Re: עליוועטאר בהלכה
רעדט מען דא פון דעם געווענליכען 'שבת עליוועיטאר' וואס מ'זעהט אין כמה פלעצער וואס מ'האט אייביג געוואוסט אז היימישע אידען זענען זיך מונע דערפון, אפילו אנשים זקנים האט מען געקענט זעהן ענדערש ניצען שטיגען,
איז דאס די מדובר דא אין די רבנים האלטען אז אינסטאלטירען אין א נייע בנין איז א פירצה,
( הער איך, נאר מאי שנא פון אלע אנדערע פלעצער ווי ס'יא דא. כ'הער א חילוק, איך פרעג נאר)
אדער איז דא די מדובר פון א נייע אויסטרעף וואס יתכן אז ס'איז מותר להלכה (חוץ פון די לעצטע צעהן סקונדען, סענסארס), אבער די רבנים פארשטייען אז דער עולם וועט נישט וויסען מבחין צו זיין אין די חורבן קען זיין גאר גרויס.
(דאן וואס איז דאס אנדערש פון די סוכה דעכער?)