די ערשטע כלל איז די באקאנטע כלל: גיי נישט נאך די כללים!
וואס איך מיין צו זאגן איז, זיי נישט פארמאל, זיי נישט קיין אקטיאר אויף א פלעי - אומנאטורליך - וואס דארף יעדע רגע וויסן וואס טוט מען נעקסט. נאכ'ן דורכלעבן 25 סדרים במשך די יארן ליגט דיך שוין סייווי אין די ביינער וואס א סדר מיינט, יעצט לאז עס לויפן…
בנוגע וואס צו זאגן, הלמאי מען איז בכלל נישט אזא תלמוד חכם ווי דער טאטע… האב איך געהערט פון גאר א קלוגן איד א עצה בדוק ומנוסה, קוק יעדן טאג אריין אין סיי וועלכע ספר אדער הגדה פאר צוויי מינוט, די לעצטע פאר וואכן אדער טעג בעפאר פסח, און אויטאמאטיש וועסטו האבן וואס צו פארקויפן, עס גייט זיך אליינס ארויסגיסן! רואיג… לאז עס נאטורליך!….
און מיט די קינדער: עס גייט זיין דיסעפוינטמענטס, ווייל זיי כאפן נישט אז זיי זענען דא אויף א מיסיע צו מאכן "דיין" סדר מצליח זיין… זיי בלייבן חברה'לייט אפילו אין די הייליגסטע נאכט פון יאר…
פון הרב בערל טויבער שליט"א האב איך געהערט א עצה פאר דעם אויך: פסח ביינאכט שטעל דיך פאר אז זיי זענען נישט דיינע קינדער, כאילו דו "בעביסיטסט" איינעם'ס קינדער, פארשטייט זיך עס טאר נישט ארויסגיין פון די גדרים, אבער דו גיי אן מיט דיין עבודה, עס וועט זיין טופח על מנת להטפיח.
דאס האב איך שוין צוגעלייגט: וכאן הבן שואל. דער בעל הגדה זאגט, פון יעצט און ווייטער, ווען עס הייבט זיך אן די "זאגן" חלק, בארג דעם קינד, עס איז נישט דיינס. עס איז די באשעפערס! שריי נישט, רעג זיך נישט, לאז! דו מאך עס אינטערסאנט און צוציענד, זיי וועלן שוין מיטארבעטן אליינס.
פון א חבר מיינע האב איך געהערט אז נאך מה נשתנה ברעגט ער אריין "גרעיפ דזשוס" אייסעס געמאכט א טאג בעפאר פסח (מען דארף עס אינזיהן האבן), און קודם א האלבע שעה איז אלעס אונטער קאנטראל, נאכדעם פארט שוין אלעס מיט.
און געדענק, ווי מער מען קוקט זיך פאר, נישט קיין חילוק וואס, אפילו זאכן וואס מען קען נישט איבערזאגן פאר קינדער, אלץ בעסער געלונגט עס, אן קיין שום טיפס. פשוט האלט זיך רואיג און נאטורליך…
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה: קרעמער|צום זאך|צייטליך|גרויזאמער|וויכטיג מאכער|אויפריכטיג|מאשקע|bloomberg4mayor|arender
ישר כח גרויזי, איך פלאן אי"ה היי יאר צי מאכען די סדר אינדערהיים, די מערסט האט איך הנאה געהאט פון "און מיט די קינדער: עס גייט זיין דיסעפוינטמענטס, ווייל זיי כאפן נישט אז זיי זענען דא אויף א מיסיע צו מאכן "דיין" סדר מצליח זיין… זיי בלייבן חברה'לייט אפילו אין די הייליגסטע נאכט פון יאר…"
כ'האב זיך איינגעפירט אז יעדעס יאר קויף איך איין עטליכע קארעלעך לכבוד פסח און אויך נאך קלענערע שפילצייג. דערנאך גרייט איך צו פעקלעך, פון פסח'דיגע נאש, אביסל מאקעראנס און פאטעיטע טשיפס.
