מחירי הדירות - מפקיעי שערים?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע:אויפן טעלעפאן

מחירי הדירות - מפקיעי שערים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

שנאפס האט געשריבן: שוין, מען פארפארט פונעם ענין

ער האט אלע רעכטן צו בעטן א מיליאן דאלער אויך, משוגע איז דער וואס צאלט

שנאפסיל אפי' ס'איז אייער קרוב מעג ער נישט בעטן אין די הימעלייען מיטן אויסגעדראשענעם תירוץ
זעה תשובה פון הגאון ר' יוסף ענגיל ז''ל געווען אין דער איד צוויי וואכן צירוק.
נא שוין מ'פארפארט
צו געבן
כלנו לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אגב ״משוגע איז דער וואס צאלט״ געט נישט קיין היתר צו זיין א מייקר שער
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

אידען קוקען ארויס להצלחת ה'שטעטל ווייל ס'איז אומדערטרעגליך געב א בליק
אטעטשמענטס
839464015.jpeg
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איך קען נישט גוט די נושא פון מייקר השער

איז אויך דא די פראבלעם ווילאנג עס גייט אויפן דרך העולם פון סופליי און דימענד?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20198
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שנאפס האט געשריבן: איך קען נישט גוט די נושא פון מייקר השער

איז אויך דא די פראבלעם ווילאנג עס גייט אויפן דרך העולם פון סופליי און דימענד?

די פראבלים איז ווייל כאטש קיינער גייט נישט יעצט צאלן די פרייז, גייען אבער אנדערע קענען בעטן 500 צו 1000 מער ווי די ביז יעצטיגע פרייז, ווייל "האסט געזעהן וואס יענער בעיט? איך בין ביליג"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שנאפס האט געשריבן: איך קען נישט גוט די נושא פון מייקר השער

איז אויך דא די פראבלעם ווילאנג עס גייט אויפן דרך העולם פון סופליי און דימענד?

נאו פראבלעם, אויבן אין הימל האט אויך יעדע עבירה א מארקעט פרייז, דיע וועלן באצאלן אויף זייערע עבירות טאפ פרייז.....

(וואו קומט עס דא אריין, קשיא...)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יהיה כן האט געשריבן:

איך פרעג באמת, וואס איז די הלכה?

--

אויב דיין גראסערי גייט אנפאנגען בעטן הונדערט דאלער אויף א באטל סאדע וואסער, וועסטו זיין ביזי מיטעם אויף אייוועלט אלס מייקר השער? אדער וועסט קויפן ביים אנדערן קארנער ווי עס איז ביליגער
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

שנאפס האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן: איך קען נישט גוט די נושא פון מייקר השער

איז אויך דא די פראבלעם ווילאנג עס גייט אויפן דרך העולם פון סופליי און דימענד?

נאו פראבלעם, אויבן אין הימל האט אויך יעדע עבירה א מארקעט פרייז, דיע וועלן באצאלן אויף זייערע עבירות טאפ פרייז.....

(וואו קומט עס דא אריין, קשיא...)

איך פרעג באמת, וואס איז די הלכה?

--

אויב דיין גראסערי גייט אנפאנגען בעטן הונדערט דאלער אויף א באטל סאדע וואסער, וועסטו זיין ביזי מיטעם אויף אייוועלט אלס מייקר השער? אדער וועסט קויפן ביים אנדערן קארנער ווי עס איז ביליגער

געוואלדיגע קשיא, די קשיא איז נישט קיין קשיא, ווייל א באטל סאדע וואסער קען ער קריגן ביים אנדערן קארנער אויך, אבער א דירה נישט. א מייקר שער איז נאר דארט ווי עס קען אפעקטירן דעם מארקעט. אויב ער איז פון די איינציגסטע וואס האבן באטלעך סאדע און ער הייבט דעם פרייז דאן איז ער א מייקר שער.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עס איז דא א שולחן ערוך אויף הלכות מייקרי השער, אויף זאכן וואס זענען חיי נפש איז דא א איסור צו זיין א מייקר השער (לכאורה א דירה איז בכלל חיי נפש) א באטל סאדע, מהיכי תיתי, מען קען זיך באגיין אן דעם....
בניד"ד וואלט איך נישט געזאגט אז דער איז מייקר השער, ווייל די מארקעט וועליו פון די געגנט איז שוין ממילא אויף דעם שטאפל, איז ער דאך נישט דער גורם פאר דעם יוקר השער
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אהה, פון דיין צווייטע שורה האב איך גערעדט, ווען די פרייז רוקט זיך ארויף אויפן דרך העולם מיטן הסבר פון סופליי און דימענד, קען מען נישט שרייען מייקר השער

