פליענדע שטערנס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממתקים
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממתקים »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן: האסט מן הסתם נישט געמיינט ערענסט נאר ארויסצוברענגען די פונקט, אבער כ'מיין אויב זעהט מען עס נאר מיט א "פארגרעסערונג גלאז" (נעמליך א טעלעסקאופ) - דענק איך פון די קאממעט אין ניו יארק עטליכע יאר צוריק - אז מען קען נישט מאכען א ברכה.
מען קען עס "אויפזיכען" מיטן גלאז, אבער צו מאכען א ברכה דארף מען עס זעהן מיט די אויגן.


קידוש לבנה קען מען מאכען דורוך א גלאז {פליגער העכער די וואלקאענס, שנת..? } אבער די ברכה נישט? מהיכי תיתי?

גראדע אינטערעסאנט צו באטאונען אז קאפישער רב זצ"ל האט געהאלטן אז מען קען נישט מאכען קידוש לבנה מיט גלעזער!! ער האט געזאגט אז עס איז ווי ביי די כהן מיטן נגע, וויבאלד עס שטייט "וראה הכהן", אזוי אויך ביי קידוש לבנה.

אפשר אזאך וואס אלגעמיינע מענשטען זעהן מיט די אויגן גרינג - ווי די לבנה - קען מען מיט גלאז אויך. אדער קען דאר זיין כ'פין זיך טועה, די קאממעט איז שוין געווען היפש יארן צוריק.



איך וויל נישט פארדרייען די שמועס, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ביי פאלענדיגע שטערענס וכדומה קען מען נישט מאכן א ברכה אויב מען קען עס נאר זעהן מיט א גלאז (טעלעסקאפ), אבער ווערים אין די וואסער וואס מען קען נאר זעהן דורך א גלאז (מייקראסקאפ) ווערט יא גערעכענט אז מען זעהט עס און איז אסור?
קוֹל-נְגִידִים נֶחְבָּאוּ; וּלְשׁוֹנָם, לְחִכָּם דָּבֵקָה.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ממתקים האט געשריבן: איך וויל נישט פארדרייען די שמועס, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ביי פאלענדיגע שטערענס וכדומה קען מען נישט מאכן א ברכה אויב מען קען עס נאר זעהן מיט א גלאז (טעלעסקאפ), אבער ווערים אין די וואסער וואס מען קען נאר זעהן דורך א גלאז (מייקראסקאפ) ווערט יא גערעכענט אז מען זעהט עס און איז אסור?

טאקע נישט אסור
די ווערים וואסער אין נוי יארק סיטי קען מען זעהן אנע מייקראסקאפ
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאטאקי08 האט געשריבן:
ממתקים האט געשריבן: איך וויל נישט פארדרייען די שמועס, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ביי פאלענדיגע שטערענס וכדומה קען מען נישט מאכן א ברכה אויב מען קען עס נאר זעהן מיט א גלאז (טעלעסקאפ), אבער ווערים אין די וואסער וואס מען קען נאר זעהן דורך א גלאז (מייקראסקאפ) ווערט יא גערעכענט אז מען זעהט עס און איז אסור?

טאקע נישט אסור
די ווערים וואסער אין נוי יארק סיטי קען מען זעהן אנע מייקראסקאפ

אט אזוי.

קען זיין עס צו טרעפן ברויך מען טאקע א גלאז, אבער אזוי ווי ביי א אתרג, איינמאל מעו ווייסט ווי עס איז, קען מען עס זעהן מיט די אויגן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
ממתקים האט געשריבן: איך וויל נישט פארדרייען די שמועס, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ביי פאלענדיגע שטערענס וכדומה קען מען נישט מאכן א ברכה אויב מען קען עס נאר זעהן מיט א גלאז (טעלעסקאפ), אבער ווערים אין די וואסער וואס מען קען נאר זעהן דורך א גלאז (מייקראסקאפ) ווערט יא גערעכענט אז מען זעהט עס און איז אסור?

טאקע נישט אסור
די ווערים וואסער אין נוי יארק סיטי קען מען זעהן אנע מייקראסקאפ

אט אזוי.

קען זיין עס צו טרעפן ברויך מען טאקע א גלאז, אבער אזוי ווי ביי א אתרג, איינמאל מעו ווייסט ווי עס איז, קען מען עס זעהן מיט די אויגן.