נאך די פיר קשיות ווען מ'הייבט אן צו זאגן און פארציילן די הגדה, ווערט אויסגעטיילט די פעקלעך און די שפילצייג, לויט מיין ערפארונג העלפט דאס שטארק צו די רואיגקייט צום סדר.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה(תיקוני זוהר)
איך קויף פאר די קינדערלעך יעדעס יאר א נייע הגדה מיט בילדער (היי יאר איז ארויסגעקומען א געוואלד מיט זייער גוטע הגדות פון הוצאות געוואלדיג), די עלטערע קוקען דאס ערב פסח נאך מה נשתנה געב איך דאס פאר די גאר יונגערע קינדער צו קוקען אז האלט זיי רואיג אויפן פלאץ , און ווען מען קומט אן צו אלו עשר מכות נעם איך דאס אין איך פארצייל זיי פון דעם לויט די בילדער. אויף הי יאר האב איך שוין געלייגט א אויג אויף די ספר מאפילה לאורה געמאהל דורך גדי פולק, עס האט א געוואלד מיט קליינע דיטעילס וואס מען וועט זיי מיטן אייבערשטנס הילף האלטן געשפאנט... און די הגדה 'מיין ערשטע הגדה'לע' פון 'הוצאות געוואלדיג' וואס דער מעלה דערפון איז די אלע בילדער זענען פון קליינע קינדער, ווי קליינע קינדער ארבעטן, קליינע קינדער גייען ארויס פון מצרים, קליינע מצרים באקומען די מכות, עס פירט אריין די קינדער אין זייער וועלטל...
גרויזאמער האט געשריבן:
און מיט די קינדער: עס גייט זיין דיסעפוינטמענטס, ווייל זיי כאפן נישט אז זיי זענען דא אויף א מיסיע צו מאכן "דיין" סדר מצליח זיין… זיי בלייבן חברה'לייט אפילו אין די הייליגסטע נאכט פון יאר…
גרויזאמער האט געשריבן:
און מיט די קינדער: עס גייט זיין דיסעפוינטמענטס, ווייל זיי כאפן נישט אז זיי זענען דא אויף א מיסיע צו מאכן "דיין" סדר מצליח זיין… זיי בלייבן חברה'לייט אפילו אין די הייליגסטע נאכט פון יאר…
דעיס געשעט נאר ווען די גאנצע הצלחה פארלאזט מען זיך אויף די קינדער, אויב זיי גיין שיין פרעגן מה נשתנה וכו' אבער אויב איז מען גענוג קלאר מיט זיך וכו' קען אפילו א קאפל עסן אליינס די סדר.
גרויזאמער האט געשריבן:
פון הרב בערל טויבער שליט"א האב איך געהערט א עצה פאר דעם אויך: פסח ביינאכט שטעל דיך פאר אז זיי זענען נישט דיינע קינדער, כאילו דו "בעביסיטסט" איינעם'ס קינדער, פארשטייט זיך עס טאר נישט ארויסגיין פון די גדרים, אבער דו גיי אן מיט דיין עבודה, עס וועט זיין טופח על מנת להטפיח.
זייער א טייער ווארט!!!! אזוי צום זאך!!!! אבער לדעתי האט דאס גארנישט מיט פסח ביים סדר דאס איז א וויכטיגע זאך וואס מ'דארף בכלל וויסן ביי חינוך פון די קינדער, אבער ס'איז אוודאי א טובה צו הערן פאר א סדר.
א חלק פון די שוועריגקייטן ביים סדר, איז דאס דערציילן און רעדן צו די קינדער וועלכע זענען יעדער אין אן אנדערע עלטער. גיי דערצייל פאר א פינף יעריג קינדער, ווען דער צען יעריגס שפרינגט שוין פון די הויט. אדער רעד צו דעם אכט יעריגס ווען די דריי יעריגס פארשטייט נישט קיין ווארט
א נקודה וואס מ'קען האלטן פאר די אויגען און ס'לייגט אסאך זאכן אין פלאץ, איז דאס באטראכטען די הגדה ווי א "אינדעקס" אויף אסאך ענינים, און דערויף זאל מען זיך פארקוקען.
