דער פרעגער איז זייער חשוב ויקר, אבער די שאלה איז עמהארצות
במקוה להכנה
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
והמבין יבין האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן: שוין, מען פארפארט פונעם ענין
ער האט אלע רעכטן צו בעטן א מיליאן דאלער אויך, משוגע איז דער וואס צאלט
שנאפסיל אפי' ס'איז אייער קרוב מעג ער נישט בעטן אין די הימעלייען מיטן אויסגעדראשענעם תירוץ
זעה תשובה פון הגאון ר' יוסף ענגיל ז''ל געווען אין דער איד צוויי וואכן צירוק.
נא שוין מ'פארפארט
משה הקטן האט געשריבן:והמבין יבין האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן: שוין, מען פארפארט פונעם ענין
ער האט אלע רעכטן צו בעטן א מיליאן דאלער אויך, משוגע איז דער וואס צאלט
שנאפסיל אפי' ס'איז אייער קרוב מעג ער נישט בעטן אין די הימעלייען מיטן אויסגעדראשענעם תירוץ
זעה תשובה פון הגאון ר' יוסף ענגיל ז''ל געווען אין דער איד צוויי וואכן צירוק.
נא שוין מ'פארפארט
דאס איז עס
ניק ניק האט געשריבן:
כלפי די טענה אז מיר זענען משוגע אז מיר גייען נישט וואונען ערגעץ אנדערש ווי ס'ביליגער, דאס איז נישט אמת, און ס'דא כמה וכמה ראיות אין ש"ס ופוסקים, ואין לי פנאי לחפש אחריהם, אפשר קען איינער אנדערש ברענגן.
תמהואומר האט געשריבן:ניק ניק האט געשריבן:
כלפי די טענה אז מיר זענען משוגע אז מיר גייען נישט וואונען ערגעץ אנדערש ווי ס'ביליגער, דאס איז נישט אמת, און ס'דא כמה וכמה ראיות אין ש"ס ופוסקים, ואין לי פנאי לחפש אחריהם, אפשר קען איינער אנדערש ברענגן.
כדאי נאך צוברענגען א טיישט פון בעש"ט הק', אויף די גמרא מאן דביש לי' בהאי מתא ליזיל במתא אחריתי, אז וועם עס געפעלט נישט זיין שטאט, זאל גיין אין אנאנדער שטאט, און זען אז דארט איז נישט בעסער וועט ער צוריק קומען...
Gevald Geshrigen האט געשריבן: אונאה איז א דין ווען די מקח ווערט בטל און ווען נישט. דער חלק פון הוקרה קען מען צוטיילן אין דריי חלקים. איינס סופליי/דימענד און וה״ה ווען עס איז דא אן אנגענומענע פראפיט מארזשין און די צווייטע איז ווען עס איז א זאך וואס האט נישט קיין מארקעט און די דריטע ווען מען הייבט סתם א פרייז.
אן עד פון פינף אלפים רענט א חודש איז ״כהיום״ נאר גוט פאר פורים גדול ווייל אפילו לויט סופליי/דימענד/פראפיט מאכט עס נישט קיין סענס
SPUSMN האט געשריבן: געוואלד; געווענליך א פיר בעדרום דירה (א נייע) איז 2000 סקווער פיס און העכער, און לויט די פרייזען (ווי איך הער) אז מען בעהט היינט פער סקווער פיס, קומט עס אויס אין דער געגענט פון א מעלאנע אדער מער. איז עס א טעות?