זאל ער קומען האט געשריבן:
אז מ'רעדט שוין, וויל איך אריין שיסן א פלאקן - זייער אומפאפולאר צווישן די יונגעלייט און חברים, אבער ס'דרוקט מיר…
אדרבה, אויב האט איינער אן אמת'ע גוטע אויסגעהאלטענע ענטפער/קאנטער, בין איך גרייט צו הערן, ובזה שתי (הייב איך אן שיסן):
בליל התקדש החג איז פארהאן מערערע גאר הייליגע מצות מקיים צו זיין, ארבע כוסות, מצה, מרור, כרפס, חרוסת, סיפור יציאת מצרים, אפיקומן, הלל. אא"וו. אויך ווערט פסח נתגלה נאכאמאל די הערה והארה פונעם יו"ט און יעדער איד גייט באמת ארויס - פאר די נאכט - פון זיין מצרי'שן גלות פרטי, און וועגן דעם זאגט מען טאקע בכל דור דור (ווי באקאנט ווערט אין די חסידי'שע ספה"ק אנגערופן דורות - מצבים) חייב אדם לראות א"ע כאילו הוא יצא וכו'. און ס'איז א ליל שימורים לעולם.
אויך ווערט געברענגט אז פסח ביינאכט באקומט יעדער טאטע א כוח פון הימל סטרעיט פון את פתח לו, מ'קען איינבאקן אמונה, פלעין פשוט אמונה אינעם הייליגן באשעפער. ס'האט נישט מיט פארקוקן, ס'האט נישט מיט קענען זייער גוט, געשמאק, רייך, בא'טעמ'ט, קאלירפול, פארברייך, קינדעריש און ערוואקסן ארויסברענגען רעיונות און געפילן. און ס'האט אויך נישט מיט'ן פארשטאנד פון די מקבלים, די שטוב אין די קינדער און אלע זייער פארשידענע יארגענג. ס'איז א מתנה פון הימל. און ווען ס'רעדט זיך פון הימל פארשטייט יעדער ממש דאס וואס ס'פאדערט זיי.
אלה הדברים אשר תדבר, און יעדער האט געהערט וואס ער האט געברויכט צו הערן. און היינטיגע צייט איז ליידער זייער גוט פארשטענדליך אז מ'דארף דאנקען דעם הייליגן בורא פאר די מתנה אליין, אז מ'קען אריינגיסן אמונה אין די הארץ פון די קינדער. ווייל ליידער ליידער הערט מען היינט פון יונגעלייט (אקסן) וואס זאגן אז זיי זענען כופרים רח"לֹ ה"י.
דאס איז געווען די הקדמה צו די הקדמה פון די פראגע. האלטס נאך אויס ממש אפאר שורות.
יעץ אזוי. היות פסח האט די כוח סגוליי פון איינפלאנצן אמונה - טאקע צוליב די הארות הזמן פון ויאמינו בד' וגו' - ווערט געברענגט אין די ספרים אז דייקא פסח האלט מען זיך זייער צו די מסורת האבות, ווייל דאס איז די ריכטיגע ריינע אמונה. מסורת אבות. און וועגן דעם מישט מען זיך נישט, נישט צו מישן מיט די מסורה. אזוי אויך וואס מ'עסט יא און וואס נישט האלטן מען זייער אן צו טאן דאס וואס מ'האט געזען אינדערהיים. אסאך משפחות עסן נישט קיין מעלאנע, האנידו, קענטעלאופ - הגם אז לכאורה מעג מען, ווייל מ'שיילט עס אפ, און ס'איז א נאטוליכע פרי אד"ג, מיט דעם אלעם האלטן זיך ערליכע אידן צוריק דערפון, ווייל "אונזערע עלטערן האבן עס נישט געגעסן." (באקאנט די מעשה פון ר"י מבעלזא אז מ'האט אים געברענגט אוגערקעס, אז ס'איז לכאורה פונקט ווי מייערן, אבער עס האט נישט געוואלט עסן מטעם הנ"ל, און שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז מ'האט עס געפלאנצט און רעגלמעסיג באשפריצט מיט חמצ'יגע בראנפן).
עכ"פ איז לכאורה פסח די סאמע העכסטע צייט צו טאן דאס וואס דער טאטע האט געטון. אויב אזוי וואס האסטעך פארצוקוקן און דערציילן שיינע אטעם פארכאפנדע מעשיות פון מצרים? האט עס דיין טאטע געטון, זאג עס נאך פונקט ווי ער, און אויב נישט טו עס אויך נישט!