לאמיך מיך מסביר זיין (איינער איז אינטערסירט?).
דאס ווייסט דאך שוין יעדער, אז פסח ביינאכט איז די עיקר חיוב "והגדת לבנך", דערציילען די "מעשה" פון יציאות מצרים.
פארשטייט זיך אז רוב רובם טאטעס זענען נישט מלומד אין דערציילען א מעשה מיט זאפט און שמאלץ אזוי אז ס'זאל זיין אינטערסאנט פאר די קינדער. דעריבער געיבט מען א כאפ אפ די מעשה "בלא בלא בלא",
"געווען יודן אין מצרים.... מצרים האבן געפאניגט... געשלאגען... משה רבינו געטראפען א דארן בוים ברענען... אייבערשטער געשיקט משה רבינו געבען פאר פרעה 10 מכות... דם בלוט, צפרדע פרעש, כינים לייז, ערוב ווילדע חיות, דעבער א מארד, שחין אייטער בלאטער, ברד האגל, ארבע היישעריק, חוש... יענקי! מ'גיסט נישט אויס די גאנצע!!!... דא האסטו!... נעם פיר נעפקינס און וויש אפ דיין הגדה פאר ס'ווערט איגאנצען פארכאזערט!... חושך טינקעל, מאקעס בעוירעסססס.... פערטיג...."
דער בעל הגדה האט אויך געוויסט פון די פראבלעם! יא! ער האט געוויסט דערפון! און דעריבער האט ער "מ-ס-ד-ר" געווען די הגדה, און ער האט עס "אויסגעשטעלט" לויט די השתלשלות הענינים. אנגעהויבען פון "צא ולמד, פון לבן מיט יעקב", דערנאך "וירד מצרימה, מ'קען דערמאנען די מעשה פון יוסף'ס פארקויפט ווערען, און די 22 יאר וואס יעקב האט געקלאגט אויף יוסף, די המעשה מיט אשת פוטיפר, זי האט געוואלט יוסק הצדיק זאל טוען עבירות, אבער יוסף הצדיק האט געזאגט "ניין! איך בין א עהרליכע יוד!", דערנאך פרעה'ס חלום, די פתרון, די הינגער יאר, די ברידערס קומען אויף מצרים, בנימין, ביז "וירד מצרימה... בשבעים נפש... ".
דערנאך די השתלשלות פון די עבודה" וירעו אותנו המצרים...", בפה רך, איינגערעד יודן צי ארבייטען פאר געלט, צוביסלעך אויפגעהערט צי צאלען, דערנאך אנגעהויבען ציילען די שטיינער, געלייגט די קינדער אין די וואנט, אפילו קליינע יונגלעך האבן געדארפט ארבייטען שווער (דאס רעדט צי די קינדער!), געשלאגען".
און אזוי ברענגט דער בעל עגלה אראפ די "קעפעל" פון יעדע סטעיטש אין די פאסירונג, און אזוי איז די מעשה אין פלאץ, און ס'איז מסודר.
יעצט, א טאטע וואס וויל זיך קאנצעטרירען אויף די סיפור, אבער ער קען נישט מסדר זיין קיין מדרשים, ער ווייסט נישט ווי אנציהייבע, איז די עצה אז ער זאל זיך אראפזעצען מיט א אפענע הגדה, אויפמישען צי "ציי ולמד" (אדער דארט ווי ער האלט אז ער קען טרעפען חומר) און ער זאל נעמען א "ילקוט מעם לועז שמות א'" - אדער סיי וועלכע הגדה וואס האט אין זיך פיל מיט מדרשים, און ער זאל אפלערנען די שטיקעל "צא ולמד" (אדער סיי וועלכע...) מיט די מדרשים, און ער זאל מאכן ביי זיך אין קאפ א 'קוויק ריוויאו' פון די מדרשים. און בעזר השם ווען ס'וועט קומעםם צים סדר וועט ער זיך פליצלונג דערזעהן מיט מדרשים שגור על לשונו!