וואסעפעס זאל מען ברויכן א גלאז בכלל? כ'מיין אז עס איז היבש גרויסע שרצים נאר קאלער-לעסס, ווען מ'לייגט עס אויף א שווארצע שמאטע זעט מען עס.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צוריק צו שטערנס
האט איינער זוכה געווען צו זען פליענדע שטערנס דעם דינסטאג\מיטוואך נאכט און מאכן א ברכה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע:אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

כ'האב געראדע פונקט נעכטן אויסגעהערט אויף קולמע א זייער שיינע און קלארע הסבר איבער די פליענדיגע שטערנ'ס דורך הרב יודל דאנציגער.
און יא, כ'האב זיך ארויסגעזעצט אין א טינקעלע פלאץ אויף א באקוועמע בענקל נאך 12:30 ביינאכט און כ'האב זוכה געווען צו זען 2 פליענדיגע שטער'נס, א ברכה האבעך נישט געמאכט ווייל כ'האב געווארט אויף א גרויסע, און דערווייל בין איך מיד געווארן און איינגעשלאפן.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 7:55 pm היינט נאכט וועט מען אבער זעהן א אנדערע אינטערסאנטע גאר זעלטענע זאך, קוקענדיג צו דרום זייט וועט מען זעהן ווי כוכב נוגה און כוכב צדק וועלן זיך צוזאמקומען גאר נאנט.

מ'קען הערן א אינטערוויו אויף קול מבשר ביי די אידישע ווינקל אפטיילונג מיט הרב יוסף פרץ הלוי ביללער שליט"א.


ווען עס קומט צו אסטראנאמיע קען מען לייכט פארקויפן לאקשן פארן עולם... פון וואנעט נעמסטו דאס? פון קול מבשר / הרב ביללער?... האט עס שוין איינער טאקע געזען?... וואו? אויף דרום זייט?... וועלכע צייט?... זיכער האט עס קיינער וואס ווייסט וואס ער זעט, גארנישט געזען עפעס זעלטן... במחילת כבוד ק.נ.א. וועטער / קול מבשר / הרב ביללער, האט עס נאך נישט פאסירט...!

וואס יא? עס וועט פארקומען קומענדיגן מאנטאג פארטאגס פ' ראה אויגוסט דעם 18'טן.

פאלגענד איז בקיצור וואס עס גייט פארקומען:

די צוויי סאמע ליכטיגסטע פלאנעטן: נוגה - ווענוס, און צדק - דזשופיטער, וועלן זיך דערנענטערן איינער צום צווייטן די קומענדיגע נעכט אלץ מער און מער, [עס וועט שוין מארגן פרייטאג פארטאגס זיין גאנץ נאנט, אונטער 4 גראד אפגעטיילט, אבער דאס איז נאך נישט אזוי זעלטן], ביז זיי וועלן דערגרייכן צום נאנסטן פונקט איינער נעבן צווייטן זונטאג נאכט, די צוויי וועלן דאן אנקומען אויפן הימל אזוי נאנט ווי 1/3 פון א גראד ["מעלות" אדער "דעגריס" אין ענגליש], דאס איז ווייניגער ווי די דיאמעטער פון די "ברייטקייט" פון א פולע לבנה געזען אויפן הימל! - אין אייראפע וועט מען עס קענען זען מיט א משהו נאנטער.

די גאנצע ספעקטאקל וועט מען בלויז קענען זען פאר א נישטיגע 35-45 מינוט צייט אפשניט פער טאג, אנגעהויבן פון ארום 35-45 מינוט בעפאר זון אויפגאנג, - אין ניו יארק בערך 5:25, ביז ארום די צייט פון זון אויפגאנג, - 6:09 פאר מאנטאג - וואס דאן איז שוין [כמעט] אוממעגליך צו זען די שטערנס און פלאנעטן. קוקט זייער נידעריג אויף מזרח זייט, ארום 10 מעלות העכערן האריזאנט, דארט וואו די הימל ווערט שוין באלויכטן, מיט יעדן פארבייגייענדיגן מינוט וועלן די צוויי שטייגן העכער אויפן הימל, אבער די הימל ווערט אינאיינוועגס אלס מער און מער באלויכטן, מאכנדיג דעם ספעקטאקל וואס א מינוט שפעטער אלס שווערער צו זען.