מען דארף גיין אין די גאסן און שרייען אויף זיך אליינס כדרך 'סנעפ' אהעד: מיר זענען משוגע אז מיר וואוינען נאך אין וויליאמסבורג

(גילוי דעת: איך בין נישט קיין לענדלארד, און איך צאל א געשוואלענע רענט)
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

עס קען זיין אז וועגן סופליי ענד דימענד איז מותר אבער עס קען אויך זיין אז נישט. די סופליי/דימענד פאר א פיר בעדרום דירה אויף פינף אלפים אויף די דאזיגע זייט פונעם ברוידוויי שטראססע ווי וויליאמסבורגע יידישע וואוינונגען זינד פארהאנדען איז דאכט זיך נישט געווען און נישט פארהאן.
פסקענען זאל מען לאזן פאר תלמידי חכמים
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: אגב ״משוגע איז דער וואס צאלט״ געט נישט קיין היתר צו זיין א מייקר שער

Gevald Geshrigen האט געשריבן: פסקענען זאל מען לאזן פאר תלמידי חכמים
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שנאפסעלע (זינגט זיך בעסער בחודש אדר) די צאמשטעל פון די צוויי קוואוטס איז נישט ריכטיג.
די פרייז פון סופליי/דימענד איז איין חלק אויף וואס עס איז שייך דן צו זיין ווייל די ריקסט נישט ארויף די פרייז. די עד איז ניטאמאל דא עניטונג קלאוז און אויב עס ווערט א נייע סטענדערד איז עס די זעלבע רשעות ווי די אמאליגע שליסל געלט. עס איז דא א מארקעט וואס רוקט זיך כסדר ארויף און אראפ און עס איז ניט די זעלבע בכלל. יא אין די נארטס צאלט מען מער אויך אבער נאר פא ר א לוקשערי דירה
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

אז דער עולם רעדט שוין בלי ידוע װעגען מייקר שער, עלעך אויך צולייגען מיינע עם הארצישע סברות .

א)איז דען נישט מייקר שער װען איינע אדער עטליכע װאס צוזאמען האבען זיי דעם מאנעפאל אויף א געװיסע זאך שמוסען זיך אן אז מען גייט הייבען די פרייזען? משא״כ אויף אן אפנער מארקעט, אויב איין געװיסע סוחר גייט ארויף, װי אין סאפליי און דעמאנד,?
מיינט דען דאס נישט װאס דער גמרא זאגט ונתיקר וכדו׳?
אויב איז שייך צו פארדינען אויף בילגער, עט ממילא איינער גיין אין מאכען בילגער בפרט דאהי בימינו אלה.
ב)הייסט דאס חיי נפש װען מען קען גיין װאינען װי אימער פאר אסאך בילגער? װילסט דװקא װאוינען ביי דעם װינקעל צאל דער פרייז, בפרט אז ביי קרקע איז נישט דא קיין אונאה

למשל אז בראנערס ברויט גייט ארויף, װעסט די קויפען בייגלס. װילסט דװקא בראנערס צאל די פרייז. אויב אבער אלע בעקערייען שמעוסען זיך אפ אינאיינם צו העכערען קענסט די דאס נישט זאגען. אויסער אויב קען א צװייטער באקען אין פארקויפען פאר בילגער, װידער אויב עס לוינט נישט פאר קיינעם הייסט דאך אז דער פרייז איז ארויפגעגאנגען.
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