דערנאך גייט מען צום צווייטען שטיקעל, מ'זוכט די מדרשים וואס ברענגען אראפ וויאזוי די צרות ביי די עבודה איז ציגעגאנגען, און געדענק! יעדע ווארט פון פסוק טייטש דער בעל הגדה אויס אויף א ספעציפישע צרה, (ואת לחצינו: זו הדחק. ואת עמלינו: אלו הבנים, וגו') דאס מיינט, אז ווען מ'זאגט ביים סדר נאכט די פאר ווערטער "ואת חיצינו זו הדחק" שטעלט מען זיך אפ און מ'דערציילט "וואס" איז דאס פרעשור... "וואס" האבן די מצרים געטוען... "וויאזוי" האבן זיי געפרעשערט די יודן... און אזוי ווייטער און ווייטער.
די פאונט איז. געדענק אז די הגדה איז נאר א מפתח הענינים! דער בעל הגדה'ס ציל איז געווען צי געבען פארן טאטען א מפתח וואו צי קענען האלטן חשבון וועלכע חלק פונעם סיפור ס'קומט וואו. אבער דער בעל הגדה האט נישט געצילט צי דערציילען די סיפור, אדער צי געבען א "רעדי סקריפט" פארן טאטע פון וואו ער זאל קענען דערציילען ווארט ביי ווארט.
סוי, כאפט א הגדה... מיט א ילקוט מעם לועז... אדער די ביכל "ממצרים גאלתנו" (שטיצט אונזערע שטיצערס...), און קוקט דורך די מדרשים לויטן סדר הגדה. און מבטחנו אז איר וועט האבן וואס צי "דערציילען" ביים סדר!
נ.ב. ביטע זיך נישט רייסען אין בית מדרש אויפ'ן ילקוט, ס'קען ציקומען צי #גילוי....
אז מ'רעדט שוין, וויל איך אריין שיסן א פלאקן - זייער אומפאפולאר צווישן די יונגעלייט און חברים, אבער ס'דרוקט מיר… אדרבה, אויב האט איינער אן אמת'ע גוטע אויסגעהאלטענע ענטפער/קאנטער, בין איך גרייט צו הערן, ובזה שתי (הייב איך אן שיסן):
בליל התקדש החג איז פארהאן מערערע גאר הייליגע מצות מקיים צו זיין, ארבע כוסות, מצה, מרור, כרפס, חרוסת, סיפור יציאת מצרים, אפיקומן, הלל. אא"וו. אויך ווערט פסח נתגלה נאכאמאל די הערה והארה פונעם יו"ט און יעדער איד גייט באמת ארויס - פאר די נאכט - פון זיין מצרי'שן גלות פרטי, און וועגן דעם זאגט מען טאקע בכל דור דור (ווי באקאנט ווערט אין די חסידי'שע ספה"ק אנגערופן דורות - מצבים) חייב אדם לראות א"ע כאילו הוא יצא וכו'. און ס'איז א ליל שימורים לעולם. אויך ווערט געברענגט אז פסח ביינאכט באקומט יעדער טאטע א כוח פון הימל סטרעיט פון את פתח לו, מ'קען איינבאקן אמונה, פלעין פשוט אמונה אינעם הייליגן באשעפער. ס'האט נישט מיט פארקוקן, ס'האט נישט מיט קענען זייער גוט, געשמאק, רייך, בא'טעמ'ט, קאלירפול, פארברייך, קינדעריש און ערוואקסן ארויסברענגען רעיונות און געפילן. און ס'האט אויך נישט מיט'ן פארשטאנד פון די מקבלים, די שטוב אין די קינדער און אלע זייער פארשידענע יארגענג. ס'איז א מתנה פון הימל. און ווען ס'רעדט זיך פון הימל פארשטייט יעדער ממש דאס וואס ס'פאדערט זיי. אלה הדברים אשר תדבר, און יעדער האט געהערט וואס ער האט געברויכט צו הערן. און היינטיגע צייט איז ליידער זייער גוט פארשטענדליך אז מ'דארף דאנקען דעם הייליגן בורא פאר די מתנה אליין, אז מ'קען אריינגיסן אמונה אין די הארץ פון די קינדער. ווייל ליידער ליידער הערט מען היינט פון יונגעלייט (אקסן) וואס זאגן אז זיי זענען כופרים רח"לֹ ה"י.
