אפריל 1 14': מעלדונג איבער געצוואונגענע פרעצעדענטלאזע שריט

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6074
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איינע פון מיינע מלמדים (יא, ר' מאמ"ב) ווען עס האט זיך געמאכט אנהויב יאר אז ער האט זיך נישט גוט געשפיערט אינמיטן טאג און ס'יז לויז געווארן די ווירטשאפט האט'ר געזאגט אז היצט איז'ם א גוטער צייט צי זען ווער ס'יז טאקע וואויל און פארדעם פירט ער זיך אז ערגעץ אנהויב יאר מאכט'ר זיך כאילו ער פילט נישט גוט...

ער האט אבער געשמעקט אז דער עולם זעט דאס אויף זיין נאז האט ער אויסגעפירט מיט א דיסקלעימער אז היינט פילט ער טאקע נישט גוט אבער דאך....
מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנוחה ושמחה »

הר' געלעגער, איר זענט געלעגן אין אייער געלעגער, און זיך געווארפן פאר געלע(כט)גער.
אבער! דער עולם איז ברוגז אויף אייך. איר האט ארויסגעצויגן אלע מיינונגען פונעם עולם, בלא יודעים אז דאס איז בלויז א שפיצל.
דעריבער פאדער איך פון אייך א באריכט, איבער וואס האט זיך אפגעשפילט אין אייער מח, און וויאזוי דער פלאן איז צו אייך געקומען. אזוי אויך, צו דער אשכול "מיר האבן פארלוירן טאטש" איז אויך א חלק פונעם פלאן געווען, אדער ניין.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

מנוחה ושמחה האט געשריבן: הר' געלעגער, איר זענט געלעגן אין אייער געלעגער, און זיך געווארפן פאר געלע(כט)גער.
אבער! דער עולם איז ברוגז אויף אייך. איר האט ארויסגעצויגן אלע מיינונגען פונעם עולם, בלא יודעים אז דאס איז בלויז א שפיצל.


דו קענסט זעך אויפן קאפ שטעלן! פארפאלן האסט געפעילט די טעסט, שלמה המלך האט שוין מליץ יושר געוועזן אדערויף, "גם אויל כי ישתק לחכם יחשב", נו, ווערזשע האט דיך געבעטן צו עפענען דאס פיסקל? האסט נישט באמערקט ווי די זיידע'ס זיצן אין די זייט אין שמייכלען זיך שטילערהייט אונטער? נעקסטיים זיי מער קאושעס ס'זאל דיר נישט צוריקבאמפען.

אמער, כ'מיין אז די אחרונים און מתנחלים דא האבן נאך א פיצי שכל, און פארשטייען אז פורים איז ביי יעדן פרייליך.

נאדיר א גלעזל משקה, לחיים!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע:בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

רבותי!
ס'איז שאין באלד מוצאי... כאפטס אריין...
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

green האט געשריבן: רבותי!
ס'איז שאין באלד מוצאי... כאפטס אריין...

טשולדיג, אביסקעלע צו שפעט געקומען, מ'האמיר שוין אויסגעפאסט, סאררי!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל »

איך זע נישט וואס די דורכפאל איז.
אלעס וואס די עולם האט געשריבן איז געווען על דעת מען רעדט גא פון א משכיל, א"כ האט מען זייער גוט געשריבן.
איי וועלט בתפארתו - אויב איינער האט קרומע שיטות שטויס אים ארויס.
דרייט זיך אויף................ לינטש אים.
אונז האבן געפעסט די טעסט...! אונז פארקויפן נישט די נשמה פאר א שיינע מי מניחות, אדער פאר אמ"ג. בוזט א משכיל שרייב דיך אויף אויף אבאמא קיער.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

@טהור

אזוי ארבייט דאך אייביג וועם מ'לייענט א נאוועל פון שפיאנען און מ'איז ביטער אנגעצויגן...איי מ'ווייסט אז ס'ליגנט?

SOMETIMES LIFE IS STRANGER THAN FICTION
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

הלוואי וואלט זיך דער מאליזען עירליין פראבלעם אזוי שנעל געסאלוועד ווי די פראבלעם וואס מ'האמיר היינט געהאט.
לעצט פארראכטן דורך זאל ער קומען אום מיטוואך אפריל 02, 2014 4:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע:ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

העי מען אפריל דעם ערשטן איז קיין שפיל עס איז א טראדיציע דא אין וועלטל
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

איך האב געהאט א קינד איין יאר אפריל דעם ערשטן (ברוכים תי') און קיינער האט מיר נישט געוואלט גלייבן.
דער עולם איז גאנץ ערנסט מיט די טראדיצע.
לעצט פארראכטן דורך זאל ער קומען אום מיטוואך אפריל 02, 2014 4:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7135
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיך האט אנגעכאפט א עפעס וואס איך וויל א נאמען געבן אבער האב נישט יעצט אויף די מינוט דעם ריכטיגן אויסדרוק
איך בין געווען איבעראשט. איך בין געווען, איך מיין כמעט אויסער זיך, כ'בין געווען שאקט. מיין בלוט אויפגעלאפן אדער אפגעלאפן פון פנים. נאכדערצו ווען דער סייט איז געווען דאון. איך קען נאך אלץ נישט גלייבן אז ס'איז נאר געווען א וויץ...
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע:בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

איך האב אנגעהויבן צו ליינען דעם אשכול און מיין אטעם האט זיך פארהאקט!...איך האב געהאפט אז דאס איז נאר א וויץ, אבער די קאלטע ווערטער און תגובות פון די מנהלים האבן מיר געפאטשט אין פנים, און אפילו אויפגערעגט...איך האב געליינט, געליינט, געליינט, ביז צו געלעגער'ס תגובה, און ערשט דאן בין איך געווארן פארזיכערט אז דאס איז נאר א וויץ.
געלעגער האט געשריבן: אבער מיין פרצוףאיז אויפגעדעקט געווארן.

אפילו די גרעסטע משכול -זאל אפי' זיין מענדלסאן אליין - ניצט נישט אויף זיין אייגענע פנים אזא לשון ווי 'פרצוף'...איך ווייס נישט אויב עס איז אפילו גראמאטיק אויסגעהאלטן....
עניוועי...ס'איז פיין געווען...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געלעגער דו מיינסט יעצט מיט א בלעכענעם פנים וועסטו אלעס אפווישן אלע דיינע מעשים טאטי אים?!!
און דו קומסט מיר נאך פארקויפן אפריל פאאלס שמאאלס.
א פאאל ביזסטו! מהאט דיך געכאפט ביי די מעשה רעט הענדעט, יעצט פאק איין!

מיר לאזן זיך מער נישט פון דיינע שטיק.

חברה עס קומט פאר א מעכטיגע פראטעסט אין וואש-מאשין סקווער גארדען, מי ראה את אלו יוצאים והוא לא נתפשה?
לאמיר זיך אנטון די מיחאה הענטשוך, די נאזקליפס, און די הויזן טראגער און שרייען כככאאאאפפפצצצעםםםם!!!!!!!!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

יאפ, שוועמל איז פריש!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

פון שיחות חילוןאויף אמ"ג:

(צו פארשטיין דעם בילד, נישט זיין ווילד, נאר ליינען מיט געדולד).

שוין, ס'איז שוין באלד 12:00ביינאכט, פונקט 24 שעה זינט די אנפאנג פונעם פורים שפיל, די וועלכע האבן געקלערט אז מ'רעדט דא ערנסט האבן שוין אפגעאטעמט פריי, ארויס פון אלע ספיקות, יעצט צו מיין מוסר השכל פונעם היינטיגן טאג, עטליכע זאכן האב איך ארויסגענומען פון וואס היינט האט זיך דא אפגעשפילט (איך רעכן זיך ליידער נישט צווישן די צו קלוגע ניקס און כ'בין געווען אביסל צעמישט, אם אין דעת הבדלה מנין).

איינס: ס'איז ידוע די משל פונעם מלך בעת גלותו ווען ער איז געפאנגען געווארן. יעצט ליידער איז (כמעט) די גאנצע וועלט'ס באפעלקערונג אויסגעשטעלט אקעגן די תורה, און עס טוט זיך א מעכטיגע הסתה והדחה אקעגן די הייליגע אמונה, ווען משיח וועט קומען בקרוב בימינו ווען אלע וועלן איינזען דעם אמת, און מ'וועט קומען צו לויפן וועלן נעמען קרעדיט, ווער ווייסט צו השי"ת וועט נישט פרעגן אוואו זענט איר געווען ווען איך בין געווען א מלך עלוב, באשמוצט פון אלע זייטן און פון אלע צייטונגען, ווען מ'האט געפאנגען דעם מלך ביזטו מיטגעגאנגען מיט די פאנגערס, און דא ווילסטו ווערן א ברייטער מחותן, יעצט ווען דו זעסט שוין איין דעם ריינעם אמת קומסטו נעמען קרעדיט?

ווי געלעגער האט געשריבן קורץ נאכן מעלדן אז ער איז צוריק:

יא יא, ווען איך בין געווען בעת צר האב איך נישט געהערט די גוטע ווערטער. יעצט פלוצלינג ווען איך בין צוריק אין מאכט און איך גיי חותם זיין מיינע אלע שונאים יעצט פראבירסטו מיר א לעק צו טון הא?? טייערקייט, ס'איז צו שפעט.


נאך א מוסר השכל:

ידוע די משל וועגן די צינדערס וואס פארשטעלן זיך פאר לעשערס, וואס רביה"ק זי"ע האט עס געזאגט לגבי די מלחמות הציונים. אבער דעם משל קען מען נוצן אויף נאך פלעצער. דא צום ביישפיל האבן די מנהלים אהערגעשטעלט א פנים אז די וועלט איז אונטערגעגאנגען און מ'זעמיר אלע אויף געהאקטע צרות, און רוב עולם איז מיטגעשלעפט געווארן, און שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'הייבט זיך נישט אן, ס'איז נישטא קיין סכנה, אלעס איז ב"ה אין בעסטן ארדענונג, בארואיגט אייך, לאזט אייך נישט מיטבלאזן מיט יעדן ווינטעלע.

(הגם ס'איז נישט אינגאנצן משל דומה לנמשל, ווייל די חשובע מנהלים זענען חלילה נישט קיין צינדערס, אבער דאס יא אז זיי האבן אהערגעשטעלט א פנים ווי א לעשער און געוויזן א גרויסן געדעכטן רויעך וואס ס'האט נאר געפעלט די פייער, ווייל ב"ה אז ס'האט אין ערגעץ נישט געברענט, און ס'איז זיי געלונגען אז די רויעך איז געגאנגען עד לב השמים).

(בייגעלייגט איז א בילד פון די צינדערס וואס מאכן זיך כאילו מ'לעשט, וירא הקהל וישפוט, ער לעשט? ער צינדט דאך!).

און א דריטע מוסר השכל:

ווען דער ציבור האט געליינט די מעלדונג איבער געצוואונגענע פרעצעדענטלאזע שריט, וואס האט מען געטראכט און געשריבן? אויוויי מ'האמיר זיך אלע געלאזט נארן פון אים, דער פאפער דער משכיל דער אויסווארף וכו', ס'וועט קומען א צייט האפנטליך גאר בקרוב וואס מיר אלע וועלן די זעלבע אויסדרוקן נוצן אויפן יצה"ר דעם מלך זקן וכסיל וואס פארפירט די גאנצע וועלט מיט זיינע כיטרע טאקטיקן ותחבולות שונות ומשונות, מיר וועלן זיך באגראבן דעם פנים פאר בושה, לאמיר נישט ווארטן אויף דעמאלטס, לאמיר שוין יעצט זיך אראפסיינען פון זיין גרופע, ווייל ער מאכט פון אונז אזא גענאר, נאכמער ווי די היינטיגע שפיל.

און נאך איינס, אז ווען מ'הערט אויף אן ערליכער איד כל דבר אסור מוז מען עס נישט גלייבן גלייך. מ'זאגט נאך פון ראפשיצער רב זי"ע א טעם צו דעם וואס מ'קויפט יערליך נייע הגדות, לכאורה וואס איז שלעכט מיט די אלטע, נאר ווייל דער פאריעריגער רשע איז הייאר שוין א חכם און אזוי פארקערט, ממש דאס האט זיך דא אפגעשפילט אבער מיר האבן עס געמאכט שנעלער ווי א יאר, אין איין טאג האמיר עס געמאכט, גענומען א חכם און אים געמאכט פאר א רשע און נאך באותו יום צוריק פאר א חכם.

אבער מיר קענען מיט שטאלץ אויסרופן, מי כעמך ישראל! וואס אידן האבן אלס אויסגעשריגן דעם טיפן ווייטאג ווען מ'האט געמיינט אז מ'זעמיר אונטערן איינפלוס פון א אפיקורס, ב"ה אז מ'האט נאר געמיינט אזוי...

אין בית שמש טוט זיך מערכות, מ'גראבט ליידער און מ'איז מוחה געוואלד חיטוטי שכבי! דא האט זיך היינט אפגעשפילט א מין חיטוטי שכבי אויף א מאסיווער פארנעם! זענען געקומען א גאנצע באנדע מחטטי שכבי מיט זייערע כלים און זיי האבן 'אונטערגעגראבן דעם געלעגער', אבער אינטערעסאנט איז אז דא איז נישט געווען אז צוליבן גראבן האט מען מוחה געווען, נאר פונקט קאפויער! מ'האט מחטטי שכבי געווען בלויז פאר דעם איינעם ציל מ'זאל קענען מוחה זיין! און מ'האט נישט געגראבט, נאר גע'גרופ'ט. וואס דא גייט אלס נישט פאר!

בשעת די בלבול המוחות בין איך געווען צומישט, איך ווייס אז ווען איך וויל זיכער מאכן נאכן אויפשטיין אז איך גיי נישט צוריק צום געלעגער, גיי איך אין ביהמ"ד און כ'שפאציר אריין אינעם ק"ש און כ'גיס זיך אן א גלעזעלע קאווע, און די זעלבע פארקערט, ווען איך בין נאך אין די מיטה און כ'וויל אויפשטיין צו קענען טרינקען די גלאז קאווע, אבער דער געלעגער שרייט דו ביזט מיינס! דו גייסט נישט אין ק"ש, לכאורה די ק"ש מיטן געלעגער איז א ריכטיגע תרתי דסתרי, נו וויאזוי שטימט דאס? ווי קומט דער קאץ איבערן וואסער? זען מיר שוין יעצט אז ס'בלייבט טאקע א סתירה, דער געלעגער מיטן ק"ש.

און יעצט א מחאה (מ'קען נאך מוחה זיין, ווייל געלעגער האט געעפענט דעם שנירל 'האבן מיר פארלוירן אונזער טאטש?' בלויז רייף צו מאכן דעם באדן פארן היינטיגן טאג, אבער ער מיינט עס נישט ערנסט), אקעגן דעם חוקות הגוי וואס האט זיך דא אריינגעכאפט, אפשר ווען נישט ס'איז אפריל דער ערשטער וואלט יעדער גלייך געכאפט אז ס'איז א שפיל ווייל ס'שטימט עפעסנישט, נאר אזויווי מ'האט עס היינט געמאכט האט דער עולם נישט געגלייבט אז מ'קען נאכגיין חוקת הגוי.

