א סאטמארע דיין האט מיר אמאל געזאגט אז מקוואות וואס איז אינטער די השגחה פון אן ערליכע רב, זענען אלע כשר לכתחילה. דאס וואס אונזערע מקוואות זענען געבויט מיט חומרות על גבי חומרות יוצא צו זיין כל הדעות מיינט נישט אז יעדער דארף אויף דעם מקפיד זיין. אסאך מקוואות אין די קאנטרי האבן טאקע נישט אלע חומרות ווי אין שטאט.
waterbury האט געשריבן:
מען האט מיר געזאגט אז קריים איז אביסל הויעך דארט... [קאמפעיר עס צו דזשורסי סיטי, אדער צו די קאלעמענטי, מארסי פראדזשעקטס אין ווילאפסבורג....] איך ווייס נישט פון קיין קריים, עס איז אזא מין רואיגקייט דארט אין די גאסן, שיינע גראז און ביימער איבעראל..... ווייסעך נישט וואס צו זאגן....
שומו שמים, נאכאמאל, איר מאכט זיך ווי איר ווייסט נישט? איר פרעגט? איר ווילט וויסן? וואס גייט פאר מיך אייך? איך בין דארט געווען איבער צען יאר צוריק ווען מ'האט אנגעהויבן בויען דעם נייעם דעוועלאפמענט, דעמאלטס האט אהרן קויפמאן געהאלטן ביי 150 ליטווישע משפחות וואס האבן גענומען די אלטע הייזער פאר פרוטות, עכט חניאקישע ישיבישע אידן וואס לעיקוואד איז שוין געווען צו טייער פאר זיי זענען אהינגעגאנגען. איצט, קריים? יא, אין א סיטי איז דא קריים! א געגענט וואס האט הונדערטער הייזער פאר טעקס פארקלאוזער איז דא קריים. מ'קען וואוינען דארט? יא, פונקט ווי מ'קען וואוינען אין ווילי מיט די קריים קען מען דארט וווינען, אבער דא איז אלעס אין דאונטאון סיטי. א חסידישער אינגערמאן מיט א ווייב פון בית רחל וועט נישט נעמען א דירה פון די סיטי דאונטאון קיינמאל. די פריוואטע הייזער דעוועלאפמענט איז צו וואקן מער ווי א האלבע שעה אוועק פון דארט, דארט איז פריוואט.
waterbury האט געשריבן:
מען האט מיר געזאגט אז קריים איז אביסל הויעך דארט... [קאמפעיר עס צו דזשורסי סיטי, אדער צו די קאלעמענטי, מארסי פראדזשעקטס אין ווילאפסבורג....] איך ווייס נישט פון קיין קריים, עס איז אזא מין רואיגקייט דארט אין די גאסן, שיינע גראז און ביימער איבעראל..... ווייסעך נישט וואס צו זאגן....
waterbury האט געשריבן:
מען האט מיר געזאגט אז קריים איז אביסל הויעך דארט... [קאמפעיר עס צו דזשורסי סיטי, אדער צו די קאלעמענטי, מארסי פראדזשעקטס אין ווילאפסבורג....] איך ווייס נישט פון קיין קריים, עס איז אזא מין רואיגקייט דארט אין די גאסן, שיינע גראז און ביימער איבעראל..... ווייסעך נישט וואס צו זאגן....
שומו שמים, נאכאמאל, איר מאכט זיך ווי איר ווייסט נישט? איר פרעגט? איר ווילט וויסן? וואס גייט פאר מיך אייך? איך בין דארט געווען איבער צען יאר צוריק ווען מ'האט אנגעהויבן בויען דעם נייעם דעוועלאפמענט, דעמאלטס האט אהרן קויפמאן געהאלטן ביי 150 ליטווישע משפחות וואס האבן גענומען די אלטע הייזער פאר פרוטות, עכט חניאקישע ישיבישע אידן וואס לעיקוואד איז שוין געווען צו טייער פאר זיי זענען אהינגעגאנגען. איצט, קריים? יא, אין א סיטי איז דא קריים! א געגענט וואס האט הונדערטער הייזער פאר טעקס פארקלאוזער איז דא קריים. מ'קען וואוינען דארט? יא, פונקט ווי מ'קען וואוינען אין ווילי מיט די קריים קען מען דארט וווינען, אבער דא איז אלעס אין דאונטאון סיטי. א חסידישער אינגערמאן מיט א ווייב פון בית רחל וועט נישט נעמען א דירה פון די סיטי דאונטאון קיינמאל. די פריוואטע הייזער דעוועלאפמענט איז צו וואקן א שעה אוועק פון דארט, דארט איז פריוואט.
אקעי, איר פארשטייט מיך נישט איך האב בכלל נישט גערעדט פון blue ridge estates איך בין נישט דארט געווען איך ווייס נישט וואס דאס איז איך האב נישט קיין אנונג דערוועגן
די דערמאנטע ישיבה שביל התורה, איז אויף זומער דארט ווי עס איז א גאנץ יאר ישיבה עטרת שמואל דוואטערבארי, דאס האב איך געזעהן, און די געגנט מיין איך פארוואס זאל מען זיך נישט צאמנעמען און אהין גיין, סי'ז ביליג, סי'ז שיין, סי'ז שוין דא א תורה'דיגער אידישער ישוב דארט
איך פלעג זיך דרייען אסאך אין Waterbury, דער פלאץ איז זייער שיין און שטיל.
עס זענען דא בעיקר צוויי געגענטער, איינס איז ווי די ישיבה און גרויסע שול איז, און די אנדערע איז ארויף אויפן בארג ווי Blueridge איז.