יהיה כן האט געשריבן: עס איז דא א שולחן ערוך אויף הלכות מייקרי השער, אויף זאכן וואס זענען חיי נפש איז דא א איסור צו זיין א מייקר השער ( לכאורה א דירה איז בכלל חיי נפש) א באטל סאדע, מהיכי תיתי, מען קען זיך באגיין אן דעם....
בניד"ד וואלט איך נישט געזאגט אז דער איז מייקר השער, ווייל די מארקעט וועליו פון די געגנט איז שוין ממילא אויף דעם שטאפל, איז ער דאך נישט דער גורם פאר דעם יוקר השער

אין וומ"ס דייקא? און וואס איז מיט אין אונאה לקרקעות?

ווערווייסט זאגט ס'זעלבע
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע:אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

שנאפס האט געשריבן: אהה, פון דיין צווייטע שורה האב איך גערעדט, ווען די פרייז רוקט זיך ארויףאויפן דרך העולם מיטן הסבר פון סופליי און דימענד, קען מען נישט שרייעןמייקר השער

מען דארף גיין אין די גאסן און שרייען אויף זיך אליינס כדרך 'סנעפ' אהעד: מיר זענען משוגע אז מיר וואוינען נאך אין וויליאמסבורג

(גילוי דעת: איך בין נישט קיין לענדלארד, און איך צאל א געשוואלענע רענט)

דאס איז דעבע''ב
ווי אזוי רוקטזיך עס?! פון אזוינע הארצלאזע לענדלארד'ס
מדארף נישט שרייען קוק אין תשובת ר' יוסף ענגיל ווי פריער ערווענט
צו געבן
כלנו לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

והמבין יבין האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן: אהה, פון דיין צווייטע שורה האב איך גערעדט, ווען די פרייז רוקט זיך ארויףאויפן דרך העולם מיטן הסבר פון סופליי און דימענד, קען מען נישט שרייעןמייקר השער

מען דארף גיין אין די גאסן און שרייען אויף זיך אליינס כדרך 'סנעפ' אהעד: מיר זענען משוגע אז מיר וואוינען נאך אין וויליאמסבורג

(גילוי דעת: איך בין נישט קיין לענדלארד, און איך צאל א געשוואלענע רענט)

דאס איז דעבע''ב
ווי אזוי רוקטזיך עס?! פון אזוינע הארצלאזע לענדלארד'ס
מדארף נישט שרייען קוק אין תשובת ר' יוסף ענגיל ווי פריער ערווענט

איך בין נישט קיין דיין ממילא האב איך א דעת בעה"ב (מער אמת: א דעת רענטער..), און איך האב קלאר געשריבן אז איך קען נישט די הלכות

איר קענט מיר געבן א לינק צו די תשובה פון ר' יוסף ענגיל?

אגב נישט פארגעסן, אפילו אויב ער איז א מייקר השער, זענען מיר נאך אלס טויט משוגע!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער יעניגער וועלכער האט דא געפרעגט א שאלה וועגן אין אונאה לקרקעות, מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

וואס האט אונאה לקרקעות צו מייקרי השער???????

זיי מוחל לערן סימן רכ"ח הלכות אונאה דאן קומם צוריק פרעגן די קשיא.....
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

אז דו טוהסט יא דורך הלכות פון מייקר זיין השער, פארוואס נישט אויך דורכטוהן דא הלכות אונאה..?

כ'האב נישט אפגעפרעגט דיין מייקר השער (לשיטתך אז א דירה אין וומ"ס איז חיי נפש), כ'האב נאר געפרעגט האיך יתקיימו שניהם.
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע:אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

שנאפס האט געשריבן: אגב נישט פארגעסן, אפילו אויב ער איז א מייקר השער, זענען מיר נאך אלס טויט משוגע!

