Re: הילף מיט וואש מאשין
מרנן ורבנן האט געשריבן:שנעלער האט געשריבן:מרנן ורבנן האט געשריבן:איש האשכולות האט געשריבן:שנעלער האט געשריבן: דארף עס א בעל מלאכה אדער קען ווערן געטוהן אליין
אויב די ווייסט וואו ס'ליגט קענסטו עס אליינס טוישן
מען ברויך קודם אפשאצן וואס די פראבלעם איז. צו מאהל איז די דאקט פיל מיט לינט און עס שטערט די דרייער פון ארויס שעפּן די שעדליכע גאזן און עס איז דא א סענסאר וואס לאזט נישט די פייער ברענן אויב עס שפירט געז. אויב איז די דאקט ריין פון לינט, דאן ווען מען צינד אן די דרייער ווארט א דרייסיג סעקונדעס און עס דארף צו זיין א קליינע לעכל וואס מען קען אריין פּיקען און זען די פייער. איז אזוי, אויב זעסטו אז די איגנייטער ווערט רויט אבער די פלאם צינד זיך נישט אן, דעמאלסט איז דאס די Dryer Gas Valve Solenoid Coil. אויב ווערט די איגנייטער בכלל נישט רויט, דעמאלסט איז די פראבלעם אן איגנייטער.
אלעס קען מען טוהן אליינס מען ברויך נאר צייט, פּארטס, און די בני בית זאלן נישט בייז אז עס איז ערב יו״ט.
ביי די MAYTAG MGD5500FW0
קען איך די אלע דערמאנטע זאכן זעהן דורך עפענען די בעק פענעל?
איך קען נישט גענוי אייער מאשין אויסערווענדיג. יעדער מאשין איז אנדערש. די לעכל ברויך צו זיין ערגעץ ווי מען קען זען אן צו דארפן צונעמן די ווענט.
ביי מיר (Maytag Maxima) איז אלעס פון פארנט
מ'ברויך אראפנעמען דעם טאפ פאנעל, קאנטראל פאנעל, און פראנט פאנעל כדי צוצוקומען
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל