וואס באדייט די ווארט?

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

intellectual
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

איל_משולש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:41 am
ברוכ'ל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:38 am
איל_משולש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:37 am
ברוכ'ל האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:39 pm
אזש
אויף אזוי ווייט, עד כדי כך.
פון ווי נעמט זיך די ווארט?
ווייסעך שוין נישט.
ראשי תיבות אזוי שטארק (עד כדי כך-אויף אזוי שטארק)

מיט אזא קאנספיראציע טראג איך מיר שוין יארן אין קאפ, יעצט שעיר איך עס די ערשטא מאל מיט די ברייטע וועלט..
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6757
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

intellectual האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:13 am
איל_משולש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:41 am
ברוכ'ל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:38 am
איל_משולש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:37 am
ברוכ'ל האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:39 pm
אזש
אויף אזוי ווייט, עד כדי כך.
פון ווי נעמט זיך די ווארט?
ווייסעך שוין נישט.
ראשי תיבות אזוי שטארק (עד כדי כך-אויף אזוי שטארק)

מיט אזא קאנספיראציע טראג איך מיר שוין יארן אין קאפ, יעצט שעיר איך עס די ערשטא מאל מיט די ברייטע וועלט..
אינטערסאנט
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

ברוכ'ל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:38 am
איל_משולש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:37 am
ברוכ'ל האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:39 pm
אזש
אויף אזוי ווייט, עד כדי כך.
פון ווי נעמט זיך די ווארט?
ס'איז א אידישע ווארט. ערשיינט אין די ווערטערביכער.
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36566
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ברוכ'ל האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:39 pm
אזש
viewtopic.php?t=18290
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קיארד פיש
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 5:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיארד פיש »

בעשוי. אידיש? ענגליש?
דאונט געט מי ראנג… ווייסטו וואס? דאא געט מי ראנג…

קרעדיט: יואל הערש פוקס
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קיארד פיש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:59 pm
בעשוי. אידיש? ענגליש?
viewtopic.php?p=4701319#p4701319
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:31 pm
יידישע קהילות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:47 pm
און ווידעראמאל זעה איך נוצן דאס ווארט "באמוטשען" אין דעם קאנטעקסט פון "מוטשען", ווען באמת מיינט עס "אויסברענגען" ('באמוטשע נישט די צייט'...)
*באלמוטשען
וואס מיינט דאס ווארט? פון וואו קומט עס?

די ווערטערביכער (באל עמוטשען) טייטשן אז ס'מיינט פּלאפּלעןאדער זיך פארזוימען. אין אן אלטן הלכה ספר שטייט אז מ'טאר נישט באלעמוטשען נאכ'ן מאכן א ברכה איידער'ן עסן. א צווייטער שרייבט אז אויב באלעמוטשעט מען ביי אהבה רבה, וועט מען נישט קענען ליינען קריאת שמע בציבור.

הארקאווי (ע' 153) האט א שטיקל אויסברייטערונג: "באלעמוטשען" איז רעדן דברים בטלים, א "באלעמוט" איז א פלאפלער וואס רעדט דברים בטלים, בעת "באלעמוצטווע" איז דאס דברים בטלים גערעדעכץ זעלבסט. יעצט "באלעמוטשען די צייט" באדייט אויסנוצן איינעמ'ס צייט פאר גארנישט.

דאס ווארט קומט פון די סלאווישע שפראכן. ס'קוקט אויס ווי אריגינעל מיינט עס רעדן נארישקייטן, און פון דארט האט עס געקריגן דעם באדייט פון אויסנוצן די צייט פאר נארישקייטן, און פון דארט צו פּעניעןאיז שוין א קאצן-שפרונג. אין פויליש איז "באלעמוט" עמיצער וואס זעצט זיך ארויף אויף יענעם און דרייט א קאפ; דאס איז וויאזוי אסאך היינטיגע שרייבערס וואלטן גענוצט "באלעמוטשען".

