רבי שלמה גאנצפריעד זצ"ל בעל קיצשו"ע - כ"ח תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

רבי שלמה גאנצפריעד זצ"ל בעל קיצשו"ע - כ"ח תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויפן דבר יום ביומו שטייט אז היינט איז די יארצייט פון אונזער רבי'ן, ר' שלמה ב"ר יוסף גאנצפריד זצ"ל, דער מחבר פונעם קיצור שלחן ערוך וואס אט אט ווערט א קיילעכיגע יאר זינט מיר האבן אנגעהויבן לערנען צוויי סעיפים טעגליך פון זיין וועלט בארימטן ספר.

לאמיר זיך מחזק זיין מיטן לערנען די שיעורים טאג טעגליך, חזק חזק ונתחזק.

כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא!
לעצט פארראכטן דורך קרעמער אום זונטאג יולי 15, 2007 11:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16957
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יישר כח פאר די אינפא. גיימער צינדן א לעכטלע לע"נ.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

צינד נישט קיין לעכט. לערן נאר א סעיף-צוויי און שוין.
*
קרעמער, כ'מיין זאלסט עס מעלדן אין קרעטשמע גופא, ווייל נישט יעדער קומט אריין דא. זאל יעדער לערנען אביסל לע"נ.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16957
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך לערן דעם שיעור יעדן טאג.

ביידיוועי וואס איז שלעכט מיט צינדן א לעכטל לע"נ???
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ווער זאגט אז ס'שלעכט? כ'זאג נאר אז ס'וועט אים זיין א בעסערע טובה פאר די נשמה ווען נאך דרייסיג אידן וועלן היינט לערנען פון זיין ספר.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

דאס מקור פון צינדן א ליכט איז מיר שטענדיג שווער געווען?
וואס האט די נשמה פונעם ליכט?
אידעך נאר דאס אז מיר לערנען צום שיין פון ליכט, וואס איז יא א טובה פאר די נשמה.

אבער דאס ליכטל פאר זיך איז וואס? אפשר משום נר ה' נשמת אדם
איך זוך דעם מקור שוין א לאנגע צייט
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אסאך צדיקים האבען געבעטן אז מ'זאל צינדען א לעכט לע"נ ,מסתם איז דא א ענין אין אז אידן פירן זיך שוין אזוי מדור דור טארן מיר נישט משנה זיין
" לאמיר טאקע צינדען א לעכט לע"נ ר' שלמה ב"ר יוסף גאנצפריד זצ"ל ת.נ.צ.ב.ה." אין אויך לערנען אביסל קיצר שו"ע
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איר קענט פארלעשן אלע ליכט!!!

איך האב יעצט - בהשגחה פרטית - געפונען אינעם תולדות המחבר אז די יארצייט איז גאר דעם קומענדיגן שבת "כח תמוז"! און זיין פטירה איז גראדע אויך געווען אין א שבת קודש.

די "דבר יום ביומו" האט שוין לאנג א רעפוטאציע צו הרג'ענען צדיקים שלא בזמנן (לדוגמא: דער כף החיים האט שוין ביי זיי פארנומען עטליכע'נע זיבעציג יארצייטן, געוואנדן לויט ווי ליידיג די יארצייטן אפטיילונג איז יענעם טאג)
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

אז דורעדסט שוין וועל איך צולייגן א קלייניקייט, דער אור החכמה'ס יארצייט איז געווען פארגאנגענעם זונטאג פ' ....

