מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

מעכיל פון שול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:57 pm
שירות ותשבחות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:30 pm
מאמענטעלעך??????
די וואך איז נישט דא דעם מאמענטעלעך קאלום, כ'האף אז עס האט זיך נישט געענדיגט, עס איז געווען געשמאק צו ליינען יעדע וואך א צווייטנס זאכן.
קען זיין עס איז דא פרישע מענטשן דארט מיט פרישע געדאנקן.

און צוגאב וואס פינחס גלויבער'ס צורה ביי זיין קאלום איז אראפגעפאלן די דריטע וואך אין די רייע...
מעגליך א פרישן גראפיקער
קאן זיין אז ס'נישט אריינגעקומען מאמענטעלע'ך..
אדער אז דעי וואך זענען אלע מינוטן געוועהן צו לאנג..
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:48 pm
ליטווישער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:06 pm
פאסט נישט פאר די אזויגערופענע קינג די 'מאמענט' צו עפענען א ביזנעס אפטיילונג עטליכע חדשים נאך די וואך אדער שטיבל(איך געדענק נישט) האבן אויך געעפנט..
אויב זיי מאכן עס גוט, קענען זיי נאך זיין קינג...

פון די אנדערע פעלט אסאך... ס'סאונט ווי זיי האבען סתם דיסיידעד צו מאכן א אפטיילונג, אהן צושטעלן...
דערווייל איז די קינג אין ביזנעס אפטיילונגען דער איד
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2079
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ישי כץ האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:36 pm
געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:48 pm
ליטווישער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:06 pm
פאסט נישט פאר די אזויגערופענע קינג די 'מאמענט' צו עפענען א ביזנעס אפטיילונג עטליכע חדשים נאך די וואך אדער שטיבל(איך געדענק נישט) האבן אויך געעפנט..
אויב זיי מאכן עס גוט, קענען זיי נאך זיין קינג...

פון די אנדערע פעלט אסאך... ס'סאונט ווי זיי האבען סתם דיסיידעד צו מאכן א אפטיילונג, אהן צושטעלן...
דערווייל איז די קינג אין ביזנעס אפטיילונגען דער איד
רייט... און זיי קענען אויך ניצען א תיקון... שוין צעהן יאר די זעלבע...
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
שירות ותשבחות
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 03, 2024 2:15 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירות ותשבחות »

רבי יענקב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:58 pm
מעכיל פון שול האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:57 pm
שירות ותשבחות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:30 pm
מאמענטעלעך??????
די וואך איז נישט דא דעם מאמענטעלעך קאלום, כ'האף אז עס האט זיך נישט געענדיגט, עס איז געווען געשמאק צו ליינען יעדע וואך א צווייטנס זאכן.
קען זיין עס איז דא פרישע מענטשן דארט מיט פרישע געדאנקן.

און צוגאב וואס פינחס גלויבער'ס צורה ביי זיין קאלום איז אראפגעפאלן די דריטע וואך אין די רייע...
מעגליך א פרישן גראפיקער
קאן זיין אז ס'נישט אריינגעקומען מאמענטעלע'ך..
אדער אז דעי וואך זענען אלע מינוטן געוועהן צו לאנג..
אדער קיינער האט קיינעם נישט געטראפן וואס האט אים פונקט געזאגט עפעס, וואס זאל זיך מאכן עפעס א נקודה למחשבה'לע......
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

נאך איינער נאך וואס ער האט געליינט די אלאסקע ארטיקל האט זיך געשפירט פארפרוירן קאלט?
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
lowerhudsonvalley
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 18, 2023 9:27 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lowerhudsonvalley »

איך גלייך די ביזנעס קאלום אבער איך ווייס נישט פארוואס עס שטערט מיך אבער די נעמען וכדומה שרייבט ער נישט גוט ארויס למשל nvidia זאגט מען אדער אינווידיע אדער ענווידיע נישט נעווידיע וואס דאס האט ער זיכער נישט געהערט פון קיינעם
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

יש משהו האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 6:42 am
נאך איינער נאך וואס ער האט געליינט די אלאסקע ארטיקל האט זיך געשפירט פארפרוירן קאלט?
יע, הרב אייזיקאוויטש האט געגעבן צו שפירן די ציפידיגע קעלט. די נאכט ווען ער איז געגאנגען זען די גרינע-שטראלן האט מיר כמעט געמאכט אנטון א מאנטל.