דאס איז געווען די הקדמה צו די הקדמה פון די פראגע. האלטס נאך אויס ממש אפאר שורות. יעץ אזוי. היות פסח האט די כוח סגוליי פון איינפלאנצן אמונה - טאקע צוליב די הארות הזמן פון ויאמינו בד' וגו' - ווערט געברענגט אין די ספרים אז דייקא פסח האלט מען זיך זייער צו די מסורת האבות, ווייל דאס איז די ריכטיגע ריינע אמונה. מסורת אבות. און וועגן דעם מישט מען זיך נישט, נישט צו מישן מיט די מסורה. אזוי אויך וואס מ'עסט יא און וואס נישט האלטן מען זייער אן צו טאן דאס וואס מ'האט געזען אינדערהיים. אסאך משפחות עסן נישט קיין מעלאנע, האנידו, קענטעלאופ - הגם אז לכאורה מעג מען, ווייל מ'שיילט עס אפ, און ס'איז א נאטוליכע פרי אד"ג, מיט דעם אלעם האלטן זיך ערליכע אידן צוריק דערפון, ווייל "אונזערע עלטערן האבן עס נישט געגעסן." (באקאנט די מעשה פון ר"י מבעלזא אז מ'האט אים געברענגט אוגערקעס, אז ס'איז לכאורה פונקט ווי מייערן, אבער עס האט נישט געוואלט עסן מטעם הנ"ל, און שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז מ'האט עס געפלאנצט און רעגלמעסיג באשפריצט מיט חמצ'יגע בראנפן).
עכ"פ איז לכאורה פסח די סאמע העכסטע צייט צו טאן דאס וואס דער טאטע האט געטון. אויב אזוי וואס האסטעך פארצוקוקן און דערציילן שיינע אטעם פארכאפנדע מעשיות פון מצרים? האט עס דיין טאטע געטון, זאג עס נאך פונקט ווי ער, און אויב נישט טו עס אויך נישט!
האבן דען אונזערע עלטערן נישט געוואוסט פון די גאר וויכטיגע מצוה פון והגדת לבנך? רביה"ק בעל דבר"י ולמעב"ק - און אויך אלע טויזענטער קדושים וטהורים מגלי דרך החסידות האבן דאך פרובירט מיט אלע כוחות מקיים צו זיין אלע מצוות מיט די שענסטע הידורים וואס נאך שייך. ווייסט איינער צו זאגן פון איינעם פון זיי וואס האט ביים סדר זיך געזעצט דערציילן אטעם פארכאפנדע געשעענישן פון אכמעד און פאשטו וויאזוי זיי האבן זיך געמוטשעט די דער'הרג'ענען די פרעש פון זייער אייזקריעם/פראש קעיק? די גמרא האט זיך שוין געמוטשעט מיט דעם פראבלעם וואס הייסט קינדער - און די גמרא'ס המצאה איז געווען מאנדלעך מיט אפיקומן. פארוואס האט די גמרא נישט געהייסן דערציילן שרעקעדיגע שפאנענדע מעשיות פאר די קליינע אז די אויגן זאל זיי ארויספאלן פון די לעכער? דער גאנצער רעיון פון דערציילן ביים סדר די סארט מעשיות האט עפעס אן העכערע מקור? איך פרעגט אויפריכטיג. אויב איינער ווייסט פליז לאז אונז אלע וויסן.
אונזערע רביים און עלטערן האבן ערליך - רוב מאל מיט זידיגע טרערן - געזאגט די הגדה און גערעדט פון די גרויסע ניסים אד"ג. אוודאי האט מען געגעבן אטענטשאן פאר די קינדער, ביים יחץ, ביי די קשיות, ביים אפיקומן אד"ג, אבער די נאכט איז געווען דער "סדר נאכט", דער נאכט וואס מאכט פונעם מענטש סדר אויפ'ן גאנצן יאר. זיך אליין. קדש מ'האט זיך מקדש געווען וכו'.