די גענויע עטימאלאגיע פונעם ווארט ווייס איך נישט, אבער גאנץ מעגליך האט עס שייכות מיט'ן לאטיינישן באַלאָ , וואס האט זיך אנטוויקלט אין אסאך שפראכן בשייכות מיט "רעדן". און פון וואו קומט "באלעמער", א בימה פון וואס מ'ליינט פאר'ן עולם? אפשר האט עס אויך א פארבינדונג.

עכ"פ ס'פארמאגט נישט קיין שום שייכות מיט מוטשען. (ווער ס'זאגט אז יא איז א באלעמוט.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:25 pm
יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:31 pm
יידישע קהילות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:47 pm
און ווידעראמאל זעה איך נוצן דאס ווארט "באמוטשען" אין דעם קאנטעקסט פון "מוטשען", ווען באמת מיינט עס "אויסברענגען" ('באמוטשע נישט די צייט'...)
*באלמוטשען
וואס מיינט דאס ווארט? פון וואו קומט עס?

די ווערטערביכער (באל עמוטשען) טייטשן אז ס'מיינט פּלאפּלעןאדער זיך פארזוימען. אין אן אלטן הלכה ספר שטייט אז מ'טאר נישט באלעמוטשען נאכ'ן מאכן א ברכה איידער'ן עסן. א צווייטער שרייבט אז אויב באלעמוטשעט מען ביי אהבה רבה, וועט מען נישט קענען ליינען קריאת שמע בציבור.

הארקאווי (ע' 153) האט א שטיקל אויסברייטערונג: "באלעמוטשען" איז רעדן דברים בטלים, א "באלעמוט" איז א פלאפלער וואס רעדט דברים בטלים, בעת "באלעמוצטווע" איז דאס דברים בטלים גערעדעכץ זעלבסט. יעצט "באלעמוטשען די צייט" באדייט אויסנוצן איינעמ'ס צייט פאר גארנישט.

דאס ווארט קומט פון די סלאווישע שפראכן. ס'קוקט אויס ווי אריגינעל מיינט עס רעדן נארישקייטן, און פון דארט האט עס געקריגן דעם באדייט פון אויסנוצן די צייט פאר נארישקייטן, און פון דארט צו פּעניעןאיז שוין א קאצן-שפרונג. אין פויליש איז "באלעמוט" עמיצער וואס זעצט זיך ארויף אויף יענעם און דרייט א קאפ; דאס איז וויאזוי אסאך היינטיגע שרייבערס וואלטן גענוצט "באלעמוטשען".

די גענויע עטימאלאגיע פונעם ווארט ווייס איך נישט, אבער גאנץ מעגליך האט עס שייכות מיט'ן לאטיינישן באַלאָ , וואס האט זיך אנטוויקלט אין אסאך שפראכן בשייכות מיט "רעדן". און פון וואו קומט "באלעמער", א בימה פון וואס מ'ליינט פאר'ן עולם? אפשר האט עס אויך א פארבינדונג.

עכ"פ ס'פארמאגט נישט קיין שום שייכות מיט מוטשען. (ווער ס'זאגט אז יא איז א באלעמוט.)
זייער אינטערעסאנט. (איין פאר דעם לעצטן פאראגראף דערמאנט מיר פון 'מעלות', און די לעצטע פראזע (איז עס א זאץ?) האט מיר געקאסט א לאך.)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דערשטרייטן(פאר "אקאמאדירן").

איז דאס אן עכטע ווארט? אויב יא, וואו איז דער מקור? אויב נישט, ווער איז אויפגעקומען דערמיט?

search.php?keywords=%D7%93%D7%A2%D7%A8% ... %98%D7%9F+
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום פרייטאג אוגוסט 09, 2024 2:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5264
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 4:58 pm
דערשרטרייטן(פאר "אקאמאדירן").