מ'האט געזען אז ער געשריבן די ארטיקל פול מיט פעשין. שטארק הנאה געהאט פון יעדע שורה'לע און אויסדריק.

@אייזיקאוויטש מיר ווארטן אויף נאך.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

יש משהו האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 6:42 am
נאך איינער נאך וואס ער האט געליינט די אלאסקע ארטיקל האט זיך געשפירט פארפרוירן קאלט?
דער אייזיקאוויטש איז א מייסטער שרייבער יאפ מיר דארפן נאך
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ליטווישער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:06 pm
פאסט נישט פאר די אזויגערופענע קינג די 'מאמענט' צו עפענען א ביזנעס אפטיילונג עטליכע חדשים נאך די וואך אדער שטיבל(איך געדענק נישט) האבן אויך געעפנט..
און אפשר ארבייטען זיי שוין לאנג דערויף אין די וואך האט זיי אויסגעכאפט?
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

איך האף באמת עס וועט נישט זיין אין די מאמענט פלאס, איך האף עס וועט זיין א עקסטערע זאך.
ווייל איך שפיר אז אנשטאט צי גרעסער מאכן און צי לייגן מער ארטיקלן בלייבט עס די זעלבע,
נאר זיי טוישן ארום אז עס זאל אויסזען ווי מען לייגט צי, אבער באמת ווען די קוקסט וויפיל זייטן זיי האבן בלייבט עס די זעלב, (אדער ווייניגער)
שירות ותשבחות
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 03, 2024 2:15 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירות ותשבחות »

א דורך געליינט דעם באזוך אין אלאסקא זייער הנאה געהאט פון די גאנצע באשרייבונג, די זאך וואס איך האב די מערסטע ארויס באקומען פון די גאנצע באזוך איז געווען, אז מען קען נישט ערקלערן אויף א פאפיר וואס מען האט געזען אדער געפילט, (זיי מסביר פאר א בלינדע מענטש די קאליר גרין) ער זאגט אפאר מאל איבער ווי שיין די פאנאראמעס זענען געווען אבער מען קען נישט געהעריג פילן וואס ער האט געפילט זייענדיג דארט, איך האב געפילט אז ער קען זיך נישט געהעריג ארויס ברענגן ווי באגייסטערט ער איז געווען דארט.

סתם הערות אויף די מגיהים, זיי האבן נישט געלייגט קיין ווערטער ביי קיין איין בילד וואס דאס איז, און עפעס דאס אות "פ" איז זייער אסאך מאל אפגעטיילט געווארן פון ווערטער...
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3009
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

חיים97 האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 12:23 pm
איך האף באמת עס וועט נישט זיין אין די מאמענט פלאס, איך האף עס וועט זיין א עקסטערע זאך.
ווייל איך שפיר אז אנשטאט צי גרעסער מאכן און צי לייגן מער ארטיקלן בלייבט עס די זעלבע,
נאר זיי טוישן ארום אז עס זאל אויסזען ווי מען לייגט צי, אבער באמת ווען די קוקסט וויפיל זייטן זיי האבן בלייבט עס די זעלב, (אדער ווייניגער)
זאג מיר, דו קענסט נומבערס, מאמענט איז געבליבן מיט די זעלבע סך זייטן???
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

איש ציון האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 1:57 pm
חיים97 האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 12:23 pm
איך האף באמת עס וועט נישט זיין אין די מאמענט פלאס, איך האף עס וועט זיין א עקסטערע זאך.
ווייל איך שפיר אז אנשטאט צי גרעסער מאכן און צי לייגן מער ארטיקלן בלייבט עס די זעלבע,
נאר זיי טוישן ארום אז עס זאל אויסזען ווי מען לייגט צי, אבער באמת ווען די קוקסט וויפיל זייטן זיי האבן בלייבט עס די זעלב, (אדער ווייניגער)
זאג מיר, דו קענסט נומבערס, מאמענט איז געבליבן מיט די זעלבע סך זייטן???
קען זיין אז איך בין נישט גערעכט. אבער איך געדענק יארן צוריק פלעגט עס זיין בערך 96 זייטן און ארויף.
און נאך אזאך. אז די לייגסט צי אסאך קליינע וואכנדיגע ארטיקלן, (די וואס לויפן א יעדע וואך) קומט אויס אז די גרויסע ארטיקלן וואס פלעגט זיין א גוטע לאנגע אינטערסאנט ארטיקל.
האט מען אנגעפאנגען צי מאכן קלענער. און מער בקיצור.
מושכל ראשון
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 5:55 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושכל ראשון »

lowerhudsonvalley האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 7:30 am
איך גלייך די ביזנעס קאלום אבער איך ווייס נישט פארוואס עס שטערט מיך אבער די נעמען וכדומה שרייבט ער נישט גוט ארויס למשל nvidia זאגט מען אדער אינווידיע אדער ענווידיע נישט נעווידיע וואס דאס האט ער זיכער נישט געהערט פון קיינעם
וואס איז שלעכט מיט "נעווידיע"?
יאיר לפיד צו ניקי העילי: די פארשטייסט נישט אמעריקא

"ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים ווייל מאתו לא תצא הרעות, אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן מיר ווילן זען מיט די אייגענע אויגן דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס"

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:05 pm
די וואך האט מנחם גאלד גענומען א פרישע סטראטעגיע מער אנטי סיסטעם מער אנטי חסידות.. סיי אין אפענע שמועסן סיי אין טעלערלעך.

מענדל אונגאר'ס אויפן סצענע איז צוקער זיס, וויאזוי ער שמועסט מיט די טראמפיסטישע קולטיסטן.. טרייבט פיין ליצנות פון זיי.
יא בנוגע מנחם גאלד נאכן לייענען זיין "משפחה העכער פון חסידות מחלוקת" טעלער האב איך שוין פארשטאנען זיין פאליטישע אנאליזן אויכעט ער איז א ליבעראל.

דורכגייער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 8:32 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורכגייער »

חיים97 האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 2:40 pm
איש ציון האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 1:57 pm
חיים97 האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 12:23 pm
איך האף באמת עס וועט נישט זיין אין די מאמענט פלאס, איך האף עס וועט זיין א עקסטערע זאך.
ווייל איך שפיר אז אנשטאט צי גרעסער מאכן און צי לייגן מער ארטיקלן בלייבט עס די זעלבע,
נאר זיי טוישן ארום אז עס זאל אויסזען ווי מען לייגט צי, אבער באמת ווען די קוקסט וויפיל זייטן זיי האבן בלייבט עס די זעלב, (אדער ווייניגער)
זאג מיר, דו קענסט נומבערס, מאמענט איז געבליבן מיט די זעלבע סך זייטן???
קען זיין אז איך בין נישט גערעכט. אבער איך געדענק יארן צוריק פלעגט עס זיין בערך 96 זייטן און ארויף.
און נאך אזאך. אז די לייגסט צי אסאך קליינע וואכנדיגע ארטיקלן, (די וואס לויפן א יעדע וואך) קומט אויס אז די גרויסע ארטיקלן וואס פלעגט זיין א גוטע לאנגע אינטערסאנט ארטיקל.
האט מען אנגעפאנגען צי מאכן קלענער. און מער בקיצור.
די צאל בלעטער איז קיינמאל געווען סטאביל, עס איז אייביג געווען עליות און ירידות...
און די נייע וועכנטליכע קאלומס זענען נישט אויפן חשבון פון די ארטיקלען, נאר אויף די חשבון פון די אלטע קאלומס...
שבט ב'
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:47 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבט ב' »

איינער מיט מער אינפארמאציע איבער דעם עתיד פונעם פארשוואונדענעם לבלר?
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

שבט ב' האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 9:31 pm
איינער מיט מער אינפארמאציע איבער דעם עתיד פונעם פארשוואונדענעם לבלר?
@מאמענט ?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4987
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מושכל ראשון האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 8:02 pm
lowerhudsonvalley האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 7:30 am
איך גלייך די ביזנעס קאלום אבער איך ווייס נישט פארוואס עס שטערט מיך אבער די נעמען וכדומה שרייבט ער נישט גוט ארויס למשל nvidia זאגט מען אדער אינווידיע אדער ענווידיע נישט נעווידיע וואס דאס האט ער זיכער נישט געהערט פון קיינעם
וואס איז שלעכט מיט "נעווידיע"?
ס'הייסט נישט אזוי.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

מושכל ראשון האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 8:05 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 8:05 pm
די וואך האט מנחם גאלד גענומען א פרישע סטראטעגיע מער אנטי סיסטעם מער אנטי חסידות.. סיי אין אפענע שמועסן סיי אין טעלערלעך.

