עירמאנט'ער האט געשריבן:
איך זעה אין אסאך שולן פירט מען זיך נישט צי ענטפערן אמן נאך וואס די חזן זאגט איבער ברוך ה המבורך לעולם ועד ?וויסט איינער די הלכה / מנהג
שלשה שאכלו והם מברכין ונכנס אחד שלא אכל אם נכנס כשאומר המברך נברך שאכלנו משלו עונה אחריו ברוך ומבורך שמו תמיד לעולם ועדואם נכנס כשאחרים עונים ברוך שאכלנו משלו עונה אחריהם אמן
שו"ע קצ"ח עיין באר היטב אז עס איז שנוי במחלוקת וראה שו" ע אדה"ז
נאכאמאל אייך אלע פארן קלאר מאכן די ענין איך זע אבער אין אסאך שולן אז ביי ברכו נאך ישתבח וועט יעדער ענפערן א הויכן אמן ווען ס'קימט צי א ברכו פאר עלינו וועלן שוין נישט אלע ענטפערן אבער ביים עולה זיין צי די תורה וועט שוין קיינער נישט ענטפערן
והי לפלא
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן מה נענה אנן אבתרייהו
איך האב אמאל געהערט פון הרה"ג ר' זלמן לייב פיליף שליט"א ביי א שיעור כללי אויסשמועסן טאקע די הלכה, און ער האט טאקע זיך געוואונדערט ממנ"פ פארוואס ביים דאווענען זאגט מען יא אמן און נישט ביים לייענען, און ער האט געזאגט אז ער איז געווען אין טאהש אויף שבת און ער האט הנאה געהאט אז דארט פירט מען זיך יא צוזאגן אמן ביים לייענען אויך.
מסתבר איז, אז עס איז פשוט פארגעסן געווארן צוליב וואס דער עולה לתורה ווארט נישט אויפן ציבור (ווי יאגט מען זיך?)און פאנגט אן די ברכה פאר דער עולם ענדיגט ברוך ה' וכו', משא"כ ביים דאווענען זאגט מען ברוך ה' וכו' מיט א שיינעם נוסח אפי' אינדערוואכן ווארט יא די בע"ת אויפן ציבור.