האבן דען אונזערע עלטערן נישט געוואוסט פון די גאר וויכטיגע מצוה פון והגדת לבנך?
רביה"ק בעל דבר"י ולמעב"ק - און אויך אלע טויזענטער קדושים וטהורים מגלי דרך החסידות האבן דאך פרובירט מיט אלע כוחות מקיים צו זיין אלע מצוות מיט די שענסטע הידורים וואס נאך שייך. ווייסט איינער צו זאגן פון איינעם פון זיי וואס האט ביים סדר זיך געזעצט דערציילן אטעם פארכאפנדע געשעענישן פון אכמעד און פאשטו וויאזוי זיי האבן זיך געמוטשעט די דער'הרג'ענען די פרעש פון זייער אייזקריעם/פראש קעיק?
די גמרא האט זיך שוין געמוטשעט מיט דעם פראבלעם וואס הייסט קינדער - און די גמרא'ס המצאה איז געווען מאנדלעך מיט אפיקומן. פארוואס האט די גמרא נישט געהייסן דערציילן שרעקעדיגע שפאנענדע מעשיות פאר די קליינע אז די אויגן זאל זיי ארויספאלן פון די לעכער?
דער גאנצער רעיון פון דערציילן ביים סדר די סארט מעשיות האט עפעס אן העכערע מקור? איך פרעגט אויפריכטיג. אויב איינער ווייסט פליז לאז אונז אלע וויסן.
אונזערע רביים און עלטערן האבן ערליך - רוב מאל מיט זידיגע טרערן - געזאגט די הגדה און גערעדט פון די גרויסע ניסים אד"ג. אוודאי האט מען געגעבן אטענטשאן פאר די קינדער, ביים יחץ, ביי די קשיות, ביים אפיקומן אד"ג, אבער די נאכט איז געווען דער "סדר נאכט", דער נאכט וואס מאכט פונעם מענטש סדר אויפ'ן גאנצן יאר. זיך אליין. קדש מ'האט זיך מקדש געווען וכו'.
ספעציעל ביי מיין עידזש יונגעלייט און יונגער איז דער "סדר" געווארן א "פראבלעם" מיט "קינדער" און מיט'ן "זייגער". דער סדר דארף זיין "שיין". אלעס דארף קלאפן וכו'.
איך וואונדער זיך באמת. מיינט מען טאקע אז דאס איז דער סדר?
ביים סדר איז דא די געלעגנהייט זיך מתבונן צו זיין אפאר סעקונדעס, אז ס'איז דורך נאך א יאר אויף דער וועלט זינט דאס לעצטע מאל כ'האב געזאגט נשמת ביים סדר. און בין נאך אלץ געזונט, ס'פעלן מיר נישט קיין אברים, אברים שפלגת בנו, כ'האב א ווייב און זי האט אויך אלע אברים געזונטערהייט, דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער, און איך האב ב"ה לעכטיגע קינדעלעך זיצן שיין ארום דעם טיש, און ס'קען זיין אז זייט דעם לעצטן פסח איז שוין צוגעקומען א קינד צום טיש.
איך זיץ מיר אויפ'ן היסב בעט כמלך בגדוד ביי ציכטיג געדענקטן טיש, אנגעלאדנטן מכל טוב וטוב, און ס'גיסט זיך אלעס בשפע רב. יעדער איז שיין אויסשטאפירט לכבוד יו"ט, און יעדער האט אן עקסטערע הגדה מיט אן עקסטערע בעכער, און מצות ככל הצורך, ועוד ועוד ועוד.
וויפיל געט מיר דער רבש"ע (און ער זאל ווייטער געבן מער און מער גרינגערהייט), און וויפיל געב איך אים. איז עס א פעיר דיעל? דארף אים דען נישט דאנקען און לויבן דערפאר? נאר וואס דען, א גאנץ יאר פרייליך איז א גאנץ יאר פרייליך, אבער פסח ביינאכט ווען יודן ווערן נאכאמאל געבוירן און אויסדערוועלט אלס דעם אויבערשטנס קינדער, גיסט זיך איבער דאס הארץ פאר פרייד און דערהויבנקייט און שפריצט ארויס דורך די אויגן מיט זידיגע טרערן, עד הנה עזרוני רחמיך, ולא עזבוני וכו', ואל תטשינו וכו'.
