עליוועטאר בהלכה
דער שואל (העלמיצר רב ז"ל) שרייבט אז לכוארה דארף מען נישט לייגן אויפן עליוועטאר גופא, נאר אויף יעדע שטאק ביי די אריינגאנג.
הרב ווייס ענטפערט, פונקט פארקערט... אויף יעדע שטאק דארף מען נישט קיין מזוזה, אבער אויף די עליוועטאר קאר זעלבסט דארף מען יא.
איז אונטערסאנט אז די אלע בנינים וואס כ'האב באזוכט לעצטענס אין די ניי-מיטל וויליאמסבורג געגענט, איז מען זיך נוהג ווי דער העלמעצער רב'ס הו"א איניש ווי דאס וואס הרב ווייס שרייבט, דהיינו אויף יעדע שטאק אידא א מזוזה אבער ניש אויפן עליוועטאר.
עס וואלט געווען פיל מער עקאנאמיש צו לייגן נאר אויפן עליוועטאר אויך... כ'בין נייגעריג צו דאס טוט מען ע"פ הוראות רב אחד, אדער ס'איז פשוט אזוי איינגעפירט אלץ דעת בעל הבית טוט אזוי דיקטירן.
בייגעלייגט די אויספירליכע תשובה.
נ.ב. אינעם קאפ האביך געשריבן 'עליוועטאר בהלכה' וואס טוט כולל זיין אויך אנדערע עניני הלכה וואסי שייך ביים עליוועטאר, איניש 'מזוזה בעליוועטאר' ווייל כ'האב אינזינען געהאט צו שרייבן אויך וועגן יחוד, (וואסי נוגע אויך פאר די וואס לערנען יעצט מסכת סוטה, הרב ווייס גייט אריין אין די שיעורי טומאה וואס די גמ' דערמאנט - וויפיל עס קומט אויס אין מינוט'ן, און אויך אויב דאסי אויך שייך ביי דיני יחוד ועוד.), דערווייל ווערט שפעט צו מנחה - ועוד חזון למועד בעז"ה.
כ'בעט ווער עס האט א ידיעה אין די ענינים זאל מוחל זיין מיטיילן מיט אונז. יישר כח
- אטעטשמענטס
-
- seferid_1598_page_496.pdf
- (93.63 KiB) געווארן דאונלאודעד 153 מאל
-
- seferid_1598_page_495.pdf
- (95.53 KiB) געווארן דאונלאודעד 149 מאל