ג"א מצטרף
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2673
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

שנאפס האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן: אהה, פון דיין צווייטע שורה האב איך גערעדט, ווען די פרייז רוקט זיך ארויףאויפן דרך העולם מיטן הסבר פון סופליי און דימענד, קען מען נישט שרייעןמייקר השער

מען דארף גיין אין די גאסן און שרייען אויף זיך אליינס כדרך 'סנעפ' אהעד: מיר זענען משוגע אז מיר וואוינען נאך אין וויליאמסבורג

(גילוי דעת: איך בין נישט קיין לענדלארד, און איך צאל א געשוואלענע רענט)

דאס איז דעבע''ב
ווי אזוי רוקטזיך עס?! פון אזוינע הארצלאזע לענדלארד'ס
מדארף נישט שרייען קוק אין תשובת ר' יוסף ענגיל ווי פריער ערווענט

איך בין נישט קיין דיין ממילא האב איך א דעת בעה"ב (מער אמת: א דעת רענטער..), און איך האב קלאר געשריבן אז איך קען נישט די הלכות

איר קענט מיר געבן א לינק צו די תשובה פון ר' יוסף ענגיל?

אגב נישט פארגעסן, אפילו אויב ער איז א מייקר השער, זענען מיר נאך אלס טויט משוגע!

משוגע זענען מיר, אבער אונזער משוגעת הייבט זיך נישט אן דא ביים דירות קריזיס, אונז זעמיר משוגע:

פארן חתונה מאכן אויף א סדאנדארט וואס מיר קענען זיך נישט ערלויבן

פארן קויפן מעבל וואס מיר קענען זיך נישט ערלויבן

פארן קויפן באגאבוס וועגן מה יאמרו...

וכו' וכו' וכו'

די משוגעת פון וועלן וואוינען אין א געטא צוזאמען מיטן סלתה ושמנה און זיך לאזן קאסטן דערפאר וואלט איך געלייגט ס'לעצטע אויפן ליסטע, ס'מאכט נאך די מערסטע סענס פון אלע אנדערע משוגעת'ן אונזערע...
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אונאה איז גאנץ א צווייטע זאך . אונאה מיינט אז אויב עס איז דא א מארקעט וועליו און מען האט אונטערגעצאלט אדער איבערגעצאלט איזדא א דין אונאה אז בטל מקח או מחזיר אונאה און דאס גייט נישט אן ביי קרקע.
מייקר שער מיינט הייבן די פרייז פון א זאך. לגבי אונאה ווען איינער וויל דיר פארקויפן די לאשאנצע טרייענגל פאר צען מיליאן דאללער און עס איז נאר ווערט מארקעט וועליו דריי מאות ווערט נישט בטל מקח אבער אויב האסטו געצאלט פאר א שעווי א ביליגע מאדעל די פרייז פון א לעקסוס איז דער גאנצער מקח בטל. א מייקר שער מיינט איינער וואס ציט ארויף א פרייז .
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

ש'כח געוואלד פאר'ן ענטפערן בנחת און צו דער זאך.
האיך יתקיימו שניהם האב איך געמיינט צו פרעגן, כ'פארשטיי אז ס'איז דא אן איסור פון הייבן די פרייז, אבער די הסבר פון אין אונאה איז ווייל קרקע האט נישט קיין סעט פרייז און דער מוכר קען טענה'ן פאר מיר איזעס ווערד אזויפיל (קאררעקט מי איף אייעם ראנג), איז שייך ביי קרקע אזא זאך ווי געהויבן די פרייז???
אפגערעדט ווען די פרייזן אין די ארומיגע שכינות לויפן די זעלבע אויב נישט העכער...
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אונאה איז א דין ווען די מקח ווערט בטל און ווען נישט. דער חלק פון הוקרה קען מען צוטיילן אין דריי חלקים. איינס סופליי/דימענד און וה״ה ווען עס איז דא אן אנגענומענע פראפיט מארזשין און די צווייטע איז ווען עס איז א זאך וואס האט נישט קיין מארקעט און די דריטע ווען מען הייבט סתם א פרייז.
אן עד פון פינף אלפים רענט א חודש איז ״כהיום״ נאר גוט פאר פורים גדול ווייל אפילו לויט סופליי/דימענד/פראפיט מאכט עס נישט קיין סענס
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יהיה כן האט געשריבן: דער יעניגער וועלכער האט דא געפרעגט אן עמהארצישער שאלה

הזהרו בכבוד חבירך.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”