היינטיגען אווענט (למספרם איז עס געווען נעכטען) איז געווען א קאנפרענץ קאלל און א אויפקלערונג בנוגע דעם גמ"ח - דורך הרב ר' אייזיק דאסקאל און הרב ר' אהרן ארי' אייזענבערג. איך מיין אז דער גמ"ח איז עטוואס א גוטע שטופ בנוגע די חתונה מאכן קריזיס בתוך כלל ישראל, הגם עס איז נאך דא גאר א לאנגע וועג אין די אופן פון שפארן און וויאזוי חתונה צו מאכן אבער א גוטע בענדעידש פאר די מכה איז עס זיכער