נייע חסיד'ישע ישוב אין וואטערבערי, קאנעטיקוט
די לעצטע שטיק צייט זענען געזעצן די עסקנים מיט די אינטערנעמער פון די נייע דעוועלאפמענטס, און זיי זענען צוגעקומען צו א פארשטענדעניש צו געבן די ערשטע צוויי הונדערט הייזער פאר גאר ביליגע פרייזן, און אפילו נאכדעם וועלן די פרייזן זיין ביליג (אפילו אין פארגלייך צו בלומינגבורג).
איז אזוי, די רעדע איז פון וואטערבערי, ווי געשריבן, וועלכע איז א שעה מיט אהאלבן אוועק פון ניו יארק (צו נאנט לויט מיין רייכן מיינונג), עס איז א פארהעלטנסמעסיג גרויסער שטאט מיט איבער הונדערט טויזענט איינוואוינער וועלכע האט אויך אסאך אויסזיכטן פאר פרנסות, אזוי אויך זענען דא דארט גוטע שפיטעלער און דאקטוירים אין די געגענט. בקיצור עס זענען דא דארט דאס וואס מיר דארפן האבן אין א אידישן ישוב.
איך האב שוין פאר א צייט צוריק געהערט אז עס רעדט זיך איבער דעם, אבער היינט האב איך געהערט פון מיינס א באקאנטן אז זיינער א נאנטער חבר (גראדע קען איך אים אויך, אבער נאר אזוי אויסערליך, מיין חבר אבער איז זיין חבר) איז פון די גרויסע עסקנים דארט, האף איך דעריבער בקרוב צו רעדן צו דעם עסקן אליינס און קענען איבערגעבן מער פרטים. דערווייל וואס איך ווייס איז אז זיי זאגן אז די סייז פון די דירות הייבט זיך אן ביי 2500 סקווער פוס און די פרייזן הייבן זיך אן ביי 189 אלפים!!! אזוי אויך זאגן זיי אז תיכף פון אנהייב וועט זיין צוגעשטעלט שוהלן, מוסדות, מקוואות, טראנספארטאציע און ביזנעס געלעגענהייטן.
לדעתי איז דער פרייז פאר אזא סייז דירה שפאט ביליג, ספעציעל נעמענדיג אין באטראכט אז די שטאט עקזיסטירט שוין, מיט פילע פון די זאכן וואס מיר דארפן האבן, די מעטרא נארט רעילראוד האט עטליכע טרעינס א טאג קיין מאנהעטן און עס זענען נישט דא קיין שטרויכלונגען אין וועג פאר די פערמיטן פאר די הייזער, די ערשטע פאזע פון צוויי הונדערט ווערן שוין געבויעט און מען קען גיין ווייטער אויף טויזענטער הייזער.
די שאלה איז נאר צו זיי וועלן האבן די ריכטיגע מענטשן עס צו מארקעטן פאר אונזער עולם (א עולם וואס האט זייער זייער ליב צו רעדן פון דעם גרויסן דירות פראבלעם, אבער וויל "נישט" זיך אויפהייבן און גיין, נאר אויב מען וועט אים טראגן אויף א גאלדענע טאץ און צושטעלן "אאאאאאללללעעעעעעססססס" וואס ער האט ביז היינט, פלאס א גרויסע דירה מיט פענסטערס אלע פיר זייטן פאר גאאאאאאאר א ביליגע פרייז [וואס? 189 פאר 2500 סקווער פוס? אין מאנסי קען איך דאך דאס האבן נאר פאר צוויי אהאלב מאל די פרייז און אין מאנדרא נאר פאר צוויי מאל...]) און דאס איז א שאלה וואס צייט וועט ענטפערן.
איך האף בקרוב צו האבן מער פרטים, און אויב איינער האט עס פאר מיר, וועל איך נישט זיין ברוגז אויב ער וועט מיך אויסכאפן.
NO man is a failure who has friends