וועלקאם בעק געלעגער! איך רעכן זיך נישט מיט דעם וואס דו קומסט היינט פון ק"ש וואו דו האסט פארברענגט פון נעכטן 12:00 ביינאכט ביז היינט 7:43 פארנאכטס, איך וועל אויספאלגן וואס דו האסט געשריבן:

אבער מיט רעספעקט און אן קיין חשבון מיט זיין עבר אדער פון וואו ער קומט נאר שרייב וועגן דעם ענין וואס דו דיסעגריעסט און מיט רעספעקט.


אין דעם 'מעלדונג איבער געצוואונגענע פרעצעדענטלאזע שריט', האט מען אויסגעפירט לס' וכל המשכב אשר ישכב עליו וגו', וועלן מיר אויספירן, שלום רב על משכבו! יעלזו חסידים בכבוד ירננו על משכבותם, זיי באזינגען זייער געלעגער. (ניגון מיט וואס מ'באזינגט אים: דער מנהל דער געלעגער, א טיכטיגער א פעהיגער, אנפירן מיט אמ"ג פלעג ער, וכו' נעכטן צוועלף אזייגער, האבן די מנהלים זיינע קאלעגער, געשריבן אויף זייער שטייגער, אז ער איז סתם א צולייגער, און כ'האב געפרעגט מיט נייגער, היתכן אין קטיגור נעשה סניגור, און געזאגט אז שעמען זיך מעג ער, אבער יעצט וכו' וכו' וכו').

גיי מיר כאפן א געלעגער.

ונזכה לחג כשר ושמח!
אטעטשמענטס
img0005.jpg
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

לאדי, זייער גוט, צום פאינט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

אַבּערוואַס האט געשריבן: לאדי, זייער גוט, צום פאינט.

קרעדיט קומט נישט פאר מיר.
איך האב ארויסגעשריבן אז דאס קומט פון די ניק "שיחות חולין" אויף אמ"ג
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע:בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

יעדער מענטש קען זיך דאך פארבעסערן ווי לאנג מ'לעבט, און אז דו לעבסט נאך יא, אמרו בלבבכם על משכבכם, איז אינטערסאנט צו באמערקן אז עטליכע אידן דא האבן סתם ארויסגעשריגן מיט שאק, אבער עטליכע ניקים (אינקלאדינג עטליכע אנגעזענע) זענען ערנסט אנגעווייטאגט, און האבן "פארשטאנען" אז עס איז שוין די העכסטע צייט קער צו נעמען פון געלעגער איינמאל פאר אלעמאל, דאס איז ריכטיג מסיח לפי תומו, זעט אויס אז איז נאכנישט עולם התיקון און מ'קען נאך אביסל פארבעסערן נישט וויי צו טון אפאר ניקס דא. (שוין ווייטער א מוסר השכל)
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32695
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

העפענס טו בי אז די סייט האט געקראכט מחמת טרעפיק, סיז געווען נישט נארמאל אסאך קליקס אויף איין מאל היינט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
גיטעהארץ
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיטעהארץ »

זאל ער קומען האט געשריבן: יעדער מענטש קען זיך דאך פארבעסערן ווי לאנג מ'לעבט, און אז דו לעבסט נאך יא, אמרו בלבבכם על משכבכם, איז אינטערסאנט צו באמערקן אז עטליכע אידן דא האבן סתם ארויסגעשריגן מיט שאק, אבער עטליכע ניקים (אינקלאדינג עטליכע אנגעזענע) זענען ערנסט אנגעווייטאגט, און האבן "פארשטאנען" אז עס איז שוין די העכסטע צייט קער צו נעמען פון געלעגער איינמאל פאר אלעמאל, דאס איז ריכטיג מסיח לפי תומו, זעט אויס אז איז נאכנישט עולם התיקון און מ'קען נאך אביסל פארבעסערן נישט וויי צו טון אפאר ניקס דא. (שוין ווייטער א מוסר השכל)


