Re: מילי דתמיהי
לכאו' מיינסטו דעם וואס ער זאגט דארט (קובץ הבאר שצויין לעיל, ולא העתיק כולו, והחסיר את העיקר- עי"ש והדברים מתוקים מדבש).הענדימען האט געשריבן:איך טראכט א פשט. די באקאנטע מעשה מיט איינעם פון די פריערדיגע צדיקים וואס האט פאר א איד גע'פועל'ט נחת און פרנסה און דאן פארלאנגט חייאיבעית אימא האט געשריבן:די מנהג ווערט געברענגט אין דרכי חיים ושלום (אות תרצג), לקט הקמח החדש (סימן קלב אות כו), ושו"ת משנת יוסף (חי"א סימן צז) שכן נהג גיסו הרה"ק מהר"א מבעלזא זצוק"ל.נ'יאפטשיק האט געשריבן:וואס איז פשט אז ביי די יהי רצון נאך תהילים, ביי ותן לכל איש די פנסתו וכו' זאגט דער גאנצער עולם מיט, דאס האט א מקור ?
מקור מוקדם יותר לא ראיתי עד הנה.
ובפשטות טעם המנהג הוא כדי לעורר הכוונה. [אדער בלויז א פראקטישע עצה, וויבאלד די שלש עשרה מדות מעג מען זאגן [בדרך תפלה] נאר במנין עשרה, צוליב דעם טוט מען אויפמערקזאם מאכן די ציבור, אכטונג! מ'גייט אט זאגן די י"ג מדות.]
אגב בין איך מעתיק פון קובץ הבאר (כרך ראשון, שנה רביעי, סימן כד) וואס איז ערשינען אין יאר תרפ"ז לפ"ק, פונם מאמר געשריבן דורך הרב החסיד המופלג מוה"ר גרשון עמנואל הלוי שטאוועסקי ז"ל פון ווארשא, מח"ס גדולת הצדיקים [מעוטר מיט שיינע הסכמות פון אדמור"י פולין] וז"ל:
"בתפלת היהי רצון אחר תהלים בסוף התפלה ותן לכל איש ואיש די פרנסתו ולכל גוי' גוי' די מחסורה, עושין העולם צעקות גדולות בזה, וקולות נוראות, ובכיות עצומות. ומעולם נפלאתי על זה, כי כשאיש אחד הוא חולה וגוסס וקרוב למיתה ר"ל, וחוטפין עשרה אנשים לאמר תהלים עבורו, אולי יש תקוה להמתיק מעליו הדינים, וכמו שאמרו אפילו חרב מונחת על צווארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים, וכשבאו לאלו התיבות ותן לכל איש וכו' צועקין ביותר מכל התהלים וכל היהי רצון, ומה הרעש לצעוק עתה על פרנסה בעת שאדם חולי מסוכן וגוסס ר"ל, ומן הסתם מנהג ישראל תורה הוא."