איך וואונדער זיך באמת. מיינט מען טאקע אז דאס איז דער סדר?
ביים סדר איז דא די געלעגנהייט זיך מתבונן צו זיין אפאר סעקונדעס, אז ס'איז דורך נאך א יאר אויף דער וועלט זינט דאס לעצטע מאל כ'האב געזאגט נשמת ביים סדר. און בין נאך אלץ געזונט, ס'פעלן מיר נישט קיין אברים, אברים שפלגת בנו, כ'האב א ווייב און זי האט אויך אלע אברים געזונטערהייט, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער, און איך האב ב"ה לעכטיגע קינדעלעך זיצן שיין ארום דעם טיש, און ס'קען זיין אז זייט דעם לעצטן פסח איז שוין צוגעקומען א קינד צום טיש. איך זיץ מיר אויפ'ן היסב בעט כמלך בגדוד ביי ציכטיג געדענקטן טיש, אנגעלאדנטן מכל טוב וטוב, און ס'גיסט זיך אלעס בשפע רב. יעדער איז שיין אויסשטאפירט לכבוד יו"ט, און יעדער האט אן עקסטערע הגדה מיט אן עקסטערע בעכער, און מצות ככל הצורך, ועוד ועוד ועוד. וויפיל געט מיר דער רבש"ע (און ער זאל ווייטער געבן מער און מער גרינגערהייט), און וויפיל געב איך אים. איז עס א פעיר דיעל? דארף אים דען נישט דאנקען און לויבן דערפאר? נאר וואס דען, א גאנץ יאר פרייליך איז א גאנץ יאר פרייליך, אבער פסח ביינאכט ווען יודן ווערן נאכאמאל געבוירן און אויסדערוועלט אלס דעם אויבערשטנס קינדער, גיסט זיך איבער דאס הארץ פאר פרייד און דערהויבנקייט און שפריצט ארויס דורך די אויגן מיט זידיגע טרערן, עד הנה עזרוני רחמיך, ולא עזבוני וכו', ואל תטשינו וכו'.
וויפיל מאל בין איך געפארן אויף די וועגן און אנגעקומען אהיים שלם בגופו ובממונו, קיינמאל נישט געשען קיין עקסידענטס און קיינמאל נישט געמאכט קיין עקסידענטס. כמעט נישט באקומען קיין טיקעטס.. מחרב הצלתנו - נישט געהאט די פלו און נישט קיין נעמאוניע ב"ה און אוודאי נישט יענע מחלה, זאל עס אויסגיין צו אלע גוים - מחליים רעים ונאמנים דיליתנו וכו'. וויפיל קלאפס האט מיין הארץ געגעבן דאס יאר? וויפיל מאל האב איך געדארפט רופן די הצלה דאס יאר? כ'האב א שטוב מיט קינדער און יעדער איז ב"ה אין בעסטן ארדענונג. כ"י.
וויפיל מאל א יאר האט מען די מעגליכקייט אביסל צו נעמען די מיה בלויז צו זאגן פאר'ן אויבערשטען "ישר כח. איך בין נישט כפוי טובה. איך אנערקען וואס דו געסט מיר יעדע רגע. נאר כ'האב נישט קיין צייט יעדן טאג ביי די שמו"ע עס געהעריג אינזינען צו האבן ווייל איך בין אין גלות. אבער היינט ווען איך בין אויסגעלייזט שרייען מיינע אלע אברים, וכל קרב וכליות יזמרו לשמך, כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך!"
דאס איז א שיינע סדר. וואו קינדער וואס קינדער. די קינדער זענען דא איינס פון די הויפט סיבות פארוואס צו טאנצן פאר פרייד און לויבן דעם אויבערשטן. און דאס איז אונזער מתנה - נישט דורך אונזערע מעשים - נאר דער אויבערשטער הייבט אונז אויף און אונז קענען זיך ארויסברענגען די אינערליכע געפילן וואס א גאנץ יאר ווייסן מיר אפילו נישט אז ס'עקזיסטירט. און ווי ס'ווערט געברענט פון ספה"ק און די מלאכים זענען אונז מקנא דערויף (און וועגן דעם זינגט מען חד גדיא, אז זיי זאלן מיינען אונז זעמיר אנגאנצן משוגע מעטארע, לויט איין פשט).