רוב פין דע וואס האבען צי געגאסען זאלץ האבען פשוט מיט געארבעט,
(למשל גוגל האט געמאכט א גוטע דזשאב)

ס'איז זייער נארמאל געווען צי ווערען איבער גענימען, אבער דע אלע וואס פילען זיך אום באקוועם קענען זאגען אז זיי האבען פשוט געוואלט מיט ארבעטען
איי(ס'איז אמאל געווען א) וועלט
אוועטאר
Shiala
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 15, 2012 1:16 am
לאקאציע:ביי דיין רעכטן האנט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shiala »

יאפ גוגלען קומט זיך פראסקעס פארן אנדרייען די נושא אז כאב אים שיעור געגלייבט דעם בלעכענם פנים און די גראדע לגיונות טענקיו גוגל

מען האט שוין צוריקגעלייגט מיינע תגובות, געלעגער מיר האבן דיך נישט חושד געווען פאר א מינוט קוק וועסטו זעהן
א קאטשקע איז די אייער׳ס וועג צי מאכן א נייע איי
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ישר כח שיחות חולין. האסט מיר באמת מעורר געווען.

אקעי, וואן טו טרי... ערענסט!
וויבאלד כבין געווען פון די ערשטע מגיבים אויבן און מיינע תגובות האבן אולי אונטערגעצינדן איינעם זאל טראכטן עפעס שלעכטס אויף געלעגער, וויל איך מודיע זיין אז מיינע ווערטער זענען געשריבן סארקאסטיש און נאר געוואלט עטס זאלטס צום סוף בלייבן גרעסערע פאאלס דעם אפריל. (יא כאב שוין געזען די ערשטע שורה סיז א וויץ, בעל גאוה וואס איך בין).

הרב געלעגער כאף דו ביסט מיר מוחל אויף די פירוד וואס מיינע ווערטער האבן צייטווייליג אנגעמאכט צווישן דיר און די ליינער ע"כ יהיו נא בעיניך כאילו הייתי ג"כ פאאל.

ובזה יצאתי חובת מחאה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אייביג איך...

ווי א טאמעיטע אן קערלעך... ווי א זיידע אן א טישו הינטערן יארמולקע.. ווי א שליקעץ נאך א גלעזעל מקוה וואסער... אייביג מיז איך אנקומען צום סוף!

ס'טעץ געהערט אזאנס... שפילט זיך דא אפ א שפיל... ס'פרעגעלט זיך צימעס אינעם געלעגער... אלעס איז פריילעך, נערוועז, פארזויערט, דערדריקט, צוקוועטשט, באבלאזען, איינגעמיירעט... און איך יאקעל דריי מיך ביים פאטער אין מיסט קאסטען ווי א בן מלך ביים טייך!!

כ'גלייבעס נישט!

שוין, ברוך השם די מעשה האט זיך גענדיגט אין פריידען, זאל מען שוין הערען גוטע בשורות... און בילען די מאווערס לנצח, ובלא ציון גויאייל
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

ש-מ-א-ט-ע!!!!!!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זאל ער קומען האט געשריבן: יעדער מענטש קען זיך דאך פארבעסערן ווי לאנג מ'לעבט, און אז דו לעבסט נאך יא, אמרו בלבבכם על משכבכם, איז אינטערסאנט צו באמערקן אז עטליכע אידן דא האבן סתם ארויסגעשריגן מיט שאק, אבער עטליכע ניקים (אינקלאדינג עטליכע אנגעזענע) זענען ערנסט אנגעווייטאגט, און האבן "פארשטאנען" אז עס איז שוין די העכסטע צייט קער צו נעמען פון געלעגער איינמאל פאר אלעמאל, דאס איז ריכטיג מסיח לפי תומו, זעט אויס אז איז נאכנישט עולם התיקון און מ'קען נאך אביסל פארבעסערן נישט וויי צו טון אפאר ניקס דא. (שוין ווייטער א מוסר השכל)

אוטש..
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”