טרי=פריש, וואו איז דער מקור?

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אפשר איז דער וויץ גאר פארקערט, אז א קליינער קעניג - פון א קליין לענדל ווי מדינת ישראל וואס פארנעמט נישט מער ווי א געניץ אויף די מאפע - הייסט א מלוכלך.

זאלן קומען די יודעי דבר מסביר זיין דעם וויץ וואס איך האב גע'מל'ט מיט א שטימפיג מעסערל.

בנוגע ירקרק/אדמדם - "יבא יונה" פלעגט מאשקע זאגן.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

העי, יענקעל, די מחלוקה אין נישט איי-איי-איי.
דער אבן עזרא זאגט אז "אדמדם" איז שוואכער (חסרון), און גלייך דערויף זאגט ער אז מאנכע זאגן שטארקער.
רש"י אויפן ארט זאגט: גאר שטארק רויט (רויטליכער פון רויט).
אבער רש"י אין תהלים קפיטל ס"ח, זאגט אז "ירקרק או אדמדם" מיין נישט רויט נישט גרין (נישמירנישטדיר)...

אגב, טרויה איז טייטש ביידע, סיי די מכה און סיי די היילונג.
אסאך ווערטער אין לשה"ק איז דער טייטש דבר והפיכו.

מאשקע
מיר האבן יא געלערנט ביים זעלבן רבי'ן אויך.
מיין רעבע אין חדר פלעגט אלעמאל א שארפען זאג טאן:
יבוא יונה... ! דעמאלטס האט מען געוואוסט אז פון דעם וועט קיין גוטס נישט ארויסקומען.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27074
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ניקס-ווייסער בל' סעודה ג',

1) וואס פונקטליך זאגט רש"י אין תהלים, ס'הייסט אז עז איז דא דיי פשטים אויף אדמדם/ירקרק?

2) 'טרויה' וואס איז דאס? וואו איז די מכה און וואו איז די רפואה?

3) וויסאך ווערטער אויף לשה"ק זענען טייטש דבר והפיכו? און וועלכע?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דבר והיפוכו: שמלה/שלמה (איך האב א טוץ אזעלכע, מאך אן אשכול דערוועגן)

---
שפעטער באמערקט אז דאס איז גאר א צווייטע טעמע. צו ענטפערן אויף דיין פראגע:

ושרשך מארץ חיים סלה. אויסרייסן מיטן ווארצל.
לעצט פארראכטן דורך קרעמער אום מיטוואך יולי 18, 2007 7:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

רעב יאנקעל
רש"י אויף תהלים קאפיטל ס"ח אויפן פסוק י"ד ביי וירקרק חרוץ זאגט רש"י

אם תשכבון בין שפתים וגו' - כל זה האומר יאמר להם אם אתם שכבתם בין תחומיכ' והתענגתם בתענוגים זאת יונתי כנסייתי כנפיה נחפה בכסף ומהו הכסף והחרוץ בפרש שדי וגו' כשפירש הקב"ה לפניהם תורתו אשר המלכים נשלגים ומתלבנים בה בארץ צלמות וחשך אז נחפו כנפיה (כנפי יונה) בכספה וחמדתה של תורה ומצות. כנפי יונה - פלומ"א בלעז. ואברותיה - כנפיה שעופפת בהן. בירקרק חרוץ - פתר דונש בן לברט החרוץ הוא זהב ולכך נתנו המשורר אצל הכסף וירקרק החרוץ הוא הזהב אשר יובא מארץ החוילה ומארץ כוש זהב טוב מאד מאד לא הוא ירוק ולא הוא אדום ולכך קראו ירקרק כמו (ויקרא י"ג) לבן אדמדם שאינו לא לבן ולא אדום לכך נכפל ירקרק אדמדם.

אלזא האסטו א רש"י הק' וואס זאגט אז עס נישט שטערקער.

דבר והיפכו טרעפן מיר אויך ביי "מזור
מזור קען מיינען די מכה און אויך די רפואה.