און אנדערע ווערטער, די שיינקייט פונעם סדר ליגט אין הארץ, אין קאפ, אין די נשמה, אין די געפילן. נישט ביים טיש, ביים בעכער, ביי די שיינע הגדה, ביי די נישט אויסגעגאסענע גרעיפ דזשוס, ביי די סאלידקייט און פאלגזאמקייט פון די קינדער אז זיי קענען זיצן ווי די דאמיעס שיין ביים טיש. - ווי שוין ערווענט דא כמה פעמים ווערט חינוך אריינגעבאקן אין די קינדער מיליאן מאל מער דורך זיך פירן וויאזוי דו ווילסט דיינע קינדער זאלן זיך פירן, נישט דורך בלויז זאגן זאכן, און טוען אנדערש. פסח ווען מ'דארף מחנך זיין די קינדער - דארף מען זיין אליין מחונך, דערהויבן, פליען אין הימל… די אידן אין מצרים זענען אויך געפלויגן אין הימל. (ביי די וועי, זיי זענען געווען זייער פלעינע קאנסטראקשאן ווארקערס, זיי זענען געווען בילדערס, ארכיטעקטורס, פלאמערס, מעיסאנרי ווארקערס, סעמענט מיקסטערס, פעינטערס, סקעפאולדינג, וכל עבודה בשדה, געווען ביזי בייטאג און ביינאכט אויף די מצרי'שע קאנסטראקשן סייטס, און דארט אריינגעכאפט אינמיטן דער ארבעט א האלב אפגעבאקענע וועדזששטעבל רעפ, אזא ווייעכע מצה פון דרויסן, איינגעדרייט, און אינעווייניג איז געווען ציבעלעס, קנאבל, שטיינדלעך, פארשטינקענע פיש, און די אלע הארפאשנע ארבעטער האט דער אויבערשטער געגעבן א הייב אויף, און זיי האבן געזאגט הלל אין ירושלים.
דאס געשעט יעדעס יאר צו מיר, צו דיר און צו יעדן איינעם. איז פארוואס ביזטו אזוי ביזי צו האבן א "שיינעם" סדר, מיט גוטע מעשיות?
גרייט דיר אן א באקס נעפקינס פאר די גרעיפ-דזשוס און א באקס טישוס פאר די נאז, און רעדי, סעט, גאו!
יעץ הייבט עטץ אן מיט תגובות… (איך האב זיך שוין אויסגעגעבן).
הערליכע תגובה זאלער. דיין דרשה איז הערליך. הגם מקען דא אין דארט אריינווארפן הערות.
דיין הויפט קשיא איז אבער נישט שווער. סשטייט איבעראל אנגעהויבן פון גמרא ביז אראפ אז מדארף ציען די אינטערעסע פין די קינדער און פארציילן. יעצט פארגלייך די מעשה ביכלעך פון אמאל מיט די היינטיגע. אדער נאנטער פארגלייך די קינדער טעיפס פון אמאל מיט היינט. אוודאי האבן זיך סטיילס געטוישט און בד״כ דארף מען מער אינוועסטן טאמער וויל מען זיי האלטן געשפאנט.
א פשוטע משל. לויט די גמרא איז די טריק פון מוזגים כוס שני געווען גענוג אז דער קינד זאל פרעגן מה נשתנה. נו וואס קען מען טון אז היינט וועט קיינער נישט פרעגן?...קען איך א שטוב ווי מנעמט בפועל אלעס אראפ פון טיש און משפילט עכט כאילו די סדר האט זיך געענדיגט. דאס אלעס מיינט מקיים געווען די גמרא כפשוטו.
ממילא איז די אלע וואס זוכן וועגן זיך אראפצו לאזן טוען פונקט ווי די זיידעס נאר פארשטייט זיך אז זיי נוצן לעקטער נישט קיין ליכט...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.