינמאל!
יישר כח נשמה טייערע
ווי איך האב פארשטאנען פון וואס דו האסט געשריבן וועגן נוראנס אז די העמקת המחשבה וועט טוישן די אוטאמאטישע סיסטעם פונעם מענטש,
צוב"ש אויב א מענטש איז אמאל אריבער א פלאץ און א הינט איז אים אנטקעגן געלויפן און ער האט זיך דערשראקן, א צייט שפעטער איז אים נאכאמאל אויסגעקומען צו זיין ביי יענע גאס און אודך איז אים אויסגעקומען צו באגעגענען א הינט אדער וואס אימער ס'האט אים געמאכט דערשראקן, צוביסלעך געוואוינט זיך די מוח צו אז יענע גאס מיינט שרעק, און ווען ער וויל נאכאמאל גיין אויף יענע גאס שיקט די מוח א מעסעדזש (נוראנס) גיב אכטונג,
דאס זעלבע אויב דו מוח איז איינגעוואוינט אז ווען עפעס געשעהט אנדערש ווי כ'האב געוואלט, די גרעיפ דזשוס גיסט זיך אויס, שיקט די מוח גלייך ארויס א מעסעדזש לויט די ביז איצטיגע געוואוינהייט,
און אנדערע ווערטער, די מוח קאנעקט אוטאמאטיש צוויי זאכן אן איבערגיין יעדעס מאל אויב צו וואס און ווען, אפילו זאכן האבן זיך שוין געטוישט אדער וויל איך זיי טוישן,
איז די עצה צו ריסעטן די אוטאמאטישע קאנעקשן (נוראנס) פון די מוח, און אריינלייגן נייע דעטע, פארשטייט זיך די אידיאלסטע!
כדי דאס צו קענען טון דארף מען זיין אין די מצב וואס דו האסט אזוי שיין צולייגט.
דאס איז בקיצור וואס כ'האב פון דיר פארשטאנען וויאזוי מ'קען זיך טוישן מיט די מעדיטעישאן.