Whenever איך פלעג דארפען זיין אין קאנעקטיקאט אין די צעהן אדער צוואנציג מייל radious, פלעג איך זיך אויסרעכענען צו מאכען א סטאפ דארט צו געניסען פון זייערע סורוויסעס. געדאווענט זייער אסאך אין שול און אין ישיבה גדולה (איך מיין זיי האבען שוין געמופט צו Durham CT). די גראסערי איז פול מיט פראדוקטען, פיצא סטאר איז עכו גוט, און צוויי יאהר צוריק האבען זיי געעפענט א פליישיגער fast food פלאץ אין די בעק פון די גראסערי.
Blueridge איז אן אויסנאם שיינער פלאץ, עס איז נישט אינמיטען פון שטאט, נאר אויבען אויף א בארג, פון ווי עס איז דא א view פון די גאנצע שטאט. הייזער זענען הערליך און גרויס (טייל זענען ריזיג) אויך איז דא א שיינער פרישע ביהמ״ד אין די דעוועלעפמענט.
קרעדיט פאר Blueridge גייט פאר Yitz ראבינאוויטש בעל הפירמה Axela Construction, זייער א פיינער אינגערמאן, און ער איז אויך דער הצלה Coordinator פון די לאקאלע הצלה. און לאנג יעריגע מעמבער אין קווינס הצלה.
ווען ווייס איך פון סטעבעל פרנסה און איך פיל financially stable, איז די געגענט א פלאץ ווי איך וויל וואוינען, צו די חסידים קומען יא אדער נישט.
אמת. ס'מיר אויסגעקומען צו וויילן דארטן אויף א שבת. ס'איז א הערליכע געגנט, ענדלט שטארק אין מאנסי אדער געגנטער ארום ק"י הייזער זענען שיינע סייזעס אין ס'קאסט באבקעס. די געגנט איז שיין עסטעבלישט. שיינע גרויסע גראסערי, מילכיגע אין פליישיגע רעסטוראנטן, (אגב, דורכאויס די זומער וואכן איז די פליישיגע רעסטוראנט אונטער די השגחה פון הרה"ג ר' אברהם עמרם מייזעלס, אין צוגאב צו די לאקאלע השגחה), שיינע בתי מדרשים, מקוה טהרה נתנדב דורך רבי ישראל גאלדבערגער פון ק"י. מוסדות (פון ליטווישן חדר) דער ליטווישער עולם דארט איז גראדע היפש א פרומער ישיבישער עולם
נאכן מאכן א היבש ביסל ריסערטש האט מיר אויסקעקיט אז דער פלאץ האט אסאך פאטענטשלס האב איך דעסיידעדט צי מאכן אפאר קאלס צי זען צי די מוסדות (חדר/סקול) דארטן ווילן בכלל אנעמען חסידישע משפחות, (דאס איז מיין מעין קאנסערן ווען איך קיק זיך אים אויף געגנטער בעפאר אלע אנדערע באקוועמלעכקייטן) האב איך געריפן נעכטן דער מנהל פין די יונגערע כיתות (איך מיין ער הייסט ר' פאם) זאגט ער מיר אז ווילאנג די משפחה איז אן ערילכע אין ווארימע משפחה נעמען זיי אן, נישט קיין חילוק ליטוויש, חסידיש, היימיש. ער זאגט מיר גראדע אז א שיין ביסל קינדער קענען אידיש. ס'האט מיר אויסגעקוקט ווי זיי זענען זייער וועלקאמינג אין קיקן ארויס אויף דער היימיש/חסידישער עולם.
Btw אויב איינער העט מיר פרעגן פארוואס איך דארפ לויפן ביז דארטן ווען עס איז דא די אלע נייע געגנטער? די סיבה איז ווייל איך זיך א געגנט וואס וועט נישט זיין געשטימט מער צי איין חסידות, רוב נייע ישובים וואס האבן זיך געגרינדעט זענען מעינלי סאטמער געשטימט, (חוץ סטענט איילענד וואס דארטן איז בכלל נישט ביליג אין האט נישט די פאטענשילס ווי וואטערבארי) איך זיך א פלאץ וואס וועט זיין א מיקס פין אלע סארטן חסידים, היימיש, ליטוויש. אזוי איז בארא פארק, מאנסי לעקוואד, לאנדאן אין ארץ ישראל. (בד"וו איך האב גארנישט אקעגן סאטמער נאר איך פשוט נישט אויפגעוואקסן דארטן סוי איי פרעפער א געגנט פין אלע סארטן ערליכע יודן).
למעשה, וויבאלד די פלאץ האט שוין א שיינע ליטווישע קאמיוניטי מיט א זייער גיטע חדר אין סקול פעלט זיך נאר אויס אז אפאר חסידישע זאלן זיין נחשונים אין זיך אהינציען אין איינמאל עס איז דא א שיינע מספר וועט מען קענען אויפבויען אן אייגענע היימישע חדר אין סקול.
אדרבה, פרעגט אייך נאך ביי די חסידישע וואס האבן זיך ארויסגעצויגן קיין מאנסי אין לעקוואד נאך פאר עס איז געווען דארט חסידישע מוסדות, זיי האבן אלע גשיקט אין ליטווישע מוסדות (למשל בית דוד אין מאנסי) אין שפעטער האט זיך עס שיין אויסגעצאלט!!!
די עכטע איינציגסטע חיסרון וואס איך זעי מיט וואטערבארי איז אז עס איז אביסל ווייט, אבער מיר שטערט דאס נישט וויבאלד עס האט אסאך מער מעלות וואס וועגן-איבער דעי איין חיסרון.
אויב עס איז דא נאך יודן דא אזויווי מיר וואס זיכן א פלאץ וואס איז נישט דווקה געשטימט צי א געוויסע חסידות אין האט אלע מעלות דאן דאס איז די פלאץ צי גיין