וויפיל מאל בין איך געפארן אויף די וועגן און אנגעקומען אהיים שלם בגופו ובממונו, קיינמאל נישט געשען קיין עקסידענטס און קיינמאל נישט געמאכט קיין עקסידענטס. כמעט נישט באקומען קיין טיקעטס.. מחרב הצלתנו - נישט געהאט די פלו און נישט קיין נעמאוניע ב"ה און אוודאי נישט יענע מחלה, זאל עס אויסגיין צו אלע גוים - מחליים רעים ונאמנים דיליתנו וכו'.
וויפיל קלאפס האט מיין הארץ געגעבן דאס יאר? וויפיל מאל האב איך געדארפט רופן די הצלה דאס יאר? כ'האב א שטוב מיט קינדער און יעדער איז ב"ה אין בעסטן ארדענונג. כ"י.
וויפיל מאל א יאר האט מען די מעגליכקייט אביסל צו נעמען די מיה בלויז צו זאגן פאר'ן אויבערשטען "ישר כח. איך בין נישט כפוי טובה. איך אנערקען וואס דו געסט מיר יעדע רגע. נאר כ'האב נישט קיין צייט יעדן טאג ביי די שמו"ע עס געהעריג אינזינען צו האבן ווייל איך בין אין גלות. אבער היינט ווען איך בין אויסגעלייזט שרייען מיינע אלע אברים, וכל קרב וכליות יזמרו לשמך, כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך!"
דאס איז א שיינע סדר. וואו קינדער וואס קינדער. די קינדער זענען דא איינס פון די הויפט סיבות פארוואס צו טאנצן פאר פרייד און לויבן דעם אויבערשטן.
און דאס איז אונזער מתנה - נישט דורך אונזערע מעשים - נאר דער אויבערשטער הייבט אונז אויף און אונז קענען זיך ארויסברענגען די אינערליכע געפילן וואס א גאנץ יאר ווייסן מיר אפילו נישט אז ס'עקזיסטירט. און ווי ס'ווערט געברענט פון ספה"ק און די מלאכים זענען אונז מקנא דערויף (און וועגן דעם זינגט מען חד גדיא, אז זיי זאלן מיינען אונז זעמיר אנגאנצן משוגע מעטארע, לויט איין פשט).
און אנדערע ווערטער, די שיינקייט פונעם סדר ליגט אין הארץ, אין קאפ, אין די נשמה, אין די געפילן. נישט ביים טיש, ביים בעכער, ביי די שיינע הגדה, ביי די נישט אויסגעגאסענע גרעיפ דזשוס, ביי די סאלידקייט און פאלגזאמקייט פון די קינדער אז זיי קענען זיצן ווי די דאמיעס שיין ביים טיש. - ווי שוין ערווענט דא כמה פעמים ווערט חינוך אריינגעבאקן אין די קינדער מיליאן מאל מער דורך זיך פירן וויאזוי דו ווילסט דיינע קינדער זאלן זיך פירן, נישט דורך בלויז זאגן זאכן, און טוען אנדערש.
פסח ווען מ'דארף מחנך זיין די קינדער - דארף מען זיין אליין מחונך, דערהויבן, פליען אין הימל… די אידן אין מצרים זענען אויך געפלויגן אין הימל. (ביי די וועי, זיי זענען געווען זייער פלעינע קאנסטראקשאן ווארקערס, זיי זענען געווען בילדערס, ארכיטעקטורס, פלאמערס, מעיסאנרי ווארקערס, סעמענט מיקסטערס, פעינטערס, סקעפאולדינג, וכל עבודה בשדה, געווען ביזי בייטאג און ביינאכט אויף די מצרי'שע קאנסטראקשן סייטס, און דארט אריינגעכאפט אינמיטן דער ארבעט א האלב אפגעבאקענע וועדזששטעבל רעפ, אזא ווייעכע מצה פון דרויסן, איינגעדרייט, און אינעווייניג איז געווען ציבעלעס, קנאבל, שטיינדלעך, פארשטינקענע פיש, און די אלע הארפאשנע ארבעטער האט דער אויבערשטער געגעבן א הייב אויף, און זיי האבן געזאגט הלל אין ירושלים.
דאס געשעט יעדעס יאר צו מיר, צו דיר און צו יעדן איינעם. איז פארוואס ביזטו אזוי ביזי צו האבן א "שיינעם" סדר, מיט גוטע מעשיות?
גרייט דיר אן א באקס נעפקינס פאר די גרעיפ-דזשוס און א באקס טישוס פאר די נאז, און רעדי, סעט, גאו!
יעץ הייבט עטץ אן מיט תגובות… (איך האב זיך שוין אויסגעגעבן).