ר' דוד האט גענומען זיין געשמאק אין מאכן בילדער און עס פארוואנדלט אין א ביזנעס וואס ספעציאליזירט זיך אין "העד-שאט" בילדער, און אנשטאט אראפ רופן די מענטשן צו זיין סטודיא, גייט ער צו די הויפטקווארטירן פון גרעסערע ביזנעסער צו מאכן הערליכע בילדער
ר' יוסף נחמי' דערציילט ווי אזוי ער האט ארויסגעגעבן זיין רייכער גליון קנקן, וואס האט בארייכערט די ידיעות פון די וואס האבן איר געליינט, אבער פינאנציעל איז עס געווען א שווערע אונטערנעמונג / במשך הזמן איז עס געווארן שווערער, אבער פון די צווייטע זייט האט דאס אים געברענגט א צווייטע סארט ביזנעס איידיע, וואס איז דא א שטארקע פארלאנג אין וואס ר' יוסף נחמי' איז ב"ה מצליח / אויך הערט איבער שרייבעריי בכלליות און דער מצב היינט צוטאגס
רייכער אינפארמאטיווער שמועס מיטן ידען ויודע ספר ר' חיים הערש פעלזן, איבער ספרים, אנגעהויבן פונעם מחבר זיין א ספר, אויסשטעלן, גרייט מאכן לבית הדפוס, ביזן עס ארויסלייגן צום קאסטומער אין געשעפט / ווי אזוי ווערט א פרייז פון א ספר אפגעמאכט? / נאך פילע אינטערסאנטע ידיעות בעולם הספרים / קאסטומער סערוויס