קוק רש"י הק' אין הושע ביי דעם ווארט מזור:


מזורו - לשון חולי. וילך אפרים אל אשור - זה הושע בן אלה שהיה לו לעבד וישב וימרוד (מלכים ב ח). וישלח - יהודה. אל מלך ירב - זה אחז שנתן שוחד לתגלת פלאסר לעוזרו על רצין מלך ארם ופקח בן רמליה (מלכי' ב טז). והוא לא יוכל לרפוא לכם - מהרבה גדודים מפלשתי' וערביים שבאו על אחז כמו שמפורש בדברי הימים (ב כד) כי חלק אחז את בית ה' ויתן למלך אשור ולא לעזרה לו. ולא יגהה מכם מזור - לא יסור מכם מכאוב ואומר אני שהוא מן התיבות ההפוכות לשון כאשר הוגה מן המסלה (שמואל ב כ) הורו והוגו מלב (ישעיה נט) הגו סיגים מכסף (משלי כה):
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

אין הושע ה' י"ג
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27074
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ישר-כח קרעמער אין ווייסער פאר די מראי מקומות.

ווייסער, סאו טריה אין לשה"ק אדער אויף העברעאיש איז משמש סיי פאר די רפואה אין פאר די מכה?

אגב, וויאזוי פארטיישט מען אויף אידיש דעם הוגה/הוגו/הגו וואס רש"י ברענגט אין הושע?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאו, טריאו איז א מכה אויך? טריאו דו הערסט?
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

לאמיר גיין, איידער מיר לויפן

טריה איז טייטש מכה
אין ישעיהו א' ו' שטייט:
6. מכף-רגל ועד-ראש אין-בו מתם פצע וחבורה ומכה טריה לא-זרו ולא חבשו ולא רככה בשמן

אלזא, האבן מיר דא דריי מכות.
פצע, חבורה, מכה טריה

לויט געוויסע מפרשים איז:
פצע = אן אפענער וואונד, וועלכעס אייטערט און בלוט גיסט דערפון.
חבורה = אויך אן אפענער, נאר דאס בלוט איז פארגליווערט געווארן אונטערן שיכט הויט.
מכה טריה = דאס איז אן אינטערנעל בלידינג, מ'זעט דאס נישט, אבער דער מענטש איז אין א גרויסע סכנה.

רש"י זאגט אז פצע איז א מכת חרב. חבורה איז פשוט, א חבלה. און טריה איז פון לשון לח ורטוב. פייכט.

די היילונג, איז רטיה = אויסגעדרייט פון טריה
ווי די גמרא זאגט אין עירובין ק"ב
תנו רבנן רטיה שפרשה מעל גבי מכה מחזירין בשבת.

מעגליך אז ס'איז אזוי ווי מזור, אדער איז מעגליך אז ניקס האט פארקאכט א קאשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27074
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אט אזוי, 'טריה' איז נישט קיין מכה און אודאי נישט קיין רפואה!

טריה=פייכט, א פייכטע מכה הייסט א מכה-טריה
רטיה=פלאסטער/בענדעיזש, וואס מ'לייגט אויף א מכה
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

מילער
אזוי ווי "יונק" הייסט א קליין קינד, ווייל עס זייגט.
אזוי ווי "עולל" איז א קינד ווייל עס מאכט זיך נאריש.
אזוי ווי "תכלת" איז בלוי, ווייל עס איז "תכלית כל הצבעים"
אזוי ווי גט ברוך הייסט "מקום" ווייל ער איז מקומו של עולם
אזוי ווי א בית המרש ווי מ'לערנט כסדר הייסט "ישיבה" אדער "מתיבתא" ווייל דארט זיצט מען און מ'לערנט
אזוי איז "טריה" אז מכה, ווייל מכה איז אפט פייכט.

