נאפה לאחר הפסח תשע''ד
* צו קויפט איר נישט קיין חמץ וואס איז געווען ביי א אידישע גראסערי און איז פארקויפט געווארן פאר א גוי?
וואס איז די טעם דערפון???
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
זאל ער קומען האט געשריבן: ס'דא וואס טענה'ן אז אויב איז דער פראבלעם חמץ שעבר עליו הפסח איז כדאי צו קויפן דוקא יעצט און נישט שפעטער, ווייל דאס וואס איז שוין געווען אין געשעפט איז זיכער גוט פארקויפט געווארן דורך א שומתומ"צ למהדרין מן המהדרין, אבער אויב איז עס געווען ערגעץ אויף א שיף אדער נאך ביי די קאמפאני ברשות ישראל שאינו עושה מעשה עמך איז עס געהעריג חמץ שעבר הפסח ברשות ישראל.
אבער ווי דערמאנט האט עס א מקור שלא לגבי דין חמץ שעע"פ.
נאך א פיצעלע נקודה. א גראסערי מאן האט מיר געזאגט אז גלייך נאך פסח ווען דערוילעם פארלאנג דעם סטיקער פארקויפט ער די פרישע ווארע ממש ארויס פון אויוון, און שבועות צייט ווערן דערוילעם בעט שוין נישט קיין סטיקערס דאן קומט ארויס פון ווערהאוז די גאנצע סחורה וואס איז פארקויפט געווארן אויף פסח...
אַבּערוואַס האט געשריבן: איך וויל עפעס אנדערש וויסן, אויב די אלע זאכן זענען אויך "איינגעקנעטן" נאך פסח! געהערט האבעך אמאל אז הרבה דברים יש בגו.
זאל ער קומען האט געשריבן: איך האב נאך נישט געפרעגט קיין דיין אבער איך האב שוין לאנג די דעלעמא וואס צו טון למעשה.
פון איין זייט בין איך אויפגעוואקסט מיט די מנהג נישט צו קויפן ביז שבועות, מצד השני, לויט ווי
די קאמפאניס ארבעטן היינט קען אויסקומען אז מ'זאל מאכן למשל קארן פלעקס איינמאל א יאר
איז קויפ איך אן ממש גלייך נאך יום דאס פארקויפטע בין איך בעטער אויף.
(יש אומרים אז געוויסע עסן ווי סאפערסנעקס אד"ג קען געמאכט ווערן איינמאל אין עטליכע יאר...)
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן: זיי עסן דען מצה ביז שבועות?!
פארוואס קען נישט זיין?
קליינקעפיק האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן: איין זאך וואס איך קען נישט פארשטיין לגבי דער אופן וויאזוי די וואס זענען מקפיד אויף דעם מנהג טוען, איז לגבי חלות פאר שבת קודש,
זיי עסן דען מצה ביז שבועות?!
1)וואס מען קען נישט קען מען נישט
2)מען באקט אליין