מאטי שטיינמעץ
עכ"פ כ'האב געהערט דארט ווי מאטי לייגט אראפ א חלק פין די וויזשניצע קה אכסוף, [א זאך וואס איך האב שוין לאנג געזיכט], כ'האב נאכנישט געוויסט ווער דאס איז אבער די שטימע, אה די שטים בענדעלעך, אזא שטימע !, כ'האב געטראכט ווער איז דאס ? אזא פולע שטימע ! אזוי וואסעריג ... אין איך ווער נארמאל נישט נתפעל פין יעדער וואס גריצעלט אין א מייק, אבער דא איז געווען א אויסנאם ..... דאס איז א שטימע וואס איז ווערד גאלד, 24 קאראט,
שוין בין איך גאגאנגען זיכען אין געוואר געווארען אז מען רעדט דא פין איינער וואס ריפט זיך מאטי שטיינמעץ אין ער איז א וויזשניצער פין בני ברק.
שוין איז קודם מאטי טייערער שלום עליכם ! איך הייס חזקיהו המלך, איך בין ברייט באקאנט דא אויפען וועלטעל אלץ קאנספיראציע ליבהאבער, כ'בעטעך גלייב נישט די לשון הרע'ס, באמת ווייס איך וואס איך רעד, ציביסלעך וועט דער עולם פארשטיין אז איך בין גערעכט,
שוין יעצט אז די ווייסט שוין ווער איך בין, וויל איך דיר בעטען א טובה, ביטע זינג אין רעקארדיר פאר מיר די גאנצע וויזניצע קה אכסוף, כ'האב זייער ליב דעי ניגון אין כ'זיך זיך שוין לאנג עס צי אויסלערנען, סאו פליזזז זינג עס פאר מיר, סתם ווען די האסט נישט וואס צי טוהן..... זינג עס אין שיק מיר עס אויף אימעיל,
מיין אימעיל אדרעס קען איך נישט דא שרייבען אבער קענסט מיר קאנטאקטען אין אישי, אדער פרעג עניבאדי ווי די קענסט טרעפען חזקיהו המלך......
אדער לייג עס אויף די אינטערנט אין לייג דא א לינק, אבער נישט קיין יוא טוב לינק ווייל ס'קעגען די היגע תקנות, כ'מיין אבער ס'בעסער שיקסט נמיר עס פריוואט, העי וואס דארף יעדער הערען מיין קה אכסוף.... שוין, ודי בזה,
ועל כולם, ביסטע א ווארעמע חסידישע אינגערמאן, איז ווען די זינגסט א ווארעמע ניגון האב אינזין זיך צי מקשר זיין צי דעם באשעפער וואס האט דיר געגעבען די טאלאנט, און האב אינזין צי ווארעמען אידישע הערצער צים באשעפער, ודי בזה למשכיל,
ועזבעה"ח
פה עולם העשיה
חזקיהו מלך יהודה