האט ער געשריבן אז איז שב"ק בעפאר.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36792
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעדיט רבי 11211
אטעטשמענטס
קיצור שוע.JPG
קיצור שוע.JPG (26.63 KiB) געזען 5208 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אז דו האסט שוין יא מעלה געווען דעם אשכול, איז פארהאן היינט ערליכע אייניקלעך פון דעם בעל קיצוש"ע, ווער זענען געווען זיינע קינדער וכדו'?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36792
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב מיללער, דאכציך אז ביינונז אין וויליאמסבורג איז פארהאן חשוב'ע אייניקלעך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

מודעתו של ר"ש גנצפריד בעתון המגיד מתאריך ה' באייר תרכ"ד על הוצאת הקיצושו"ע
Document1.jpg
Document1.jpg (28.79 KiB) געזען 5128 מאל
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

בשנת תרל"ה הו"ל הר"ש גנצפריד את ספר אהלי שם על עניני שמות בגיטין, ובו הוא חולק בכמה מקומות על מרן בעל הד"ח מצאנז זי"ע, ועל זה יצא הקצף מאת ר' מרדכי אליעזר וועבער הרב מאדא שעלה לירושלים שחיבר כנגד הספר הנ"ל את הספר מלחמת חובה
שי"ל בירושלים בשנת תרמ"ב (מהדו"ק, הלינק שנתתי הוא ממהדו"ב שנת תרמ"ה) בו יצא להגן על כבודו של הד"ח שלדעתו נתחלל ע"י הר"ש גנצפריד, והשתמש בביטויים קשים כנגדו, הגר"ש גנצפריד לא וויתר ומהדורת קיצושו"ע שנת תרמ"ד צירף בסופו קונטרס מכסה לאהל שבו הוא משיב מלחמה השערה וכמידתו של הרב מאדא הוא מודד לו, ואז הו"ל שוב הרב מאדא את ספרו מלחמת חובה מהדו"ב ועוד הוסיף להו"ל קונטרס אופל ובחן נגד הקונטרס מכסה לאהל,
המקור והיתר בארוכה עיינו כאן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תודה רבה ר' מאטעס על הפרטים.

פארשלאפן,
דאס האב איך לעצטענס געהערט און איך וויל טאקע דערגיין, דערווייל האט מיר יענער געזאגט אז זיי זענען אייניקלעך דורך ר' זאב גאנצפריד בנו של הקוצשו"ע.

פון וואס איך זעה בהקדמת ספר שם שלמה להרב בעל קיצור שו"ע, ווערן אויסגערעכנט די קינדער;

1) בנו ר' אהרן יעקב גאנצפריעד
2) חתנו ר' גרשון זאב וואלף בנעט דומ"ץ אונגוואר (אבי ר' יחזקאל אב"ד וואראל מו"ל הספר) מצאצאי המהר"ם בנעט ז"ל.

אויך ווערן דארט דעמאנט עטליכע 'נכדי המחבר' אן קיין קלארען המשך הדורות;
ר' חיים בראדי מפראג (חוקר וידען נפלא, חיבר כמה חיבורים)
ר' יצחק קעלנער ראה"ק מניר-באטור
אחיו, ר' משה קעלנער מקליינווארדיין
ר' צבי הירש פריעד מאונגוואר

ווער קען מוסיף זיין בתולדותיו?
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע:מיין קאפ, אין באנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

א דבר פלא ווערט געברענגט אין ספר מעשה השם - דינוב, בשם המנחת אלעזר זי"ע, אז פארדעם האט דער בעל קוצשו"ע געהאט די זכי' אז זיין ספר זאל אזוי שטארק פארשפרייט ווערן, ווייל ער האט געהאט א אשה רעה ל"ע.
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

אין עולמו של אבא שטייט אז ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זוהן נאר טעכטער, אפשר זענען אלע זאכן בספר הנ"ל פונקט אזוי אמת ? ועל הכלל כולו יצא.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

נודע למשגב האט געשריבן: אין עולמו של אבא שטייט אז ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זוהן נאר טעכטער, אפשר זענען אלע זאכן בספר הנ"ל פונקט אזוי אמת ? ועל הכלל כולו יצא.