אן ענליכע "צוזאמענטרעף" פון ביידע פלאנעטן וועט פארקומען דעם קומענדיגן יוני 15', דאסמאל וועט עס זיין אין די אווענט שטונדן.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פאר איינער וואס וואוינט נישט אינעם רויך פאלושען סמאג באדעקטער סיטי אף ניו יארק פארוואס זאל מען נישט קענען זען ?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לכאורה אין אמעריקע איז טאקע ניו יארק די בעסטע פלאץ דאס צו זען, ווייל ווי מער צו וועסט פארלירט מען צייט און עס גייט פארביי.
חוץ אין סאוט אמעריקע איז יעצט לענגער נאכט וועט זיין גענוג לאנג טונקל עס צו קענען זען לענגער.
דאס הייסט אנגעהויבן פון אנהויב נאכט וועט מען דארט קענען מיטהאלט ווי עס קומט זיך צאם נענטער און נענטער און ווי עס צעשפרייט זיך נאכן זון אויפגאנג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: פאר איינער וואס וואוינט נישט אינעם רויך פאלושען סמאג באדעקטער סיטי אף ניו יארק פארוואס זאל מען נישט קענען זען ?


דער אורזאך איז נישט די פאלושען, עס איז ווייל ביידע, ווענוס / זשופיטער וועלן ערשט ארויפקומען העכערן מזרח האריזאנט 45 מינוט בעפארן זון אויפגאנג.
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

שוועמל האט געשריבן: לכאורה אין אמעריקע איז טאקע ניו יארק די בעסטע פלאץ דאס צו זען, ווייל ווי מער צו וועסט פארלירט מען צייט און עס גייט פארביי.
חוץ אין סאוט אמעריקע איז יעצט לענגער נאכט וועט זיין גענוג לאנג טונקל עס צו קענען זען לענגער.
דאס הייסט אנגעהויבן פון אנהויב נאכט וועט מען דארט קענען מיטהאלט ווי עס קומט זיך צאם נענטער און נענטער און ווי עס צעשפרייט זיך נאכן זון אויפגאנג.


מזרח אייראפע וועט זיין די בעסטע פלאץ צו זען, ווייל ווען ביי זיי וועט זיין פארטאגס וועט דאן ווענוס / זשופיטער זיין ארום ביים סאמע נאנסטע פונקט, משא"כ אין ניו יארק וועט עס שוין [קוים מערקבאר] זיין א טראפקעלע ווייטער, ווייל עס וועט שוין האלטן ביים זיך דערווייטערן.
ניין, אבסאלוטלי נישט! איבעראל וועט מען עס זען פאר די זעלבע פעריאד צייט: 45-35 מינוט! ווייל ווי געשריבן, וועלן ווענוס / זשופיטער ערשט ארויפקומען העכערן מזרח האריזאנט ביי 45 מינוט איידערן זון אויפגאנג.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ישובניק האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 7:55 pm היינט נאכט וועט מען אבער זעהן א אנדערע אינטערסאנטע גאר זעלטענע זאך, קוקענדיג צו דרום זייט וועט מען זעהן ווי כוכב נוגה און כוכב צדק וועלן זיך צוזאמקומען גאר נאנט.

מ'קען הערן א אינטערוויו אויף קול מבשר ביי די אידישע ווינקל אפטיילונג מיט הרב יוסף פרץ הלוי ביללער שליט"א.


ווען עס קומט צו אסטראנאמיע קען מען לייכט פארקויפן לאקשן פארן עולם... פון וואנעט נעמסטו דאס? פון קול מבשר / הרב ביללער?... האט עס שוין איינער טאקע געזען?... וואו? אויף דרום זייט?... וועלכע צייט?... זיכער האט עס קיינער וואס ווייסט וואס ער זעט, גארנישט געזען עפעס זעלטן... במחילת כבוד ק.נ.א. וועטער / קול מבשר / הרב ביללער, האט עס נאך נישט פאסירט...!

