ציון הק' מרן החתם סופר זי"ע
איך וועל זאגן פארוואס עס באדערט מיר (הא ערנסטע דאגות עס ברענגט שלאפלאזע נעכט, נעבעך נעבעך), אז איך גלייב נישט אז מען האט אויפגעגראבן א ריזיגע שטח אינמיטן שטאט צו מאכן פאר א בית החיים, און אויך נישט אז מען האט אין די גאנצע שטאט ארום די בית החיים געלייגט א שטאק הויך זאמד און דערויף געבויט די שטאט, און אויך גלייב איך נישט אז מען האט אזוי טיף געגראבן צו טרעפן די בית החיים, ווייל אויב אזוי ליגן דארט די נפטרים נאך טיפער אין דער ערד.
ווי אויך איז די שאלה וואו איז די איבריגע שטח הבית החיים? און וואס איז די טיר אין די זייט פון אהל, וואו פירט עס?
איך האף אז איך האב גוט ארויסגעברענגט מיינע קשיות, אויב עס איז שוין בארעדט געווארן דא ערגעץ קען מען עס מיך אנווייזן, איך וועל נישט זיין באליידיגט, ולא הביישן למד.