וואסערע ספר איז דאס?
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
TAG
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

ער האט געהאט 8 קינדער,
1. ר' יוסף זצ"ל דיין בעיר אפריעס
2. ר' זאב זצ"ל
3. ר' אהרן יעקב זצ"ל
4. ר' יום טוב ליפמן
5. חתנו ר' שבתאי דיאמנט זצ"ל אב"ד פטשי ניידורף
6. בתו חנה שרה ע"ה אשת הרה"ג ר' גרשון וולף בנעט זצ"ל דומ"ץ באונגוואר
7. בתו רחל ע"ה אשת ר' שלמה שלמן בראדי זצ"ל דיין באונגוואר (אביו של ר' חיים הנ"ל)
8. בתו מלכה ע"ה אשת ר' אברהם אייכלר זצ"ל שו"ב בטולטשווא.


אני מכיר כאלף נכדים ונכדות של הרה"ג ר' שלמה אכן לא חסידי סאטמער אבל חסידישע יודען (וגם כמה ליטאים)
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

מ'זאגט אז די קיצור ש"ע האט ער איבערגעדרוקט 10 מאל בחייו און א טאטאל פון א האלבע מיליאן עקסעמפלארן, און איז נאך דעמאלס פארשפרייט געווארן בכל קצוי תבל, א חידוש אין יענע צייט, און אפילו היינט איז דאס א חידוש.
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

האט איינער א קאפיע פונ'ם זיגעל פון הגאון בעל קישו"ע?

א דאנק
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

א תעודה פאר א שוחט פין ר שלמה גאנצפריעד,אונגוואר תר"כז
אטעטשמענטס
gantz.jpg
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום דינסטאג יאנואר 18, 2011 7:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

באנקיר האט געשריבן: א דבר פלא ווערט געברענגט אין ספר מעשה השם - דינוב, בשם המנחת אלעזר זי"ע, אז פארדעם האט דער בעל קוצשו"ע געהאט די זכי' אז זיין ספר זאל אזוי שטארק פארשפרייט ווערן, ווייל ער האט געהאט א אשה רעה ל"ע.

מענין לענין באותו ענין, אין חמדה גנוזה (צאנז - ח"א) ברענגט דער צאנזער רב זי"ע בשם זיין רבי'ן הרה"ק מראפשיץ זי"ע אז א צדיק וואס ער וויל גיין מדריגות הויך גיבט מען איהם פון הימל א אשה רעה.
לחיים ולברכה!
חכם עתיק
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם עתיק »

שטערן שרייבט:
"כותבי התולדות הביאו שבשנים עברו הספר שנדפס בשעתו יותר מכל הספרים (כולל סידורים) הוא ספרו של רבי שלמה גאנצפריעד שנדפס יותר ממיליון וחצי ספרים".
דער אדא רב האט שלעכט אפגעשניטען מיט איהם, ס'האט אים נישט געברענגט קיין כבוד, ודי
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

עס איז דא דער ספר פון מסגרת השלחן אויפן קיצור שולחן ערוך, וואס ער איז חולק אסאך זאכן אויפן בעל הקיצור, און ער לייגט צו אסאך הלכות, ער האט א הסכמה און פארשידענע תשובות פונם בעל קיצוש"ע אליינס.

ווען מען לערנט קיצשו"ע האב איך מקבל געווען אז מען דארף עס לערנען מיט מסגרת השלחן, און דאן קען מען יא אננעמען הלכה למעשה וואס ער פסק'נט דארט, כאטשיג עס איז אנגענומען אז מען פסק'נט אסאך מאל נישט ווי דער קיצור שו"ע, גילט אבער נישט דער כלל דארט וואו דער מסגה"ש איז מסכים מיט אים, און דארט ווי מען פסק'נט נישט ווי אים צייכנט עס דער מסגה"ש צו.

עס איז דא פינף כללים אין אנפאנג פון דעם ספר מסגה"ש, וואו ער שרייבט וויאזוי ער בויט זיינע פסקים, און וויאזוי מען קען ארויסנעמען א פסק פון זיינע הגהות.
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”