דארפסט נאך משלים?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27074
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

משלים האב איך שוין גענוג, יעצט ברויך נאר א ראיה/מקור אז טריה ווערט אנגערופען א מכה, אדער א רפואה.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

און אז מען רעדט שוין פון ווערטער וועלכע טראגן א פארקערטע באדייט אין עברית, לאזט מיר דערמאנען דעם ווארט "כהה". אין לשון הקודש מיינט דאס שוואך (והיה לאות על ידכה, זאגן דאך חז"ל יד כהה: די שוואכע האנט. די זעלבע שטייט "לא כההתה עינו" און נאך), און ווידעראום אין עברית מיינט דאס גאר טונקל, ווי למשל טונקל רויט אד"ג.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27074
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעצט אפעס אויף 'קרעזי' לכבוד די שמחה.

אמאל האב איך גע'בדחן'ט אויף א חתונה ווי די כלה האט געהייסן 'רעיזי', לימים טרעף איך אן דעם אינגערמאן גיב איך אים א פרעג, 'זאג וויאזוי גייט עס עפעס, וואס מאכט רעיזי?'
-ב"ה מ'קען זיך נישט אפרעדן, אבער זי איז שוין נישט די אלטע רעיזי, יעצט איז זי שוין נאר ק'רעזי (מיט'ן ק' הדמיון)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דערמאנסט מיך פון שלום אליעזר'קע דים, שטעל דיך שוין פאר די דים אליינס...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קרעזי;

באבילאן זאגט מיר אויף "כהה":
adj. dark, fuliginous, fuscous, mat, swart, swarthy, darksome, dusky; dull

אין אנדערע ווערטער: עס באדייט אויך DULL (מלשון מדוע אתה ככה 'דל' דאמנון), וואס מיינט דירעקט יא נאכגעלאזט/שוואך.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

קרעמער,

איך פארשטיי נישט וואס איהר מיינט צו זאגן. אויב מיינט איהר זיך צו קריגן אויף מיינע רייד, קומט איהר דאס נאר פארשטארקערן. אין עברית זאגט מען "אדום כהה" פאר "דארק רעד". אלזא, וואס זאגט איהר? אז עס מיינט DULL ד'אמנון? אויב אזוי וואס'שייך טונקל (אדער אין אנדערע ווערטער: שטארק רויט)?

איך האב גענומען דעם חומש אין די האנט און איך זעה אז אויפן פסוק "והנה כהה הנגע" (ויקרא יג ו) זאגט רש"י "הוכהה ממראיתו" און דער אבן עזרא זאגט דארט אויפן פלאץ "כהה: רבים החכמים אומרים כמו חשך. ועדותם ותכהין עיניו מראות (בראשית כז א). אלזא, איך האב זיך שוין עטוואס געפריידט אז איך זעה אז לויטן אבן עזרא מיינט דאס גאר "חשך" וואס מיינט טונקל. אבער ווייטער שפעטער אין פרשה אין פסוק לט שטייט "בהרת כהות לבנת", און רש"י טייטשט "כהות לבנות: שאין לובן שלהן עז, אלא כהה" דאס הייסט אז זיי זענען נישט שטארק ווייס נאר "כהות" וואס לכאורה מיינט דא שוואך ווייס (דאס פארקערטע פון "עז" - "שטארק").

צו זאגן אז דער אבן עזרא קריגט זיך אויף רש"י איז לכאורה איבריג, און איך מיין אז ווען ער שרייבט "חשך" מיינט ער נישט צו זאגן אז די באדייטונג פון כהה איז "טונקל", וואס לויט דער וועלן מיר זאגן אויף "דארק רעד" אדום כהה, נאר וויבאלד מיר רעדן דא פון א ווייסע נגע, און א ווייסע קאליר ווען ער ווערט שוואכער קען מען זאגן אז עס איז טונקלער געווארן וויבאלד ווייס איז דאך א ליכטיגע קאליר. כנלע"ד.

איך ווארט צו הערן אייער פשט'ל אינעם ענין...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך קריג ח"ו נישט אויף דיר - מיין קרעזי פריינט, דו קענסט לכאורה בעסער העברעאיש ווי מיר, און אז דו זאגסט אז כהה באדייט טונקל לויט זיי, באדייט עס טונקל. איך צייכן נאר צו, אז אין צוגאב צו טונקל, טייטשט דאס אויך "מאט" וואס די אפטייטש דערפון איז :washy, languid, languorous, weary, footworn, forworn, tired, all in, all out, mat, matt, frosted, opaque, pale, faint away, dull, dead, dim, dimmish, flat בקיצור: פלאך, דים, טויט און דאל, וואס דאס איז יא די אפטייטש אויף כהה וואס אונזערע מלמדים (און רש"י) נוצן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אונזערע - עט ליסט מיינע - מלמדים פלעגן טייטשן כהה = טונקל געווארן, דאס איז 'דארק ווייס'.