איז דאס אן עכטע ווארט? אויב יא, וואו איז דער מקור? אויב נישט, ווער איז אויפגעקומען דערמיט?

search.php?keywords=%D7%93%D7%A2%D7%A8% ... %98%D7%9F+
די שאלה איז נאר פון וואנעט עס קומט.

דא אויך, די זעלבע קאנטעקסט.
viewtopic.php?p=4388336#p4388336
instasize_240801170414.jpg
instasize_240801170414.jpg (176.81 KiB) געזען 388 מאל
Screenshot_20240801_170558_Translate.jpg
Screenshot_20240801_170558_Translate.jpg (85.17 KiB) געזען 388 מאל
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5264
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 4:58 pm
דערשרטרייטן(פאר "אקאמאדירן").

איז דאס אן עכטע ווארט? אויב יא, וואו איז דער מקור? אויב נישט, ווער איז אויפגעקומען דערמיט?

search.php?keywords=%D7%93%D7%A2%D7%A8% ... %98%D7%9F+
אופס!
שוין געפרעגט געווארן אמאל...
קעפל: זאכן וואס איך וויל וויסן
גרשון האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 3:42 pm
בן איש חי האט געשריבן:
Rak Tov האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
וואס מיינט דערשטרייטן ?
גא"מ
קוקט אויס עפעס אזויווי אריינשטיפן-נאכקומען
גרשון האט געשריבן:
אז דו ציטירסט שוין יא דאן פרעג דער וואס האט עס שוין געשריבן איבער הונדערט מאל
הכל הבל האט געשריבן:
שטרייט
שטרייט איז א קאנפליקט, קריגעריי ( פון דייטש ). דער ווערבאלער פארעם איז שטרייטן.

דערשטרייטן איז עפעס אנדערש און איך ווייס נישט פון וואו ס'קומט. ס'מיינט אבער מסתמא ווי @רב טוב שרייבט.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36566
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין די סעריע פון דבר והפיכו?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 4:58 pm
דערשרטרייטן(פאר "אקאמאדירן").

איז דאס אן עכטע ווארט? אויב יא, וואו איז דער מקור? אויב נישט, ווער איז אויפגעקומען דערמיט?

search.php?keywords=%D7%93%D7%A2%D7%A8% ... %98%D7%9F+
* דערש ר טרייטן.

קיין סאך קען דיר נישט העלפן.
אבער ס'איז פון די משפחה פון: נאכקומען, דעריאגן, און יא אויך עספיען...
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך האב געפרעגט בלשון שאלה, אבער איך מיין אז דערשטרייטן איז נישט קיין עכטע ווארט. ס'קוקט אויס ווי עמיצער האט געמיינט אז ס'איז דא אזא ווארט אין אידיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

דו נעמסט מיר צו די זאפטיגסטע ווערטער וואס אידיש פארמאגט...

צעשטרויבלטהאסטו שוין פונלאנג צוגערויבט; און יעצט מיט דעם?
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צעשטרויבלטוואלט איך אליין גענוצט. איך האב נאר אמאל געשריבן אז איך זע נישט דעם מקור.

דערשטרייטן, אמת'דיג גערעדט, ס'איז א ווארט? איך האב עס ביז לעצטנס קיינמאל נישט געזען. ס'קוקט אויס ווי איינער האט עס אויפגעפיקט און געטראכט אז אפשר מיינט עס דאס. חוץ מזה האסטו אנדערע אויסוואלן, ווי איידער עפעס אן אומגעלומפערט ווארט וואס רוב מענטשן ווייסן סיי ווי נישט דעם באדייט.

אידיש פארמאגט א גרויסן זאפאס פון זאפטיגע ווערטער און אידיאמען. נעם סיי וועלכן ווערטערבוך אדער אפילו אלטע צייטונג, וועסט טרעפן א גאנצן ליטערארישן אוצר.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מיט א חשבון
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 01, 2024 10:20 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א חשבון »

וואס מיינט די ווארט 'שאוויניסטן''?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3127
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

תגובה דורך Mezofzef »

מיט א חשבון האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:13 am
וואס מיינט די ווארט 'שאוויניסטן''?
איינער וואס האלט אז זיין גרופע איז מער ווי אנדערע.
פוצה פה ומצפצף
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6757
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

Mezofzef האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:43 am

וואס איז די מקור פון די ווארט?