מענדל אונגאר'ס אויפן סצענע איז צוקער זיס, וויאזוי ער שמועסט מיט די טראמפיסטישע קולטיסטן.. טרייבט פיין ליצנות פון זיי.
יא בנוגע מנחם גאלד נאכן לייענען זיין "משפחה העכער פון חסידות מחלוקת" טעלער האב איך שוין פארשטאנען זיין פאליטישע אנאליזן אויכעט ער איז א ליבעראל.
זיין ליבעראל איז נישט טייטש צו לייגן משפחה העכער חסידות, זיין ליבעראל מיינט צו אראפנעמען אלע גרעניצן.

ווען איינער לייגט חסידות העכער משפחה איז ער ווייטער ליבעראל כלפי די משפחה ווערדן.

דער שרייבער גיט נאר אן עצה טובה אז די אויסוואל זאל זיין צו לייגן משפחה העכער די חסידות צוליב וואס לויט זיין מיינונג איז עס מער רעלאווענט פאר'ן לעבן.

קיינער גייט נישט געדענקען אין דרייסיג יאר ארום צו פארגיטיגען א איד וואס האט געגעבן בלוט פאר א חסידות אבער ווען איינער איז פוגם אין משפחה ווערדן וועט מען עס שוין איינמאל געדענקען און עס איז א מעוות ש.. יכול ליתקן.

עניוועיס, כ'וויל נישט נעמען די פאזיציע פונעם שרייבער, ער האט עס שוין ארויסגעברענגט באריכות אבער צו לייגן א נאסע ליילעך ווי אז אזא קאנצעפט זאל האבן סיי וועלכע שייכות מיט זיין ליבעראל איז עפעס וואס האט מיר געמאכט אויסשפייען אט דעם תגובה.

עס קען זיין אז די שרייבער איז ליבעראל, כ'האב נישט קיין מעסטער דערפאר אבער ביטע טרעפן אנדערע קוועלער פון ווי צו בויען מסקנות.
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

איינער האט די קאנטעקט אינפארמאציע פון משה יצחק שטיין? שרייבט אין מאמענט יעדע וואך אלס ביזנעס קאנסאלטענט.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינען וועגן אלאסקא, א סטעיט וואס איך האב אייביג געהאט א אינטערעסע דערין. איך פלעג ליב האבן צו רופן טעלל מי... (איינער געדענקט נאך וואס דאס איז?) און דארט פלעגט מען קענען הערן די וועטער פון גאנץ אמעריקע דורכ'ן אריינלייגן א זיפ קאוד. ווינטער פלעג איך אריינלייגן פארשידענע זיפ קאודס פון אלאסקע און הערן די ברוטאל פראסטיגע טעמפעראטורן. די קעלטסטע געדענק איך צו האבן געהערט איז געווען איבער 50 אונטער זערא! אויך האב איך געהאט געליינט אז רוסלאנד האט שפעטער חרטה געהאט פארן פארקויפן אלאסקא און זיי וואלטן נאך מעגליך עס געוואלט האבן צוריק. אבער מקח בלייבט מקח און זיי קענען גיין בארן קלאפן...
אונזער געוועזענע וויצע פרעזידענט קאנדידאט שרה פעילין איז געווען דארט די גאווערנארקע.
לעצט פארראכטן דורך גאלדגרוב אום מאנטאג יוני 03, 2024 11:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4184
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

הבן_יקיר האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 9:49 am
איינער האט די קאנטעקט אינפארמאציע פון משה יצחק שטיין? שרייבט אין מאמענט יעדע וואך אלס ביזנעס קאנסאלטענט.
ער שרייבט אין שריפט.
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33852
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

הבן_יקיר האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 9:49 am
איינער האט די קאנטעקט אינפארמאציע פון משה יצחק שטיין? שרייבט אין מאמענט יעדע וואך אלס ביזנעס קאנסאלטענט.
[email protected]
https://askmaurice.com/contact.php
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: מאמענט מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

די ארטיקל פון צוויי וואכן צוריק איבער בעטן פאר ביאת המשיח דורך הרב שמעון אייזנבאך איז געווען זייער שטארק.
זינט דאן יעדע שמונה עשרה האט מיין כוונה ביי די ברכות פון ולירושלים, את צמח, ותחזינה און נאך תפיחות וואס רעדט פון די גאולה שלימה באקומען אן אנדערע צורה.
עס איז געווען אן ארטיקל וואס האט גערעדט צום הארץ פון אן איד.

קומעדיגער מאל ווען מיר וועלן זיין אין ירושלים וועלן מיר בלנ גיין צו אזא מעמד.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”