לגבי טרי=פריש, אויף העברעאיש נוצט מען נאך א ווארט אויף פריש, דאס איז 'רענן' מלשון דשנים ורעננים יהיו אדער ותחת כל עץ רענן וואס מיינט פייכט, פריש, זאפטיג.

איך ווייס נאר נישט ווען נוצט מען דאס און ווען דעס. ביים ריפרעשן א פעיזש אין אקספלורר שרייבן זיי די ציונים": נו לרענן הדף. און ביים געבן א געזונטן פראסק נוצט מען: מכה טריה...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

און ביי יד כהה, האט מען געטייטשט א דארק ווייסע האנט?
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

שוועמל,

דו האסט איינפאך אויסגעמישט צוויי ווערטער וועלכע זענען טאקע שוועסטער קינדער אבער טראגן נישט דעם זעלבן באדייט. FRESH און REFRESH איז נישט די זעלבע זאך. טרי מיינט פריש, און רענון מיין אויפפרישן/איבערפרישן/דערפרישענד.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

טעות מוחלטת קרעזי, רענן מיינט נישט 'אויפ'פרישן עס מיינט פונקט אזוי פריש ווי טרי, עס איז נאר א חילוק ווען מען נוצט וואס. 'אויפצופרישן' נוצט מען 'לרענן' אדער 'תרענן=פריש אויף'.

http://www.milon.co.il/general/general. ... 7%A0%D7%9F
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

שוועמל האט געשריבן: טעות מוחלטת קרעזי, רענן מיינט נישט 'אויפ'פרישן עס מיינט פונקט אזוי פריש ווי טרי, עס איז נאר א חילוק ווען מען נוצט וואס. 'אויפצופרישן' נוצט מען 'לרענן' אדער 'תרענן=פריש אויף'.

http://www.milon.co.il/general/general. ... 7%A0%D7%9F


איך זעה נאך נישט וואו מיין טעות שטעקט. אין דעם לינק וועלכע דו האסט אראפגעברענגט זעה איך אז איך בין יא גערעכט.
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

מיללער האט געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2007 2:35 pm
מאשקע, סקומט דא נישט אריין אבער ר' מיכאל בער ז"ל האט געטענה'עט אז אין די תורה הק' זעהט מען געדאפלטע ווערטער ארויסצוברענגען די שטארקייט פון א זאך ווי ירקרק אדער אדמדם וואס באדייט שטארק רויט אדער שטארק גרין, משא"כ אויף עברית באצייכנט עס די קליינקייט פון א זאך ווי קטנטן אדער כלבלב וואס באדייט א קליין הונטעלע.
געהערט אביסעל אנדרעש די מעשה
איינער איז זיך געקומען אויפטיהן פאר רבי מיכאל בער זצ״ל איבער זייער מדינה אין שפראך האט עים רבי מיכאל בער געפרעגט וויאזוי רופט מען א גרויסע הינט ? א כלב אין וויאזוי רופט מען א קליינע הונט ? א כלבלב אין וויאזוי רופט מען א קעניג פון א גרויסע מדינה ? מלך, קומט אויס וויאזוי הייסט א מלך פון א קליינע מדינה ? מלוכלךודפח״ח
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

מיללער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 19, 2007 2:01 pm
משלים האב איך שוין גענוג, יעצט ברויך נאר א ראיה/מקור אז טריה ווערט אנגערופען א מכה, אדער א רפואה.
במקור טאקע נישט.
אבער אין פיוטים טרעפט מען טריה וואס קומט באדייטן א מכה, וכך דרכם של הפייטנים.
צ"ק
טרי פריש איז על טהרת העברית.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”