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:44 am

אמערידיש.
פוצה פה ומצפצף
מראה המקום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:44 am
Mezofzef האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:43 am
מיט א חשבון האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:13 am
וואס מיינט די ווארט 'שאוויניסטן''?
איינער וואס האלט אז זיין גרופע איז מער ווי אנדערע.
וואס איז די מקור פון די ווארט?
על שם א פערזאן מיטן נאמען ניקולא שובן וואס איז געווען א גרויסע פאטריאט פון נאפליאן און נעשעלניסט
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
מיט א חשבון
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 01, 2024 10:20 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א חשבון »

וואס מיינט ''מ'שטיינס געזאגט''?
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6757
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מיט א חשבון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 7:57 am
וואס מיינט ''מ'שטיינס געזאגט''?
ס'מייני שוין פון לאנג נישט, ס'האט אמאל געמיינט.

מ'איז פטור געווארן דערפון ב"ה.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 8:08 am
מיט א חשבון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 7:57 am
וואס מיינט ''מ'שטיינס געזאגט''?
ס'מייני שוין פון לאנג נישט, ס'האט אמאל געמיינט.

מ'איז פטור געווארן דערפון ב"ה.
גראדע זענען דא אסאך וואס נוצן עס מיט פארשידענע ווערזיעס. אמאל האב איך געמיינט אז דאס א לעצטיגע זאך, האב איך געהערט פון אן אלטן פוילישע יוד אז דאס איז אן אויסדרוק וואס ער האט אסאך געהערט פון פוילישע יודן.

איך ווייס נישט גענוי די באדייט דערפון און ווען מען נוצט עס, איך מיין אז מען נוצט עפעס בלשון ארויסצוברענגען אז דאס וואס איך יעצט געזאגט איז בעצם אסאך מער, למשל "ס'זענען געווען דארט טויזענט יודן - מ'שטיינס געזאגט..." עפעס אזוי, איך בין אבער נישט זיכער.

לעטצענס איז מיר נתחדש געווארן א חידוש נפלא אין דעם אויסדרוק און איך בין כמעט זיכער אז דאס איז די אמת'ע מקור פון דעם אויסדרוק.

איך האב דורכגעליינט גאר אלטע בריוון געשריבן אין א דייטשע יידיש, מ'רעדט דא פון פריוואטע בריוון וואס זענען געשיקט געווארן צווישן קהילות פראג און ווינא בשנת ש"פ און ליגט היינט צו טאגס אין אן ארכיוו אין עסטרייך. דובער וואכשטיין האט בשעתו דאס געלאזט דרוקן און געמאכט דערפון א בוך.

דארט ווערט צוויי מאל דערמאנט אינמיטן בריוון וואו דער/די שרייבער שרייבן פון זייערע צרות ל"ע און דרוקן זיך אויס "דעם שטיין געזאגט", למשל פלוני איז "דעם שטיין געזאגט" קראנק... דאס איז אזוי ווי איינער זאל היינט זיך אויסדרוקן "אויף אלע גוים געזאגט"...

און לדעתי איז דאס די מקור פון דעם אויסדרוק, נאר ס'איז געווארן געטוישט און פעלעריג בצורתו ובכוונתו.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ... דאט.קאם (com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ... וקם!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: וואס באדייט די ווארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מיט א חשבון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 7:57 am
וואס מיינט ''מ'שטיינס געזאגט''?
ווערט גענוצט (אין שריפט) בבחינת ’סאו טו ספיעק’.

@שמחת עולם , כ’גלייך דיין פשעטל.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”