ייש"כ הרב ישובניק, אין באצוג צו ק.נ.א.'ס תגובה זאגסטו גוט, אבער דאס וואס דער עולם האט גערעדט צו מ'האט עס שוין געזען איז געווען א צווייטע זאך, דאס איז געווען די פאלענדיגע שטערן'ס, וואס איז געווען אום August 12, 13.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

קנאפער, מיינע תגובות באציען זיך טאקע בלויז איבער די פלאנעטן צוזאמענטרעף (קאנדזשאנקשען בלע"ז) וואס איז דא ארויפגעברעגט געווארן
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ישוב,
קאן זיין ביסט גערעכט אין מזרח אייראפע וועט זיין די בעסטע פלאץ.
איך האב נישט געוואוסט ווילאנג די קאנזשאנקשען האלט אן, געמיינט בלויז אן עטליכע שעה, דערווייל איז משמע אז לענגער אפשר 24 צו 36 שעות.

ווילאנג איז די יאר פון די צוויי פלאנעטן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

די זעלטנקייט דערפון נעמט זיך צוליב דעם פאקט אז מען קען קיינמאל נישט זען ווענוס מער ווי ארום 2 שעה פער נאכט פאר בלויז קורצע צייט פעריאדן, און מערסטענס צייטן פיל ווייניגער, ווי ביים איצטיגן פאל איז ווענוס צוזאמען מיט דזשופיטער בלויז זעהבאר פאר 45-35 מינוט.

א יאר אויף דזשופיטער נעמט 11.8 יאר, א יאר אויף ווענוס איז 224 טעג.
(224 טעג זענען אזויפיל טעג ביי "אונז" אויף אונזער פלאנעט, ווייל ווי אומגלויבליך עס הערט זיך נעמט א 'טאג' אויף ווענוס לענגער ווי א 'יאר' דארט! - 243 טעג! דא איז נישט דאס פלאץ דערפאר ווייל דאס צו ערקלערן דארף מען זיך גוט אויסקענען מיט אסטראנאמיע)
אוועטאר
ישובניק
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 14, 2010 11:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישובניק »

א צייכענונג וויאזוי דער קאנדזשאנקשען וועט אויסזען ביים סאמע נאענטסטן פונקט מאנטאג פארטאגס
אטעטשמענטס
conj.jpg
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

meteor shower

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

ליינענדיג די צייטונגען אביסל די וואך, האב איך געזען אז די וואך דינסטאג לך לך וועט פארקומען א מיטיאר שאויער, וואס איז דאס?

מיטיאר זענען שטיינער וועלכע דרייען זיך ארום אין די אטמאספערע ארום די וועלט, קלענער און גרעסערע שטיינדלעך, וועלכע קומען געווענליך פון עסטערוידס אדער פון קאמעטס און געוויסע צייטן ווען די וועלט פאר אין א געוויסע מהלך דאן פליען זיי אריין אין די וועלט אטמאספער, זיי ווערן צוגעשלעפט דורך די כח פון גרעוויטי און פון די היץ וואס עס געשעהט ווען זיי רייבן זיך אריין אין די לופט ווערן זיי שיינענדיג און דאז זעען מיר וועלכע קוקט אויס ווי א "פאלנדע שטערן", אבער דינסטאג נאכט וועט זיין זייער אסאך דערפון און עס וועט אויסקוקן ווי א שויער דערפון.

ווען מען זעט אזא זאך מאכט מען א ברכה עושה מעשה בראשית.

די אידן פון אפסטעיט וועלן דאס ענדערש קענען זען, אבער די שטאטישע אידן דארפן גיין צו א מער אפענע פלאץ כדי דאס צו זען.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אה שכח עס ברויך זיין זייער אינטערעסאנט צו זעהן

ווי גיי איך עס קענען זעהן. איינער פארט ארויס?
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

יישר כח אויסערן פארן פתיחה

יעצט עטליכע פאקטן בנוגע דעם מיטראיד שויער "ארייענוד" וועלכע גייט אי"ה פארקומען דעם אקטאבער 21/22

אין ספעיס זענען פארהאן פילע אבדשעקטן אריינגערעכנט פלאנעטן שטערנס ועוד איין סארט אבדשעקט ווערט אנגערופן א "קאמעט" דאס איז א גרויסע שטיין/שטערן וועלכע האט א גאנג ארום די זון און ווען עס פליט פארביי די זון ווערט עס איבערגעהיצט און עס הייבט אן ברעקלן פארלירענדיג די פאשידענע גאזן וועלכע זענען געליגן פארשלאסן אין איר

אזא פאסירונג קען געזעהן ווערן מיט די בלויזע אויג און עס זעהט אויס ווי שטערן פליט און אונטער איר שאפט זיך אזא וויידעל פין שטיקלעך שטיינער און אייז וועלכע ברעקלן זיך אראפ פין איר

