Re: אלגעמיינע פראגעס איבער נוסח התפילה.
עומד מן הצד האט געשריבן: כ'ווייס נישט אויס ס'איז די פלאץ דא,
שוין יאר'ן וואס כ'מיטשע זיך, אויף די נוסח התפילה ביי מודים, מ'זאגט ''הטוב כי לא כלו רחמיך והמרחם כי לא תמו חסדיך'',
וואלט נישט געווען שענער ווען מ'זאגט, ''הטוב כי לא כלו 'חסדיך' והמרחם כי לא תמו 'רחמיך'''?
נעמליך, די חסדים זענען א תוצאה פון טוב, און די רחמנות איז א תוצאה פונעם רחום.
אין פסוק שטייט "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו".