Re: מאמענט פר׳ קדושים תשפ״ד
שיינע דעקל, א גלות אמעריקא פראיעקט, א באזוך אין א געגנט, נייס.
אלי יואל איז אן אייגנארטיגער פעדער, אנדערש ווי סיי וועלכע שרייבער וואס איז פארהאן, ער פארמאגט א וועג פון שרייבן וואס ליינט זיך זײער פידלדיג, זייער גליטשיג, ווארפט זיך מיט מליצות און ווערטער-שפילן און גוטע הומאר, ער קומט אריין אויפריכטיג און א שרייבער, סיי ווער, מיט זיין עכטער אידענטיטעט נעמט מען פיל מער ערנסט.
איך פלעג זיך באלעקן און זיין בא-גליק-ט ווען ער פלעגט זיין מער אקטיוו, פענסטערלעך איז געווען א הערליכער מייסטערווערק פון א קאלום וואס פארמאגט נישט זיינס גלייכנס, אלי יואל איז געווען א שטארקער אויפרייס אין די וועלט פון אידישע ליטעראטור ווען ער האט אנגעהויבן און לעצטנס האט ער זיך פארשטעקט אין ווינקל, איך האף ער שרייבט א בוך ביים שיין פון א לאמטערנע.