די מערסט באקאנטע קאמעט ווערט אנגערופן "העיליס קאמעט" און די לעצטע מאל עס איז פארבייגעפלויגן די ערד איז געוועהן אין יאר 1986 און די קומענדע מאל וועט זיין אי"ה אין יאר 2061 קרייזענדיג ארום די זון יעדע 76 יאר
יעדעס מאל זי פליט פארביי לאזט זי איבער אונטער זיך א גאנצע וואלקן מיט ספעיס דשאנק שטיקליך שטיינער און אייז וועלכע בלייבן איבער שוועבענדיג אין ספעיס

איין מאל א יאר וועט די וועלט אריבער פארן אט דעם פלאץ און וועהן די שטיינער וואס ליגן דארט רייבן זיך אריין און אונזער אטמעספער ווערט זי אנגעהיצט פון די פריקשן צי אבנארמאלע דעגראדן ביז עס ווערט ממש איבערגעדרייט צו "אויס"!

ווען די שטיקלעך ווערן רויט הייס הייבן זיי אן צי לייכטן און דאס איז וואס מען זעהט ביי א מיטעראיד שויער, און די קורצע צייט וואס עס נעמט ביז זי ווערט אינגאנצען פארברענט קען עס געזעהן ווערן ווי א קורצע ווייסע ליניע וואס פליט אריבער אויפן הימל

דעם אקטאבער 21/22 גייט די וועלט אריבער ריייזן אט דעם פלאץ און שאפן א מיטעראיד שויער און עס וועט געזעהן ווערן א שוטינג סטאר - ווי מען רופט עס - בערך יעדע צוויי דריי מינוט

די נאמען ארייענוד וואס מען האט געגעבן פאר דעם שויער איז ציליב ווייל עס זעהט אויס ווי די שויער קומט פין די קאנסעלטעישן "ארייען" די סאמע באקאנסטע קאנסעלטעישן (וועלכע איך באטראכט ערליך יעדע נאכט...) אבער און אמתן גייען די מיטעראידס פליען איבערן גאנצן הימל און אויב מען קוקט זיך נישט אגאנצן צייט ארום איז דאס גאר גרינג צו פארפאסן

עס איז שווער צו גלייבן אז מען וועט דאס קענען זעהן פון די סיטי איינוואינער פיו בלומענבערג האבן א בעסערע טשאנס... איך האב געזעהן אזאנס פאריאר און די קאנטרי און טאקע אויסגעשריגן די ברכה מיט גרויס עקסטאז!

נאך איין נקודה, און זעלטענע פעלער ווען די מיטעראיד איז געניג גרויס קען זי איבערלעבן די רייזע אריבער אונזער אטמעספער און אריין פאלן און אונזער וועלט אויב טרעפט איר אזא שטיינדל אין אייער בעקיארד ווארפט עס נישט אוועק עס איז ווערט א מיאנטיק!!

כל זה כתבתי במהירות ושגיאות מי יבין
אטעטשמענטס
האלעיס קאמעט פון די נאנט 1986
האלעיס קאמעט פון די נאנט 1986
א שוטינג סטאר
א שוטינג סטאר
home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך home »

שכח פין ווען ביז ווען איז דאס
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שכוח יש ברירה פארן ארטיקל.

ווייסט איינער פון א פלאץ אין די סיטי אדער נאנט אינדרויסן פון שטאט ווי מ'וועט עס קענען מיטהאלטן?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעסלעך »

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אויפן היי ליין קומען פון צייט צו צייט חברה מיט טעלעסקאופס
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

How to Watch Meteor Showers

Check the weather: Meteors, or shooting stars, are easy to spot, all you need is clear skies and a pair of eyes.

Get out of town: Find a place as far away as possible from artificial lights

Prepare to wait: Bring something to sit or lie down on. Star gazing is a waiting game, so get comfortable.

פון נייעסלעך'ס לינק.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

זאכליך האט געשריבן: שכוח יש ברירה פארן ארטיקל.

ווייסט איינער פון א פלאץ אין די סיטי אדער נאנט אינדרויסן פון שטאט ווי מ'וועט עס קענען מיטהאלטן?

אפשר קענט עוועניו ביים וואסער?
ווען שפארן זיי דעם פארק?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”